בלאט 1 פון 1
איך וויל א דאגי (הונט בלע"ז)
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 12:55 pm
דורך רויטע וואנצעס
ווייל...
ער פארשעמט מיר נישט (ווי מיין שווער)
ער בלאקט נישט מיין דרייוועי (ווי מיין שכן)
ער שמייכלט צו מיר (ווי א משולח)
ער דארף מיר האבן (ווי די IRS)
ער איז צופרידן מיט וואס איך געב אים (ווי מ.. קיינער)
ער פאלגט ווען מ'הייסט (ווי א דעמאקראט)
ער לויפט מיר נאך ווי א קנעכט (ווי מיין מלוה)
ער בילט נישט אגאנצען טאג (ווי מיין boss)
ער בילט נאר א האלבע טאג (ווי מיין ווייב)
ער האט מיר ליב אהן קיין תנאים (ווי מיין כלה פארן תנאים)
ער היט מיר פון גנבים (ווי מיין צו'מזיקטען קאר)
ער לעקט מיר (ווי מיין לייף אינשורענס חבר)
ער האט מורא פון מיר (ווי מיין טענעט אויפן דריטען)
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 1:04 pm
דורך קאווע טרינקער
נעם אראפ די זעקסטע שורה, און איר גייט אריין א גורל פאר א לייק.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 1:38 pm
דורך רויטע וואנצעס
[tag]קאווע טרינקער[/tag] זיי נישט אזוי ביטער, לייג אריין אביסל ציקער, אז נישט פאסט זיך מער, טיי טרינקער.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 1:41 pm
דורך קאווע טרינקער
רויטע וואנצעס האט געשריבן:[tag]קאווע טרינקער[/tag] זיי נישט אזוי ביטער, לייג אריין אביסל ציקער, אז נישט פאסט זיך מער, טיי טרינקער.

פארוואס ווען די גוישע מידיע זאגט אז "חסידים זענען ...." ווערסטו ווילד און דו שרייסט "חסיד אחד יחטא ועל כל העדה תקצוף"? דו טוסטאך די זעלבע זאך.
נאו, וועי, איר באקומט נישט קיין לייק - פון מיך, אויף די תגובה - ווילאנג איר מאכט חוזק פון מיינע חברים...
סארא סטראשע.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 1:45 pm
דורך שמעקעדיג
דערמאנסט מיר א וויץ,
אויב קומסטו אהיים, די טיר איז צוגעשפארט, און דו זעהסט דיין ווייב שרייען און דיין דאגי בילן,
פון וועמען וועסטו קודם קעהר נעמען?
פון די דאגי, ווייל נאכן ארייננעמען וועט ער אויפהערן בילן, משא"כ די ווייב וועט ווייטער אויך שרייען, וא"כ מאי הועילו חכמים.
וויצן מאחורי, א דאגי איז זייער א געטרייע באשעפעניש. אבער עס ברענגט נישט קיין שום רעווארדס פארן באלעבאס; אודאי היט ער דיין פארמעגן און לעקט דיר דיין פוס מיט הכנעה, אבער צו פארגלייכן צו אביסל אידיש נחת?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 2:15 pm
דורך רויטע וואנצעס
קאווע טרינקער איך וועל לייגן מיין ego אין די זייט, איך וויל קיינעם נישט מצער זיין. כ'וועל עס טוישן, איך האב עס געלייגט אין שמייכעל אז מ'זאל שמייכלען.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 2:19 pm
דורך רויטע וואנצעס
שמעקעדיג האט געשריבן:דערמאנסט מיר א וויץ,
אויב קומסטו אהיים, די טיר איז צוגעשפארט, און דו זעהסט דיין ווייב שרייען און דיין דאגי בילן,
פון וועמען וועסטו קודם קעהר נעמען?
פון די דאגי, ווייל נאכן ארייננעמען וועט ער אויפהערן בילן, משא"כ די ווייב וועט ווייטער אויך שרייען, וא"כ מאי הועילו חכמים.
וויצן מאחורי, א דאגי איז זייער א געטרייע באשעפעניש. אבער עס ברענגט נישט קיין שום רעווארדס פארן באלעבאס; אודאי היט ער דיין פארמעגן און לעקט דיר דיין פוס מיט הכנעה, אבער צו פארגלייכן צו אביסל אידיש נחת?
איך האב עס געלייגט אין שמייכעל אפטיילונג נישט אין געזעלשאפט אפטיילונג

נשלח: דינסטאג אפריל 29, 2014 10:06 pm
דורך רויטע וואנצעס
נשלח: פרייטאג מאי 09, 2014 8:49 am
דורך ציבעלע-קיגל
האסט פראגעסן...
ער מאכט אן אין די דייניג רום אן דעם וואס מען זאל איהם בעטן
נשלח: פרייטאג מאי 09, 2014 10:07 am
דורך רויטע וואנצעס
למען האמת, ס'גראדע נישט אזוי. מ'קען א הונט טרענירן פונקט ווי להבדיל א מענטש.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 11:52 pm
דורך רויטע וואנצעס
האט איר א הונט? א ווארימער חסידישער אינגערמאן איז וויליג צו שפאצירן און בעביסיטען אייער הונט פאר א גוטע פרייז.
http://gothamist.com/2015/07/29/brookly ... walker.php
נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 12:03 am
דורך הרב_שלום
א הונט קען שמעקן אויב די מענטש האט נעבעך יענע מעשה
נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 3:18 am
דורך שבת אחים
הרב_שלום האט געשריבן:א הונט קען שמעקן אויב די מענטש האט נעבעך יענע מעשה
איך האב געליינט וועגן דעם, עס איז גאר אינטערסאנט!
http://m.theaustralian.com.au/life/week ... 7456373428
נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 11:18 am
דורך לך לך
די באוויסטע פאפולערע גליון אהבת ישראל פון ר' משה יזדי שליט"א האט די לעצטע פאר וואכן אסאך געשריבן וועגן ארויסווארפן די בעלי חיים פון דערהיים
מיט אסאך בריוון אהער און אהין. זייער אינטרעסאנט
איינער קען עס צוברענגן?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 8:52 am
דורך ציבעלע-קיגל
רויטע וואנצעס האט געשריבן:איך וויל א דאגי (הונט בלע"ז)
וואס איז דער פראבלעם? גיי אריין אין וועלעכע בית מדרש דו ווילסט זיצט אויב'ן אן א הונט...
נא נא נא אנטשולדיגט א רעבא...
עס איז אזוי די גלייך מען קאן נישט זעהן די חילוק
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 10:15 am
דורך די קעניג פין אמעריקע