בלאט 1 פון 6
פרשנות המקרא
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 5:26 pm
דורך פילון
[center]הקדמה[/center]
תורתינו הקדושה איז א תורת חיים, א לעבעדיגע תורה. אנדערש ווי ביי די קאטוילן וואס נאר די קירכע פירער האבן געמעגט לערנען -- און זאגן פשט -- אין'ם ביבל, איז ביי יידן אלץ געווען תורה מונחת בקרן זוית, כל הרוצה ליטול יבוא ויטול, יעדער האט געמעגט לערנען און זיך געקענט באטייליגן אין'ם משא ומתן התורני. אזוי ווייט אז די גמרא זאגט גאר אז יעדע חידוש וואס ווערט נתחדש דורך א תלמיד ותיק איז כאילו עס איז געזאגט געווארן למשה מסיני! (עי' רמב"ן לסה"מ מצוה א) פארשטייט זיך אז א יעדע דור און א יעדע תקופה האט אריינגעברענט אין בית מדרש אייגענטארטיגע קוקווינקלן לויט די צייט און פלאץ. אנגעהויבן פון די בעלי מדרש אגדה וועלכע האבן גע'דרשנ'ט אויף זייער שטייגער (עי' רמב"ן בספר הויכוח מש"כ על מדרשי אגדה)און ווייטער די ספרד'ישע בעלי הפשט, דערנאך די אשכנז'ישע בעלי הפשט, שפעטער די אשכנז'ישע בעלי הקבלה והרמז, און אזוי ווייטער און ווייטער ואטו כי רוכלא ניזל ונחשוב, כמעט יעדע מפרש התורה אויף זיין שטייגער איז דא אין זיין פירוש השפעות פון'ם צייט און פון'ם פלאץ וואו ער האט געשריבן. און דאס איז נישט חלילה קיין חסרון, נאר אדרבה! דאס האט אזוי דער רבוש"ע געפירט אז די שבעים פנים לתורה זאלן זיך קענען אנטפלעקען, הכל בהשגחתו יתברך.
אין'ם לעצטן דור אין וועלכע מיר געפינען זיך האט דער רבוש"ע צוגעפירט אז מיר האבן זוכה געווען צו נייע כלים מיט וועלכע מיר קענען זיך באנוצן צו מפרש זיין און לערנען די תורה. איך רעד שוין נישט פון וואס היינט איז געלויבט צו ג-ט אן עפאכע פון אינפארמאציע ווי יעדער איינער מקטן ועד גדול קען מיט מינימאלע טירחא האבן צוטריט צו די ווערטער פון צענדליגע טויזענטע תלמידי חכם במשך כל הדורות בלי גוזמא, א זאך וואס פאר קוים פופציג יאר צוריק האט זיך דער גרעסטער עושר און ת"ח נישט געקענט פארשטעלן אין ווילדסט'ן חלום און לא זו אף זו נאר אלעס קען מען טרעפן מיט גאר פארגעשריטענע זוך-מאשינען אלעס זיצנדיג באקוועם אינדערהיים אויף'ן פאטעל. איך רעד נאך מער פון דעם. מיר האבן זוכה געווען צו לעבן אין א דור ווי די חכמות חיצוניות האבן זיך געוואלדיג אנטוויקלט און די תורה וועלט קען גאר שטארק בענעפיטירן דערפון. און טאקע, אין געוויסע פעלער האט די תורה וועלט באשלאסן זיך צו באניצן מיט די כלים וואס די מאדערנע וועלט שטעלט צו און די תועלת איז געווען עד אין לשער. א דוגמא איז דאס באנוץ מיט אלטע מאנוסקריפטן צו פארבעסערן און מברר זיין גירסאות פון ש"ס און ראשונים. מען דארף נישט מער ווי דערמאנען דעם אלעמען באקאנט'ן רמב"ם פרנקל א קלאסישער ביישפיל פון קנקן חדש מלא ישן, וויאזוי די נייע מאדערנע כלים וועלכע זענען נתחדש געווארן אין די אקאדעמישע ווינקלן ווערן אויסגענוצט להגדיל תורה ולהאדירה.
גלייכצייטיג אבער האט זיך ארויסגעשטעלט אז אז אין געוויסע פלעצער האלטן מיר זיך צוריק פון זיך באנוצן מיט די נייע כלים, מסיבות שונות ומשונות, און דער רעזולטאט איז גאר ווייטאגליך, דער עולם התורה פארפאסט גאר וויכטיגע אויפטוען און נוצבארע כלים, און עס איז ממש א שאד. עס זענען דא פיל שטחים ווי די נייע מיטלן ווערן נישט גענוצט, אבער איינער פון די פלעצער וואו דאס צוריקהאלטן זיך פון זיך באנוצן מיט די נייע כלים און אינפארמאציע איז גורם אסאך שאדן איז די שטח פון פרשנות המקרא. פארוואס האלט מען זיך טאקע צוריק? עס זענען דא פילפאכיגע סיבות דערצו, איינס איז מעגליך וויבאלד עס איז שוין הונדערטער יאר וואס כלל ישראל איז כמעט נישט עוסק אין פרשנות המקרא על פי פשוטו. דער לעצטער גרויסער בעל מפרש, ר' מאיר לייבוש מלב"ים האט געלעבט צוויי הונדערט יאר צוריק, און אפילו דעמאלטס איז ער געווען א בעל יחיד בדבר. די פאר געציילטע וועלכע זענען געקומען נאכדעם א שטייגער ווי דער נצי"ב און ר' דוד צבי האפמאן זענען אלע געווען יוצאי דופן. נאך א סיבה איז מעגליך וויבאלד מפרש זיין על פי הפשט איז פיל מאל סותר וואס די בעלי מדרש אגדה שרייבן, און ביי ארטאדאקסישע יידן איז די מדרש אגדה געווען גאר פארהייליגט. א דריטער סיבה איז מעגליך וויבאלד מענטשן זענען זיך טועה אז די מאדערנע כלים און מהלכים פון פרשנות המקרא איז די זעלבע ווי ביקורת המקרא, בעת די צוויי האבן בכלל נישט קיין שייכות. א פערטע סיבה, און ווארשיינליך די שטערקסטע סיבה איז וויבאלד רוב מענטשן וואס ווערן ערצויגן בין כותלי הישיבה קענען זיך נישט אויס בין ימינם לשמאלם אין די אקאדעמישער מהלך – נישט קיין חסרון – און זיי קוקן אן מיט חשד איינער וואס ברענגט אריין פון פרעמדע מקומות. אזוי אדער אזוי, עס איז נישט קיין גרויסער נפקא מינא וואס דער מונע איז, דער סך הכל איז אז עס איז א מוראדיגער פארלוסט פאר כלל ישראל, עס איז ממש כפשוטו כמשמעו תורה מונחת בקרן זוית. מען קען אסאך דן זיין אין די אלע סיבות אבער נישט דא -- אין דעם אשכול -- איז דאס פלאץ דערפאר. דער אשכול וויל איך נישט אוועקשטעלן פאר סור מרע, צו דן זיין צו די פראבלעמען זענען גילטיג אדער נישט. דער אשכול איז אן עשה-טוב אשכול, א פאזעטיווער אשכול ווי 'מוועט טון צו דער זאך. זעענדיג אז לעצטנס איז דא א התעוררות ביי געוויסע אין דעם נושא פון פרשנות המקרא האב איך געטראכט מצוה שבא לידך אל תחמיצנה, און במקום שאין איש וכו'. דאס איז די סיבה פארוואס איך עפן די אשכול, און איך האף אז די חשובע אינגעלייט וואס דרייען זיך דא וועלן צולייגן פון זייער אייגנס צו די משא ומתן דא, להרמת קרן התורה, להגדיל תורה ולהאדירה.
איך האף אם ירצה השם ארויפצולייגן דער ערשטער שטיקל אויף פרשת כי תצא מארגן.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:47 am
דורך קינות גירושין
די ווילסט איך זאל זאגען אייגענע פשטים אין מקרא, פיין איך קען עס טון, וואס האט דאס מיט טעכעלאגיע צו טאן?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:16 pm
דורך יידל
וואס פאלט דיר ביי אז ער רעדט פון טעכנעלאגיע?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:24 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
קינות גירושין האט געשריבן:די ווילסט איך זאל זאגען אייגענע פשטים אין מקרא, פיין איך קען עס טון, וואס האט דאס מיט טעכעלאגיע צו טאן?
דו ווילסט איך זאל דיר ענטפערן, פיין איך קען עס טאן, אבער פארוואס מיינסטו אז דאס האט מיט טעכנעלאגיע צו טאן ?
(הערסט [tag]יידל[/tag] אזוי פרעגט מען די קשיא!)
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 5:52 pm
דורך ונבנתה העיר
נע, די קשיא גייט אזוי: ווי אזוי האט ראובן געקענט קלויבן בלומען אז ער איז געווען הינקעדיג?...
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 1:15 am
דורך DotCom
די אשכול דערמאנט מיר פון די בחור און מיידל וואס האבן זיך ארומגעקריגט ביים בישאו אין וועלכן מוסד צו לייגן די קינדער און צום סוף איז דער שידוך קיינמאל צושטאנד געקומען...
פילון האט געשריבן:איך האף אם ירצה השם ארויפצולייגן דער ערשטער שטיקל אויף פרשת כי תצא מארגן.
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 2:11 am
דורך פרישער
אוודאי פילון האט געזעין אז מען צוצימעסט זיין ארטיקל האט ער באשלאסען צו נעמען דו ענדגילטיגע פילעכעל
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 12:45 pm
דורך הוגה
[tag]פילון[/tag], זייער א פיינע רצון/התחלה, אבער אפשר קענט איר בעסער ערקלערן וואס פונקטלעך מיינט פרשנות המקרא, וואס פארע פארלוסט מיר האבן פון נישט עוסק זיין דערין און וואס מיר וועלן פארדינען פון יא טון דערין. יישר כח למפרע.
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 3:33 pm
דורך פילון
איך טו זיך אנטשולדיג'ן פאר'ן נישט ארויפלייגן א דבר תורה פאר פרשת כי תצא. דער דבר תורה איז שוין געווען כמעט פארטיג אבער כ'בין געווען צו פארנומען פרייטאג דאס צוצוענדיגן.
א יישר כח פאר די אלע וואס האבן געלייקט, און ארויסגעוויזן אז זיי האבן הנאה פון דעם אשכול, עס געבט חשק און חיזוק.
צו אייך ר' הוגה, כ'האף נאכדעם וואס וועסט ליינען דעם פאלגענד'ם דבר תורה וועט דיר פארענטפערט ווערן וואס מ'פארפאסט ווען מען איגנארירט די היינטיגע אנטדעקונגען דאס צו נוצן אלץ רקחות וטבחות פאר אונזער תורה הק'.
ר' קינות, טעכנעלאגיע איז נאר איינס פון די צענדליגע מיטלען וואס די השגחה האט צוגעפירט אז זיי זאלן בדורינו געגעבן ווערן און ליידער נוצ'ן מיר = דאס נישט אויס פולקאם פאר די תורה
[center]
דבר תורה לפרשת כי תבוא[/center]
אין די וואכעדיגע פרשה, פרשת כי תבוא (דברים כו, יג-יד), ווערט אראפגעברענגט אין די תורה די נוסח פון וידוי מעשרות, וואס מ'האט געזאגט אין בית המקדש נאך'ן אויסגעבן אלע מעשרות וואס מען איז מחיוב צו געבן.
וְאָמַרְתָּ לִפְנֵי יְהֹוָה אֱלֹהֶיךָ בִּעַרְתִּי הַקֹּדֶשׁ מִן הַבַּיִת וְגַם נְתַתִּיו לַלֵּוִי וְלַגֵּר לַיָּתוֹם וְלָאַלְמָנָה כְּכָל מִצְוָתְךָ אֲשֶׁר צִוִּיתָנִי לֹא עָבַרְתִּי מִמִּצְוֹתֶיךָ וְלֹא שָׁכָחְתִּי: לֹא אָכַלְתִּי בְאֹנִי מִמֶּנּוּ וְלֹא בִעַרְתִּי מִמֶּנּוּ בְּטָמֵא וְלֹא נָתַתִּי מִמֶּנּוּ לְמֵת שָׁמַעְתִּי בְּקוֹל יְהֹוָה אֱלֹהָי עָשִׂיתִי כְּכֹל אֲשֶׁר צִוִּיתָנִי:
און דו זאלסט זאגן פאר הוי"ה דיין ג-ט: "איך האב אויסגערוימט די הייליגטומען פון שטוב און כ'האב עס געגעבן צו'ם לוי און צו'ם גר, צו'ם יתום און צו'ם אלמנה אזויווי אלע דיינע באפעלונגען וואס דו האסט מיך באפוילן, כ'האב נישט עובר געווען אויף דיינע באפעלונגען און כ'האב נישט פארגעסן פון זיי. איך האב נישט געגעסן דערפון אין מיין טרויער, און איך האב עס נישט אויסגערוימט ווען כ'בין געווען אומריין, און כ'האב נישט געגעבן דערפון פאר א טויטן, איך האב צוגעהערט צו די באפעל פון הוי"ה מיין ג-ט, כ'האב געטון ווי אלעס וואס ער האט מיר באפוילן."
פון אלעס וואס מ'רעכנט אויס אז מ'האט נישט געטון איז דא איין זאך וועלכע איז אביסל אומפארשטענדליך. וואס מיינט דאס "כ'האב נישט געגעבן דערפון פאר א טויטן"? ווען געבט מען דען עסן פאר א טויטן אז עס איז א חשיבות אז דער האט נישט געגעבן פון זיינע מעשרות פאר א טויטן?
אין ספרי (דברים פרשת כי תבוא פיסקא שג) ווערט געברענגט א מחלוקת תנאים איבער'ן פשט אין די ווערטער:
ולא נתתי ממנו למת, לא לקחתי ממנו ארון ותכריכים למת דברי רבי אליעזר אמר לו רבי עקיבה אם למת אף לחי אסור מה תלמוד לומר למת שלא החלפתיו אפילו בדבר טהור.
און כ'האב נישט געגעבן דערפון פאר א טויטן – איך האב נישט געקויפט דערמיט אן ארון און תכריכים פאר א טויטן, אזוי זאגט רבי אליעזר. האט רבי עקיבה געזאגט צו אים, אויב טאר מען נישט פאר א טויטן, איז דאך די זעלבע איסור דא פאר א לעבעדיגן, דאן צו וואס שטייט "למת"? נאר [פשט אין פסוק איז] כ'האב עס נישט אויפגעטוישט אפילו מיט א ריינע עסנווארג.
די משנה אין מסכת מעשר שני (פרק ה משנה יב) נעמט אן רבי אליעזר'ס פשט "ולא נתתי ממנו למת לא לקחתי ממנו ארון ותכריכים". רבי עקיבה'ס דעה ווערט נישט דערמאנט.
די גמרא אין יבמות (דף עד עמוד א) זאגט אבער גאר א צווייטער פשט, און פרעגט גאר אפ רבי אליעזר'ס פשט (די מפרשים זאגן תירוצים מסביר צו זיין די סתירה פון די גמרא מיט די ווערטער פון רבי אליעזר):
אמר ריש לקיש א"ר סמיא: מנין למעשר שני שנטמא שמותר לסוכו? שנאמר: +דברים כ"ו+ ולא נתתי ממנו למת, למת הוא דלא נתתי, הא לחי דומיא דמת נתתי, איזה דבר ששוה בחיים ובמתים? הוי אומר: זו סיכה. מתקיף לה מר זוטרא, ואימא: ליקח לו ארון ותכריכים! אמר רב הונא בריה דרב יהושע: ממנו - מגופו. רב אשי אמר: לא נתתי דומיא דלא אכלתי, מה להלן מגופו, אף כאן מגופו.
זאגט ריש לקיש אין די נאמען פון ר' סמיא: פון וואנעט ווייסן מיר אז מען קען זיך שמירן מיט [אויל פון] מעשר שני וואס איז טמא געווארן, ווייל עס שטייט "ולא נתתי ממנו למת", איז דאך משמע אז צו א טויטן דוקא טאר מען נישט עס געבן, אבער צו א לעבעדיגן – אויף'ן אופן וויאזוי מ'טאר נישט געבן פאר א טויטן -- מעג מען עס יא געבן. וואס איז די אופן וואס איז שייך סיי ביי לעבעדיגע און סיי ביי טויטע? דאס איז דאך זיך שמירן! האט מר זוטרא געפרעגט, און אפשר מיינט די פסוק צו קויפן פאר א מת אן ארון און תכריכים (וואס דאס איז דאך אויך שייך ביי א לעבעדיגן – צו קויפן דערמיט קליידער)? האט רב הונא דער זון פון רב יהושע געזאגט – [עס שטייט דאך אין פסוק] "ממנו" און דאס מיינט פון דעם מעשר שני פרוכט זעלבסט, [און נישט עפעס וואס מען קויפט דערמיט]. רב אשי ענטפערט, עס שטייט "לא נתתי" און עס דארף זיין גלייך מיט "לא אכלתי". פונקט ווי לא אכלתי מיינט דעם פרוכט זעלסט אזוי אויך מיינט לא נתתי דער פרוכט זעלבסט.
די זעלבער פשט ווערט אויך געברענגט אין ירושלמי (מסכת מעשר שני פרק ב הלכה א).
כאטש די תנאים און אמוראים האבן געזאגט פשט אין דעם פסוק, האבן די ראשונים כדרכם זיך נישט געשראקן צו זאגן אייגענע פשטים אין'ם פסוק. צום ביישפיל דער רמב"ם שרייבט אין הלכות מעשר שני (פרק ג הלכה י): "מעשר שני ... אסור להוציאו בשאר צרכיו כגון ליקח בו כלים ובגדים ועבדים שנאמר לא נתתי ממנו למת כלומר לא הוצאתי אותו בדבר שאינו מקיים את הגוף" – דאס הייסט אז לויט אים טייטשט "למת", אויסגעגעבן אויף לופט. (אגב, דער רמב"ן על התורה שרייבט אויף די ווערטער פון'ם רמב"ם אז דאס זענען דברי הבאי, און גלייכצייטיג ברענגט ער די אנדערע פשטים).
דער אברבנאל זאגט זיין אייגענע פשט ווי פאלגנד:
וההודעה השלישית היא ולא נתתי ממנו למת ואמר זה לפי שהיה מנהג הרמאים בימים ההם כדי שלא יתנו המעשר כלו לעניים שאומרים לשואלים אותם שכבר נתנוהו לעניים שכבר מתו כדי שלא יודע הדבר, ומפני זה יאמר המתודה שלא נתן המעשר הזה לאדם שכבר מת שיוכלו בני אדם לחשוב עליו שלא נתנו ושהוא מרמה בפיו כי חיים הם העניים שקבלו ממנו ויגידו צדקתו, וכל זה היה להיותו ירא את י"י במצותיו חפץ מאד.
די דריטער הודעה וואס דער מענטש דארף מאכן איז "איך האב נישט געגעבן דערפון פאר א טויטן" און דאס דארף מען זאגן וויבאלד די (רוימער) [פאפערס] אין יענע צייטן האבן זיך געוואלט ארויסדרייען פון געבן מעשר פאר ארימעלייט האבן זיי געזאגט פאר מענטשן אז זיי האבן עס געגעבן פאר ארימעלייט וועלכע זענען אינצווישן געשטארבן, אזוי אז מ'זאל נישט קענען נאכגיין די זאך. און דערפאר דארף דער מתודה זאגן אז ער האט נישט געגעבן די מעשר פאר אן ארימאן וואס לעבט שוין נישט וויבאלד דאן וועלן מענטשן טראכטן אוף אים אז ער האט אין אמת'ן נישט געגעבן און ער זאגט נאר אזוי וויבאלד ער וויל זיך ארויסדרייען.
און ער פירט אויס: "הנה התבארו הכתובים על פי פשוטם, ואמנם מה שדרשו בהם חכמינו ז"ל אם הוא קבלה נקבל בסבר פנים יפות".
עס איז אבער גאר אינטערעסאנט וויאזוי ארכעאלאגישע אנטדעקונגען פון די לעצטע פאר צענדליגע יארן ווארפן א נייער ליכט אויף די ווערטער פון די תורה און שלאגן פאר א מעגליכער פשט פאר די ווערטער "ולא נתתי ממנו למת". אלץ א זייטיגער באמערקונג איז להלכה נישט עכט קיין נפקא מינא וואס די ווערטער מיינען, ווייל די רוח הדברים איז זיכער אז מען טאר זיך נישט באנוצן מיט די עסן פאר קיין שום אנדערע באדערפענישן נאר בלויז פאר עסן און טרונקן, און אזוי זעט מען קלאר פון'ם רמב"ם. אבער אפילו ווען די מדרש הלכה – אין אונזער פאל, רבי אליעזר אין ספרי – לערנט אן אנדערער פשט איז אויך קלאר אז אין מקרא יוצא מדי פשוטו, והדברים עתיקים.
אין די אור-אלטע צייטן אין די צייטן פון די תורה, איז אין די נאענטע-מזרח (ANE) געווען איינגעפירט כל מיני צערמאניעס בנוגע צו טויטע. איינס פון די גאר שטארק דאקומענטירטע צערעמאניעס איז געווען דער קיספו צערעמאניע (kispu) אין וועלכער מען האט געגעסן און געטרינקן לכבודו פון דעם פארשטארבענעם און גלייכצייטיג אויך געגעבן עסן און טרינקן פאר דעם פארשטארבענעם, ווי צו ווייזן סימבאליש אויף די מאכלים וואס דער פארשטארבענער באקומט אויף יענער וועלט. פארשטייט זיך אז די פונקטליכע דעטאלן פון דעם צערעמאניע און די גלויבונגען ארום איר האבן זיך געוואנדן פון פלאץ צו פלאץ און פון צייט צו צייט, אבער די כלליות'דיגע נאטור איז געווען דער זעלבער, נעמליך, עסן און טרינקן מיט – און פאר – דעם פארשטארבענעם. אין פילע קברים אין אור אלט'ן מעסאפאטעמיע און אשור ווייזן סטאטוען וועלכע רעפרעזענטירן די טויטע, מיט טעלערס אין די הענט אדער ביי די פוס, און אין טייל פון זיי איז אויך דא סימנים פון עסן פארבלייבענישן. אויך אין מעלערייען און איינקריצונגען פון יענע תקופה ווערט דער קיספו ריטואל רעפרעזענטירט ווי די משפחה פון'ם טויטן זיצט ארום א טיש פיל מיט עסן, און דער טויטער זיצט אויבנאן, ווי ער וואלט ווען אנטייל גענומען אין'ם סעודה לכבודו. פאר אינטערעסאנטקייט איז כדאי צוצולייגן אז אין אשור איז אויך געווען א צערעמאניע וועלכע איז נאענט פארבינדן מיט'ן קיספו ריטואל, מיט'ן נאמען šuma zakāru – וואס איז ענליך צו'ם לשון הקודש'דיגן "שמו זכרו", און כשמו כן זכרו, מען האט בשעת'ן צערעמאניע דערמאנט דעם נאמען פון'ם פארשטארבענעם און אים געוואונטשן כל מיני ברכות, און דאס האט מען געטון ביים קיספו סעודה.אגב, אויך אין מצרים איז געווען אן ענליכער צערעמאניע אבער דארט איז עס בעיקר געמאכט געווארן פאר די קעניגן און די עסן איז געווען סערווירט פאר א גאט, און נישט פאר'ן טויטן.
עס איז אויב אזוי מערקבאר אז די תורה, וועלכע איז געגעבן געווארן אין הארץ פון די נאענטע מזרח, זאגט פאר אין נוסח פון וידוי מעשרות, עפעס וואס כפשוטו זעט אויס ווי ממש די קיספו ריטואל: ולא ננתי ממנו למת, כ'האב נישט געגעבן פון די מעשרות פאר'ן טויטן. עס איז שטארק מסתבר אז די אידן – פונקט ווי די פעלקער ארום זיי – האבן געפראוועט א סארט סעודה פארן מת, און אויך "געגעבן צו עסן" פאר דעם טויטן, און דערפאר האט די תורה געשריבן אז די מעשרות זאל מען נישט נוצן פאר דעם צוועק.
די קיספו ריטואל האט אנגעהאלטן פאר א לענגערע צייט, אין די צייטן פון בית ראשון איז געווען ברייט פארשפרייט א ריטואל מיט'ן נאמען מרזח. די היינטיגע פארשער טוען אידענטיפיצירן דעם שפעטער'ן מרזח ריטואל מיט'ן פריערדיג'ן קיספו ריטואל. טייל פארשער זאגן אז דאס איז ממש די זעלבע צערעמאניע נאר מיט א צווייט'ן נאמען אבער אנדערע האלט'ן אז דאס איז אביסל א פארענדערטע צערעמאניע ווי בלויז די לעבעדיגע האבן געגעסן לזכר די טויטע, אבער מען האט נישט געגעבן פאר די טויט אין די מרזח ריטואלען.
עס איז אינטערעסאנט אז די ארכעאלאגישע אנטדעקונג פון דעם מרזח ריטואל איז מחזק די פירוש פון חז"ל אין א פסוק אין ירמיה. אין ירמיה (פרק טז פסוק ה) ווערט געברענגט א נבואה וואו ג-ט טרייסט ירמיה אז אט אט וועט שוין כלל ישראל ווערן אויפגעראכטן:
כִּי כֹה אָמַר יְהֹוָה אַל תָּבוֹא בֵּית מַרְזֵחַ וְאַל תֵּלֵךְ לִסְפּוֹד וְאַל תָּנֹד לָהֶם כִּי אָסַפְתִּי אֶת שְׁלוֹמִי מֵאֵת הָעָם הַזֶּה נְאֻם יְקֹוָק אֶת הַחֶסֶד וְאֶת הָרַחֲמִים.
ווייל אזוי זאגט הוי"ה: דו וועסט מער נישט קומען אין מרזח הויז, און דו וועסט נישט דארפן גיין מספיד זיין אויף זיי און מער וועסטו נישט טרויערן איבער זיי, ווייל איך וועל צוריק איינזאמלן מיינע געטרייע פון'ם פאלק אין וועלכע כ'האב זיי פארטריבן.
רש"י אויף'ן פלאץ שרייבט "מרזח – משתה. בספרי בפרשת בית פעור ראיתי חזרו לעשות להם מרזיחין. אבל רבותינו פירשו מרזח אבל".
רש"י טייטש בית מרזח – א טרונק הויז, און רש"י ברענגט זיך א ראיה פון ספרי וואו די ווארט מרזיחין ווערט גענוצט פאר טרונקען (וויין, בפשטות). אויך פון די המשך אין ירמיה איז אזוי משמע, ווייל דארט שטייט (ירמיהו פרק טז פסוק ח) "וּבֵית מִשְׁתֶּה לֹא תָבוֹא לָשֶׁבֶת אוֹתָם לֶאֱכֹל וְלִשְׁתּוֹת" און בית משתה איז לכאורה א סינאנים צו בית מרזח. אבער רש"י שרייבט אז חז"ל טייטשן מרזח אבל און רש"י מיינט די גמרא אין כתובות (דף סט עמוד ב) וואו עס ווערט געברענגט בשם רב הונא "מאי מרזיחא? אבל, דכתיב: כה אמר ה' אל תבא בית מרזח וגו'."
אנדערע פרשנים טייטשן מרזח אז דאס איז אזא סארט הספד און געוויין. אבער אז מען זעט דעם מיינונג פון מרזח אין יענע לענדער אין יענע צייטן ווערט שוין פארשטענדליך אז דאס איז טאקע איינס און די זעלבע – די מרזח איז געווען א סעודה וואו מען האט געגעסן אדער געטרינקן (אדער גאר ביידע) לכבודו פון'ם פארשטארבענעם, אויב אזוי איז פארשטענדליך פארוואס רב הונא האט געזאגט אז בית מרזח מיינט א בית אבל.
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 3:50 pm
דורך הוגה
אויב איז די מנהג נאך אנגעגאנגן בימי בית ראשון, פארוואס ווערט עס נישט דערמאנט ערגעץ אין ש"ס אדער מדרשים (נישט אזוי פיל יארן שפעטער) די מעגליכקייט אז דאס מיינט לא נתתי ממנו למת?
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 4:07 pm
דורך פילון
איך האב בטעות געטייטשט דעם אברנאל'ס "הרמאים" צו "די רוימער". איך האב עס פארראכטן צו "די פאפערס", ותשח"ח ר' ונבנתה און ר' שליח פאר'ן מיך אנווייזן מיין טעות.
ר' הוגה איר פרעגט א געוואלדיגע קושיא. די תירוץ איז לכאורה אז נאך'ן זמן בית ראשון איז די מנהג אויסגעשטארבן, און עס איז מעגליך אז הונדערט יאר שפעטער (נאך בעפאר די זמן פון די תנאים) איז שוין נישט געווען קיין זכר פון דעם. לויט די פארשער וואס האלט'ן אז מרזח איז נישט ממש געווען די זעלבע ווי קיספו, נאר בלויז א סעודה צווישן די לעבעדיגע, איז נאך בעסער פארענטפערט.
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 4:16 pm
דורך מאטי
און פארוואס זאל נישט דער וואס מעג דאס עסן, מאכן א סעודה פאר א טויטן דערמיט?
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 4:25 pm
דורך יאיר
א גרויסן דאנק, פילון, פאר'ן עפענען דעם אשכול, מיר זאלן זיך אביסל באקענען מיט די לעבהאפטע פעלד פון ארכעאלאגיע בנוגע די תורה אויף א כשר'ער אופן, און פאר'ן אזוי שיין ערקלערן דעם באדייט פון די פסוקים באזירט אויף די היינטיגע באווייזן. ויה"ר שיקויים בנו קרא ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים.
אז מ'רעדט שוין פון פרשת וידוי מעשרות איז כדאי צו מעורר זיין אז דער פשוט'ער פשט פון ארמי אובד אבי איז נישט דער באקאנטער דרש האט געוואלט הרג'ענען יעקב, נאר אז יעקב אבינו איז געווען א פארלוירענער (וואנדערנדער) ארמי אפשטאמיגער.
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 8:09 pm
דורך פילון
moti107 האט געשריבן:און פארוואס זאל נישט דער וואס מעג דאס עסן, מאכן א סעודה פאר א טויטן דערמיט?
די קיספו ריטואל האט אריינגערעכנט סיי עסן פאר די לעבעדיגע און סיי עסן פאר די טויטע (וואס מען האט ווארשיינליך געלאזט פארשימלט ווערן אין די טעלער'ס וואס זענען געשטעלט געווארן פאר די טויטע). עס איז טאקע נישט קיין פראבלעם צו נוצן מעשרות פאר די סעודה פאר די לעבעדיגע, אבער די תורה פארבאט נוצן מעשרות צו געבן דערפון פאר די טויטע, וויבאלד -- ווי חז"ל לערנען אונז -- די תורה האט געוואלט מען זאל נוצן מעשרות בלויז פאר עסן און טרינקן און נישט פאר קיין אנדער באנוץ.
יישר כח ר' יאיר. איך וויל אנמערקן אז מיט פרשנות המקרא האב איך נישט געמיינט בלויז ארכעאלגיע, נאר אלע מעטאדן וועלכע קענען באנוצט ווערן צו בארייכער'ן אונזער הבנה פון די תורה. איך פלאן ארויפצלייגן דא אי"ה נאך א דבר תורה פאר פרשת כי תבוא, טאקע אויף דעם נושא פון ארמי אובד אבי.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 12:43 pm
דורך אויס מענטש
יישר כח פילון {וואס מיינט דאס? עפעס א ארכעלאגישע אנדעקונג? }
יישר כח פאר דיין צייט טירחא און מיה
מיר ווילן הערן מער.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 12:44 pm
דורך טאמבל סאס
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 1:13 pm
דורך טאמבל סאס
הערליך פילון. גיי ווייטער אן. ס'איז א געשמאק יעדעס ווארט.
איך האב נישט פונקטליך פארשטאנען וואס די רמב"ם זאגט. 'אויסגעגעבן אויף לופט' פארוואס איז כלים און בגדים לופט? דאס איז דאך אויך פון די צרכים וואס א מענטש ברויך האבן פונקט ווי עסן. זאכן וואס זענען מקיים דעם גוף. ווי יעקב האט געזאגט, לחם לאכול ובגד ללבוש?!
און וואלט נישט בעסער געווען דער לשון פון פסוק עפעס צוטוהן מיט 'מאביד' זיין? קאליע מאכן?
ס'איז אינטרעסאנט ווי רש"י האט תיכף צוגעוויזן צום פעור. איז דער פעור טאקע געווען דער איינציגער עבודה זרה וואס דר'עולם האט געדינט יענע צייט אין א"י? אזוי איז מיין איך משמע פון רש"י אסאך.
אויך איז אינטרעסאנט צובאמערקן, אז מיט סתם עסן איז נישט קיין פראבלעם געווען צו מאכן די ריטואלן, און אנקאָמען די טויטע. און נאכאלס איז עס נישט קיין סתירה געווען מיט אונזער גלויבן און תורה. אפגערעדט אז מ'קען נישט פארשטיין די גוטע שכר וואס מיר גייען באקומען אויבן, נישט סתם גשמיות'דיגע עסן.
כ'מיין שטעל דיך פאר מ'סערווירט היינטיגע צייטן אייער קיכל מיט הערינג פאר'ן נפטר איידער סתימת הגולל...
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 1:37 pm
דורך ברסלבער
זייער שיין [tag]פילון[/tag]. איך ווארט אויף נאך.
[tag]טאמבל סאס[/tag], דער רמב"ם איז מסביר די ווארט "למת" אז ער האט נישט גענוצט די עסן פאר א זאך וואס מאכט נישט דעם מענטש לעבן. אודאי זענען בגדים וויכטיג צו קענען אנגיין, אבער דאס איז נישט לקיום "הגוף".
און דאס וואס רש"י צייכנט צו "בפרשת בית פעור", דאס האט גארנישט מיט פעור, נאר רש"י צייכנט צו דעם מראה מקום אז עס שטייט אין ספרי ביי די פרשה פון פעור, דארט רעדט מען אז די מדינים האבן געמאכט "מרזיחין - טרינק הייזער" אז די אידן זאלן אהין קומען פארברענגן, און דערנאך האבן זיי מכשיל געווען די אידן מיט עבירות, און אויך מיט דינען דעם פעור.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 1:51 pm
דורך טאמבל סאס
אבער 'שטארבן' מאכט עס אויך נישט! ריכטיג?
אין הלשון נופל עליו.
וועגן פעור, האב איך אזוי פארשטאנעןטאקע. אבער בל' 'ועוד אמר רב יהודה אמר רב', פרעג איך עס דא.
(אבער דאס איז קלאר אז רש"י ברענגט זיך פון דארט א ראיה אז ווען ירמיהו זאגט בית מרזח, מיינט ער וויין טרונקעריי און ע"ז (פעור) דינען. און "אויך" מספיד זיין ענקערע טויטע. ווי כאילו דאס זענען צוויי זאכן וואס האבן לאו דוקא א שייכות.
יעצט אבער זעהען מיר אז זה הוא. דאס איז איין ריטואל. און ס'האט נישט דוקא שייכות געהאט מיט ע"ז. ווייל "נאר מעשר שני" האט מען נישט געמעגט.
און אז איך טראכט אריין פארשטיי איך טאקע נישט. וויאזוי האט רש"י לויט זיין אפטייטש, מסביר געווען דעם פסוק:
כִּי כֹה אָמַר יְהֹוָה אַל תָּבוֹא בֵּית מַרְזֵחַ וְאַל תֵּלֵךְ לִסְפּוֹד וְאַל תָּנֹד לָהֶם כִּי אָסַפְתִּי אֶת שְׁלוֹמִי מֵאֵת הָעָם הַזֶּה נְאֻם יְקֹוָק אֶת הַחֶסֶד וְאֶת הָרַחֲמִים.
וואס האט וויין טרונקען, מיט מספיד זיין צוטוהן? איז עס אן ע"ז געווען?)
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 4:32 pm
דורך שליח
די שאלה איז, איז דאס נישט ריכטיג דרכי אמורי, וואס די תורה אסר'ט?
אויב איז נישט דא קיין מפורש'ע ראיות להיפך, וואלט מער מסתבר געווען צו זאגן ווי מ'טרעפט אסאך מאל, אז די תורה (און חז"ל) האבן פאראידישט די גוי'ישע מנהגים פון ארום. ווי דער רמב"ם זאגט לגבי קרבנות, און ווי מ'ווייסט היינט לגבי ציצית, אזוי קען אויך זיין אז ניחום אבלים, וואס דער רמב"ם זאגט איז א חסד עם החיים ועם המתים, האט געדינט אלס ערזאץ צו דעם נארישקייט.
לפי זה האבן די אידן אנגערופן א בית אבלים מרזח ווייל ס'איז געווען ענליך אויסערליך, אבער באמת האט מען נישט געגעבן קיין עסן פאר די טויטע.
איז דא ראיות להיפך מדברי?
[tag]טאמבל סאס[/tag], למת מיינט פאר א טויטע זאך, יעדע זאך וואס איז נישט מקיים את הגוף איז טויט, אהן חיות.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 7:03 pm
דורך פילון
ר' [tag]שליח[/tag], ווי כ'האב געשריבן האט זיך דער פארעם פון די ריטואל -- און די גלויבונגען אונטער עס -- פושט צורה ולובש צורה געווען. עס איז מעגליך אז ביזט גערעכט און עס איז דרכי אמורי, אבער ווי איך קוק עס אן איז עס נישט ערגער ווי א נר נשמה (יאהרצייט לעכט), אויך א ריטואל וואס איז שוין אור-אלט, און האט זיך לכאורה אנגעהויבן אלץ א פראקטישקייט -- א מיטל צו פארלייכטער'ן דעם גערוך פון'ם מת אדער צו האלט'ן דעם פלאץ ליכטיג -- און איז שפעטער געווארן פארוואנדלט אין א ריטואל מיט כל מיני גלויבונגען ארום איר, טייל פון זיי רעכט דרכי אמורי. (לויט א טייל, קומט גאר דער ריטואל פון קריסטליכע מקורות ואכמ"ל). אפילו היינט אז מ'וועט פרעגן איינעם וואס איז די ענין פון נר נשמה וועט ער געווענליך נישט וויסן צו זאגן מער ווי אז עס איז א טובה פאר די נשמה און אז "נר ה' נשמת אדם". צו איז נר נשמה דרכי אמורי? כ'גלייב אז נישט, וויבאלד מען קען עס אנקוקן ווי א סימבאליזם, וואס דארף דערמאנען דעם מענטש אז נר ה' נשמת אדם, אז ג-ט איז חפש כל חדרי בטן, און דאס זעלבע איז מיט געבן צו עסן פאר א מת וואס קען האבן א רעליגיעזע באדייט צו עס זאל באדייט'ן אז פאר יענער וועלט דארף מען אנגרייטן "עסן", צו אנדערע רמזים.
לגבי וואס דו שרייבסט וועגן מרזח -- עס איז נישט אנגאנצן קלאר וויפיל פון די מרזח צערעמאניע האט געהאט מיט די קיפסו ריטואל און ווי כ'האב דערמאנט זענען דא פארשער וואס האלטן ווי דו שרייבסט אז אין א בית מרזח האט מען נאר געפראוועט אזעלכע "יאהרצייט" סעודות לכבודו פון'ם מת אבער מען האט נישט געשטעלט קיין עסן פאר'ן מת.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 7:44 pm
דורך יידל
יישר כח פילון פאר די שיינע דברי תורה וחכמה. איבער דעם ענין פון יארצייט ליכט איז געווען בשעתו אן אשכול דא אין שטיבל איבער דעם נושא, עיי"ש
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=8&t=1197
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:09 pm
דורך פילון
יישר כח יידל פאר'ן לינק'ן צו דעם שיינער אשכול. איך האב עס דורכגעליינט און כ'האב באמערקט אז קיינער ברענגט נישט צו דעם מקור פון די טענה אז יאהרצייט ליכט קומט פון די קריסטן. דאס קומט פון הרב ד"ר משה מאריץ גידעמאן הויפט רב פון וויען. אין זיין היסטארישער ווערק "געשיכטע דעס ערציאונגוועזענס" (דריטער באנד, זייט 132) שרייבט ער אז די יאהרצייט לעכט, און די אויסדרוק "יאהרצייט" גופא איז פון א קריסטליכע/גוי'אישע מקור, ווי עס ווייזט טאקע דאס באנוץ פון א דייטש'ן ווארט פאר דעם מנהג אנשטאט א לשון הקודש'דיג'ן ווארט.