בלאט 1 פון 1

קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 11:04 pm
דורך רויטע וואנצעס
קאווע שטיבל

אמאל איז עס שווארץ ווי קויל
אמאל בריט מען זיך די מויל
אמאל איז ער ווייס
אמאל עפענט עס דעם דעת
אמאל זאגט מען א דעה
און די עולם לייקט א מחיה
אמאל זאגט מען צו ברייט
און ביי טייל ווערט אין מח טייט
אז מ'האלט נישט די תקנות
מעקט בריסטא וכתו אהן רחמנות
אמאל שמייכלט די סמיילי מיט פרייד
אמאל מאכט ער א פנים אז ביסט צודרייט
א טשולענט פון דעות מכל המינים
ליטאים, חכמים, מתנגדים און חסידים
די "געזעהלשאפט" איז פיל מיט קאליר
די "נייעס" פליסט אהן א שיעור
א "שמייכעל" צו געבן א גוטע לאך
"מידיא" אלץ וועגן שטערן און מצליח
"אחיעזר" ונתנו גייט ביידע וועגן
אמאל צונעמען און אמאל צוגעבן
חסרונות איז אויך דא, נישט צו אסאך
אבער "צימעס" איז נישט מיין פאך.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 11:08 pm
דורך זר זהב
גאר גוט, לאוו'ד איט!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:11 am
דורך יואב
וויאזוי האט מארק טוועין געזאגט (קרעדיט קופערניקוס), "אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו". מ'קען קיינמאל נישט וויסן וואס ס'ליגט אונטער רויטע וואנצעס! (ווי כאילו רויטע וואנצעס ווייזט אויף... שוין).

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:16 am
דורך משה געציל
רויטע וואנצעס האט געשריבן:חסרונות איז אויך דא נישט צו אסאך
אבער "צימעס" איז נישט מיין פאך.

בגדים ששרת בהן בקודש,
לא ילבש בהן לחורש,
רויטע וואנצעס נאר אין קאווע,
א צווייטע ניק פאר אש און פארע,
נאר געשריבן בדרך מליצה,
נעם נישט פרעזענדליך חלילה,
אלפאנס א הערליך שטיק קונסט,
גיי ווייטער, דו קענסט!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:34 am
דורך רויטע וואנצעס
משה געציל

לאדם יש ב' מינים כח
אחד הלב ואחד המח
פעמים נכנס בעט רוח שטות וכעס
ופעמים מתגבר הדעת.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 17, 2013 9:40 pm
דורך [NAMELESS]
שיין שיין רויטע וואנצעס

נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 3:22 am
דורך טעפל
ישר כחתא
לוואנצעס האדמתא
זייער שיין
מלא חן
שיין געפלאכטען
אונזער געזיכט איז אויפגעלאכטען
זיי אונז ווייטער מהנה
מיר זענען דיך נישט מקנא

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 4:12 am
דורך רויטע וואנצעס
נפשי חולת אהבה
ס'ברענט אין מיר תאוה
די שטיבל געשמאקע קאווע
בערג פון פארניצטע שעוה

שעה ארבע באשמורה
המחשב כולה אורה
קאווע שטיות ותורה
כל מיני סחורה

Is it early or late
The coffee works like bait
I'm in a addictive state
I'll sleep till 2pm strait

להמדברים בלשון ספאניש: español speeking

Es temprano o tarde
El café funciona como cebo
Estoy en un estado adictivo
Voy a dormir hasta las 14:00 del Estrecho

מיין קאווע שטיבל עדיקשאן

נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 9:11 pm
דורך רויטע וואנצעס
געווען באלד א יאר צוריק,
אויף קאווע שטיבל א בליק,
געמישט די קאווע אביסל,
ביז ס'געווארן א שיסל,
געווארן גאר מקושר,
נפשי חולת ווי א שיכור,
די אותיות און ווערטער,
מיט חכמה אין אלע ערטער,
אשכולות מיט טרויבן,
פון אלע קאלירן צו קלויבן,
זיס, זאפטיג , מלא טעם,
תורה ודרך ארץ צוזאם,
די ווייב וויל אויך וויסן,
ווי אזוי פונעם אור געניסען,
די בעה"ב מיט בייז ווינדער,
זיינע סטעף ווי קליינע קינדער,
ביים ארבייט מ'לאכט ,
אינעם טעלעפאן פאטראכט,
די קאווע איז אבער אזוי גוט,
ס'נעמט איבער וואס מ'טוט,
אבער ס'גיט אויך הדרכה,
אויף צו האבן הצלחה,
א סתירא אויפן צווייטן,
א מציאות פון צוויי זייטן,
למעשה וועל איך דא בלייבן,
ווייל ס'האט מיר אקוראשט געגעבן וואס צו שרייבן.

אזא וואך שוין לאנג נישט געווען....

נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 10:28 pm
דורך רויטע וואנצעס
אזא וואך שוין לאנג נישט געווען,
א נייע בילד פון ריזשענער געזעהן,
אן אסיפה פאר פרויען דורך רבנים,
אן עקשאן פולע וואך פאר עסקנים,
רבי מאיר האט אבער געוויינט ניין,
ווען מ'האט פארדעקט זיין סיין,
אויך ר' שלמקה'ס גרויסע הילולא,
דער מחבר פון נודע ביהודה,
די ינוקא פון לעלוב איז געווארן נתגלה,
ער דארף נאך הילף מיט'ן גרויסן חלה,
[tag]טיטאניק[/tag]האט צובראכן די רגלים,
און זיך נוקם געווען מיט די ידים,
געשריבן און געהאקט גענומען די מי,
ביז מ'האט עם געשיקט צום בי בי סי,
דער פויבסט געפארן צום לאנד,
געקישט און געדאווענט ביי יעדע וואנט,
200,000 קאווע'ס שוין געטרינקען,
אשכולות וועקט די וואס האבן געזינקען,
א לא נתקבל געווארן מקובל על הבריות,
פון די ישיבה'ס זדונות געבוירן זכיות,
די וועלט דרייט זיך כאפט דיך מיט,
די עקשאן און משוגעת איז א יעדע מינוט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 11:02 pm
דורך כוכב
מיין אשכול איבער הצלה האסטו פארגעסן.

נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 11:11 pm
דורך רויטע וואנצעס
א [tag]כוכב[/tag], א בליץ, א אשכול א קנאק,
פאר הצלה א הילכיגן פראק,
טענות גראדע, קולות הויכע,
אפילו צו א בילקע נישט געווען זוכה,
מיט כוכב האב איך מורא צו מעסן,
סארי איך האב פונעם אשכול פארגעסן.

נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 9:49 am
דורך מאטי
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אזא וואך שוין לאנג נישט געווען,
א נייע בילד פון ריזשענער געזעהן,
אן אסיפה פאר פרויען דורך רבנים,
אן עקשאן פולע וואך פאר עסקנים,
רבי מאיר האט אבער געוויינט ניין,
ווען מ'האט פארדעקט זיין סיין,
אויך ר' שלמקה'ס גרויסע הילולא,
דער מחבר פון נודע ביהודה,
די ינוקא פון לעלוב איז געווארן נתגלה,
ער דארף נאך הילף מיט'ן גרויסן חלה,
טיטאניק האט צובראכן די רגלים,
און זיך נוקם געווען מיט די ידים,
געשריבן און געהאקט גענומען די מי,
ביז מ'האט עם געשיקט צום בי בי סי,
דער פויבסט געפארן צום לאנד,
געקישט און געדאווענט ביי יעדע וואנט,
200,000 קאווע'ס שוין געטרינקען,
אשכולות וועקט די וואס האבן געזינקען,
א לא נתקבל געווארן מקובל על הבריות,
פון די ישיבה'ס זדונות געבוירן זכיות,
די וועלט דרייט זיך כאפט דיך מיט,
די עקשאן און משוגעת איז א יעדע מינוט.

איך וויל זיין פאזיטיוו און זאגן אז מיט די פערטע שורה האסטו געמיינט מיין ארטיקל.

נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 10:03 am
דורך כוכב
אלעס פיין אלעס וואויל
אבער אז מקוקט צוריק צעגייט דאס הארץ אין א קנויל.
געווען אמאל צייטן פיל
כוכב האט געקענט זיין שטיל
אנדערע כוכבים האבן געשיינט
און מיט וואס זעמיר געבליבן היינט
קליין אין צאל
ווייט נישט ווי דער גליקליכער אמאל
ווען איך פלעג ליינען נאכט און טאג
אן אריינרעדן א מאג
גראמען האב איך אויך געטרייט
ווער ווייסט וואס נאך איך קען וועל איך געוואויר ווערן מיט די צייט.

נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 6:11 pm
דורך רויטע וואנצעס
דער [tag]כוכב[/tag] לאזט לעצטענס נאך זיך א מבול פון הודעות און אשכולות א ברכה צו מאכן. ס'פילט זיך מער ווי א Meteor shower.

נשלח: פרייטאג יוני 27, 2014 4:34 pm
דורך רויטע וואנצעס
Wow, היינט איז מיין קאווע שטיבל birthday!!!
איך בין טאקע נאר איין יאר אלט, אבער איך לייג נאר אריין קאווע אין מיין באטי.

נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 1:31 am
דורך שמעקעדיג
לכבוד דיין געבורטסטאג קומט א געשמאקע הודעה צו די 2000 מיילסטאון?
אייגענטליך איז יעדע תגובה באזונדער פון דיר ראוי לברכה... כה לחי!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2015 2:44 am
דורך [NAMELESS]
כוכב האט געשריבן:אלעס פיין אלעס וואויל
אבער אז מקוקט צוריק צעגייט דאס הארץ אין א קנויל.
געווען אמאל צייטן פיל
כוכב האט געקענט זיין שטיל
אנדערע כוכבים האבן געשיינט
און מיט וואס זעמיר געבליבן היינט
קליין אין צאל
ווייט נישט ווי דער גליקליכער אמאל
ווען איך פלעג ליינען נאכט און טאג
אן אריינרעדן א מאג
גראמען האב איך אויך געטרייט
ווער ווייסט וואס נאך איך קען וועל איך געוואויר ווערן מיט די צייט.

געווען אמאל צייטן כאטש
יעדער געהאט אויף [tag]כוכב[/tag] א קראטש
געהאט די פאך, די ריכטיגע טאטש
ביז ער האט געזאגט 'טו מאטש'
זייט דאן איז ק"ש אביסל יאנטש
איבערגעלאזט א חלל א באנטש
שפיר מיך אביסל צופאנטש
א פה-סח אריינבייסן א קראנטש
ספר האישים געלאזט פאר לאנטש

שש'ל טוט משזר'ן און פלעכט
נייע אשכולות ער אנרעכט
אבער די מאסע איז געדעכט
טאקע נישט צו שלעכט
אבער פאלש און נישט עכט
מ'שפיר מיר אז מ'ברעכט
רבותי ס'קומען ווינטער נעכט
ווי קען מען באגיין אזא אומרעכט
שווייגן איז פונקט ווי מ'שחט
ס'מאכט פארגיין די אפעטיט מיט רעכט
חברה, הייבטס אן שיינען ענקערע לעכט.