בלאט 1 פון 1

פרומע יודישע עשירים

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 10:29 am
דורך קרעקער
אויף בחדרי איז דא א ארטיקעל איבער נייע יודישע ביליאנערען איינער פון זיי איז שמעון דושינסקי פון וויליפעסט
איז ער טאקע א ביליאנער?

http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=58024

נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2016 11:55 pm
דורך שמעון וואלף
זייער אינטערעסאנט

thefrumdeal.com

נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2016 12:59 am
דורך שבת אחים
קרעקער האט געשריבן:אויף בחדרי איז דא א ארטיקעל איבער נייע יודישע ביליאנערען איינער פון זיי איז שמעון דושינסקי פון וויליפעסט
איז ער טאקע א ביליאנער?

http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=58024

איך קען אים זייער גיט שוין יאהרן לאנג, און ער איז גאר א נאנטער חבר מיט מיין טאטע, ער זיצט לעבן מיט טאטען אין וויזשניצער ביהמ״ד שוין היפש אפאר יאהרן, ער קומט צו אלע אונזערע משפחה שמחות און איז גאר היימיש מיט מיין גאנצע משפחה, ער איז א גרויסער עושר דאך גאר ווייט פון א ביליאנער. ער דרייט אפשר מיט ביליאנען אבער קיין ביליאנער איז ער נאך אלץ נישט, אפשר אויפן וועג. ער איז פון די גרעסטע שטיצערס פון ר׳ מאטעלע זז״ג און פון וויזניצער מוסדות. ער האט געגעבן א מיליאן דאללער פאר די נייע פראכטפולע וויזניצער בנין אין וויליאמסבורג אויף 6 ליע עוועניא, ער באצאלט אלע הוצאות פון די נאכט פון די חתונה ביי אלע ר׳ מאטעלע׳ס אייניקלעך, ער בויעט יעצט א וויזניצער ישיבה קטנה אין וויליאמסבורג און ער צוזאמען מיט הרה״ח הנגיד ר׳ פנחס ניימאן (ראהק וויזניץ מאנסי ואיש ימינו פון ר׳ מאטעלע זז״ג) זיי האבן זיך אינטער גענומען צו באצאלן די גאנצע פראדזשעקט פונעם קויפן די לאט ביזן ענדיגן, (א שיינע פאר רעדלעך). ער האט א שותף ראבינאוויטש א סאטמאר/מוהרז״ל. איך געדענק ווען הנגיד שמעון דשונסקי איז ארויף געקומען צו מיין טאטען פורים אלץ חתן שנארן פאר זיין חתונה... די וועלט דרייט זיך...

נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2016 1:21 pm
דורך יעקב מענטש
שבת אחים האט געשריבן:

און ראבינאוויטש פלעגט דאכצעך שלאפן אויפן באנק אין סמעדרעש.

ווי אויך פלעגט ער אמאל זיין א דרייווער פאר משולחים, נאך ווי די וועלט דרייט זיך, פאר א גוט יאר, ווען וועל איך שוין זיין אויבן ???

נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2016 1:31 pm
דורך לית דין בר נש
יעקב מענטש האט געשריבן:און ראבינאוויטש פלעגט דאכצעך שלאפן אויפן באנק אין סמעדרעש.

ווי אויך פלעגט ער אמאל זיין א דרייווער פאר משולחים, נאך ווי די וועלט דרייט זיך, פאר א גוט יאר, ווען וועל איך שוין זיין אויבן ???

ווי האב איך אמאל גיהערט
א איד איז אריין צום רבין האט די רבי אים גיפרעגט וואס קען איך דיר אנוואונטשן?
האט דער איד גיענטפערט רבי איך האב ב"ה אלעס עשירות געלונגענע קינדער שיינע שידוכים א שם טוב א געזונטע שטוב איך וויל נאר בעטן די רבי איין זאך
די רבי זאל אריינהאקן א טשוואק (נאגל בלע"ז) אינעם רעדל עס זאל זיך נישט קענען אראפ דרייען!