אלס אן אינדרויסענדיגער און א גאסט אין די מאונטענס האב איך געזעהן וואס מיינע שוועסטערס און שוועגערענס מאכן מיט דארטן אין די קאנטרי...
טאמער זיצט מען נישט אינדרויסן ביזסטו א סנאב.
אויב זיצט מען יא אייביג אין די קיפקע איז מען א יענטע...
טאמער רעדסטו פון דיין מאן פרובירסטו צו ווייזן אז כאילו דו האסט אים ליב.
טאמער רעדסטו נישט ביזסטו א קאלטע ברי' אן קיין פילינגס..
טאמער שפענדסטו געלט אויף דיינע קינדערס קליידער ביזסטו א 'הענג און ברענג' טיפ, א רחמנות אויף דיין מאן.
טאמער שפענדסטו נישט ביזסטו נישט בעל בעתיש, האסט נישט קיין טעיסט...
טאמער רעדסטו הויעך ביים סירקול, זיכסטו אטענטשאן.
טאמער רעדסטו נישט, ביזסטו א מענטש אן סעלף קאנפידענס.
טאמער ביזסטו אויף דייעט, איז עס ווייל דו ביזסט אנערעקסיק.
טאמער ביזסטו נישט אויף דייעט, ביזסטו א פרעסער, קענסט זיך נישט קאנטרעלירן?
גייסטו מיט א טורבאן, ביזסטו א שלאך, א נעבעך.
גייסטו מיט א באדענע ביזסטו א 'וואנע-בי' פענצי.
גייסטו שפאצירן שבת נאכמיטאג מיט דיין מאן, ווילסטו ווייזן פאר די קאנטרי.
גייסטו נישט, ווייל דו שעמסט דיך עפעס מיט דיין מאן.
אויב זענען דיינע קינדער ברעטס-קינדעריש, קענסטו נישט געהעריג מחנך זיין דיינע קינדער.
זענען זיי נישט, פארוואס פארלאנגסטו אזוי סאך פון דיין קינד? לאז אים ענדזשויען די קינדערישע יארן..
אויב זענען דיינע קינדער שטילע און נעמען געהעריג א טייל אין אלע אקטיוויטיס, איז עס ווייל דו ביזסט זייער שטרענג מיט זיי און זיי האבן זירא סעלף עסטים.
זענען זיי לעבעדיג, איז עס ווייל זיי מיזן זיך אויסגעבן ווייל זיי באקומען גארנישט אינדערהיים.
טאמער קומט זיין בחור אהיים אויף שבת שוין דאנערשטאג, איז עס ווייל ער האט נישט קיין נערווען צו לערנען.. פארוואס קען ער נישט בלייבן אין קעמפ ביז פרייטאג?
קומט ער אהיים פרייטאג פארן זמן, פארוואס קענסטו נישט באשטיין ער זאל זיך אביסעלע אויסגעבן און אויסליפטערן? פארברענג אביסל מיט אים.
שנודערט דער מאן אין שוהל, איז ער א אויפשניידער.
שנודערט ער נישט, איז ער סתם א קארגע חזיר.
שיקט מען ס'קליינע קינד אין דעי קעמפ, האסטו נישט קיין טראפ נערווען צו דיינע קינדער.
שיקט מען נישט, מיינסט טאקע אז דארט ליגט די הינט באגראבן? דארטן שפארסטו?
מאכסטו פיצא ברויט פאר סאפער, נעבעך פלעין נישט קיין באלעבוסטע..
מאכסטו א פול מיעל, אפשר שטאפסטו נישט אן דיינע קינדער?
לייגט זי מעיק-אפ דאנערשטאג ווען איר מאן קומט, וועם נערסטו? ס'איז נישט פאר דיין מאן.. ס'איז פאר דיין פרענדס מאן..
לייגט זי נישט, וואס פארלאנגסטו פון דיין מאן? אודאי וועט ער זיכן אנדערע גליקן.. טוה דיך אן נארמאל...
בקיצור אזוי גייען די שמועסן פון איין קיפקע צום צווייטן...
(מער ווייניגער איבערגעטייטשט פון די ענגלישע...)