אוי וויי, ירושלים עיר הקודש.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

אוי וויי, ירושלים עיר הקודש.

שליחה דורך חזקיהו המלך »

מורי ורבותי, ס'איז שוין אלול, מ'האלט מיר שוין זייער נאנט צי דעם טאג פין משפט, דעם טאג וואס די גאנצע בריאה ווערט ג'משפט פאר'ן הימל'דיגען געריכט, יעדער גייט אדורעך גיין אין פארמשפט ווערען צים גוטען אדער חלילה צים נישט אזוי גוטען,

האב מיר די ימי התשובה זיך צי גרייטען צי דעם פארכטיגען טאג, ס'איז א צייט יעדער זאל זיך מאכען דעם חשבון, וויפעל האט ער זיך געשלאגען מיטען שקר מבית ומבחוץ, וויפעל האט ער זיך געשלאגען פאר'ן אמת, ווי האלט ער עפעס מיט דביקות ה', מיט אהבת ה' מיט יראת ה', אין אזוי ווייטער יעדער לויט זיין שטאנד אין פארשטאנד,

ספעציפיש וויל איך רעדען פין דעם תועבה פאראד וואס האט ווידער פאסירט אין די הייליגע שטאט, ווידער האבען די מנוולים פארבלאטיגט די ירושלימער גאסען, אבער ווי איז דער קול מוחאה פין דעם באשעפער'ס געטרייע קינדער, מורי ורבותי, פארוואס זיצען די ערליכע אידען שטיל, זיי טענה'ן אז ס'בעסער מען רעדט נישט דערפין כדי די קינדער זאלען נישט וויסען, אבער ס'איז א נארישע תירוץ, קודם כל אסאך קינדער ווייסען סייווי , אין צווייטענס, קינדער דארפין יא וויסען, אין זיי דארפען אויך וויסען קלאר אז ס'איז מתועב אין משוקץ, ס'איז גארנישט שלעכט אז זיי ווערען געוואר דערפין אויף א אופן ווען מ'שלאגט זיך דערמיט, דאס וועט ברענגען אז זיי זאלען טאקע אראפקוקען דערויף, טאקע אויף אזא וועג זאלען זיי געוואר ווערען דערפין, אין נישט אויף אנדערע וועגען,

מורי ורבותי, ירושלים וויינט, די שכינה וויינט, ווי קען מען שטיין אין די זייט אין זיך נישט אננעמען פאר די כבוד פין באשעפער, פאר די כבוד פין די תורה, פאר די כבוד פין ירושלים,

דער באשעפער שטייט אין ווארט צי זעהן צי איינער וועט זיך אננעמען פאר זיין כבוד, רבותי יא מען דארף שרייען אין די גאסען מען דארף ווייזען פאר די וועלט אז ס'נאך דא אידען וואס טראגען דעם פאן פין די הייליגע תורה, אין שרייען אויס אין אלע גאסען, אז מען וועט נישט לאזען מטמא זיין די הייליגע שטאט, עכ"פ נישט אן דעם וואס מיר וועלען אויסשרייען קעגען דעם די שטארקסטע קול מוחאה,

אוי ואבוי, ווי ווייט איז מען געפאלען, די רבנים ווי די בת היענה מיינען אז ווען מען וועט נישט רעדען דערפין איז עס נישטא, ס'איז דא אזא פראבלעם אין מען דארף רעדען אין שרייען דערפין ביזען הייזעריג ווערען, מיר דארפען זיך אננעמען פאר די כבוד פין די הייליגע תורה ביז ס'גייט בלוט, מען דארף אויסלערנען פאר אונזערע קינדער אלעס וואס די תורה זאגט, נישט אויסלאזען אחרי אין קדושים אין זיך אויפפירען ווי די בת היענה,

ווער דען זאל זיך אננעמען אויף די תורה הקדושה אויב נישט די אידען וואס קלאמערען זיך נאך ארום די הייליגע תורה, ווי קענען די רבנים זיין אזוי נאיוו אין לאזען דעם באשעפער'ס נאמען ווערען מחולל אויף די גאסען פין די הייליגע שטאט, ווילאנג נאך קען מען דורעכלאזען אזאלכע שרעקליכע קריוודעס אין בלייבען שטיל,

רבותי ס'קומט דער יום הדין, מען דארף תשובה טאהן אין פין היינט אין ווייטער דארף מען וויסען אז מען דארף זיך אננעמען פאר כבוד שמים, מען דארף פראטעסטירען אויף אלע וואס זענען מחלל דעם באשעפער'ס כבוד, אויף אלע וואס דערוואגען זיך צי שפייען אויף די תורה,
אין בזכות זה וועט דער באשעפער זיך אננעמען אויף זיין כבוד אין אויסברענען די אלע רשעים אין ברענגען די גאולה שלימה במהרה בימינו, אמן.
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

שליחה דורך פרישער »

איך נעם זיך אינטער צו פראטעסטירן

פוי פוי
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

זעהסט דאך אליינס אז די אזוי געריפענע "עדה חרידית" האט אויפגעהערט צו פראטעסטירען ווייל די מנהלים און משגיחים בעטן זיך אז מ'זאל אראפנעמען די נשוא פון טיש אלע קידער און בחורים קייען עס דורעך..
באניצער אוואטאר
לייבעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 21, 2012 6:34 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל

שליחה דורך לייבעלע »

חזקיהו המלך האט געשריבן:מורי ורבותי, ירושלים וויינט, די שכינה וויינט, ווי קען מען שטיין אין די זייט אין זיך נישט אננעמען פאר די כבוד פין באשעפער, פאר די כבוד פין די תורה, פאר די כבוד פין ירושלים,

דער באשעפער שטייט אין ווארט צי זעהן צי איינער וועט זיך אננעמען פאר זיין כבוד,

איך האב א גוטע עצה פאר די הייליגע שכינה אויב זי האט אזויפיל צער פון דעים. זי זאל מער נישט באשאפען מענטשען מיט די געמיינע תאוות
.see, it's very simple. problem solved
פארשפארט