בלאט 1 פון 3

איז גאט באנקראט????

נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 12:56 am
דורך big joe
8:30, די אלארם זייגער צוקלינגט זיך מיט א היליכדיגן קול שוין צום פיפטע מאהל, ער עקשנט זיך נישט צו פארשטיין די רמז פון די ׳סנאאז׳ קנעפל. איך ווער גאר בייז איך הייב אויף די גאנצע זייגער און איך ווארף עס אראפ, אבער איך ווייס אז ס׳נישט קיין תכלית אויב גיי איך נישט יעצט ארויס פון בעט וועל איך האבן צו הערן פון די ב״ב און פון די ראה״כ, איז בלית ברירה זאג איך מודה אני איך גיס נעגל וואסער און איך גיי מיך אנטוען. זיצענ׳דיג אזוי מיט איין זאק אין דער האנט פאר׳חלום איך זיך, און עס פאלט ארויפ אויף מיר א שטיקעל מרה שחורה טראכטען׳דיג אויף אפאר פון מיינע ידידים וואס האבן געטוען לעצטענס בלאנדזשען אויף א דרך עקש ופתלתל און טייל פון זיי זענען שוין אנגעקומען צום שפל המצב ר״ל, איך שפיר אז ס׳שוין כלו כל הקיצין, די קינדער הערן זיך שוין נישט צו אז אל תלך בדרך אתם, און די OTD movement הייבט אהן רייסען גאנצע שטיקער פון אינזערע ברידער און שוועסטער, אזוי לאזט זיך ארויס א קרעכץ פון די טיפעניש פון מיין הארץ ״אוי טאטע וואס וועט דא זיין? וועט נאך עפעס איבערבלייבן אין אפאר הונדרעט יאר פון די דרך וואס אינזערע זיידעס האבן זיך מוסר נפש געווען צו האלטן?״ אזוי אין א אנגעזעצטע גוסטע און אין א פארכמארעטע געשפירעניש האב איך אנגעטוען די צווייטע זאק און גענדיגט אלע מיינע באדערפענישן און געגאנגען דאווענען וויסענדיג אז אין כוחנו אלא בפה.

פארטראכט און טיף פאר׳מוח׳ט שפאציר איך אריין אין ביהמ״ד און עס באפאלט מיר א איבעראשונג, ס׳זיצען צענדליגע קליינע בחורים׳לעך און יונגאלעך מיט א מוראדיגען היימישע חן און זיי טוען דאווענען און לערנען מיט א גרויס התלהבות, די נחת רוח וואס קודשא בריך הוא שעפט פון דעם טוט שרייען אויפן העכסעטע טענער. די תשב״ר טוען יעצט מקריב זיין קרבנות פארן בורא כל עולמים. און איך בין זיכער אז די גאנצע פמליא של מעלה זיצט דא און די מלך מלכי המלכים זאגט זיי חזי חזי בני חביביה וכו׳, די נחת רוח, די אשה ריח לד׳ איז דאך אין לשער. אזוי צוקוקענדיג שפיר איך פלוצלינג א קלאפ אויפן אקסעל, מיינע א ידיד פרעגט מיר ״ר׳ דזשאו הגדול מה נשתנה היום הזה פארוואס שמייכעל׳סטו אזוי?״ דריי איך זיך צו אים און איך זאג אים אז היינט צופרי האב איך געהאט שלעכטע מחשבות אז אידישקייט גייט אינטער ר״ל, אבער אריין קומענדיג דא אין ביהמ״ד צווישען קעמפ און חדר איז ביי מיר געווארן ברור כחמה אז אידישקייט האט נאכנישט געטוען שפראצען און בליען אין אינזער גאנצע היסטוריה מימות אברהם אבינו אזוי ווי עס טוט וואקסן אין די לעצטע 15 יאר!!! צענדליגע טויזענטע בחורים און יונגעלייט זיצען על התורה ועל העבודה און טויזענטער מענטשען לערנען זיך הוראה אדער פארהערן זיך ש״ס, און אינז האלטן שוין כמעט אז מיר וועלן קענען זאגען אז אינז האמיר הונדרעט טויזענט היימישע יונגאלעך אין אינזערע חדר׳ס וואס ווערן אויפגעצויגען על דרך ישראל סבא. עס איז שוין געווען אסאך ערגערע תקופת אין כלל ישראל ווי אסאך מער אידן זענען געפאלן ל״ע די שומרונים, צדוקים, שבתי צבי, די פרענקיסטן, השכלה, רעפארם, און נאכען ביטערע קריג און נאך אסאך אזעלעכע תקופות וואס עס איז געריסען געווארן גאנצע שטיקער פלייש פון כלל ישראל און אייביג איז געווען די זעלבע response אינז האבן געטוען נאך מער וואקסען און שטייגען.

ממילא טייערע ברידער די תירוץ איז קלאר און שארף, ניין!!! די אייבישטער איז נישט באנקראט!!!!!! נאר אז מ׳שטייט לעבען א אפענע sewer טוט עס סרח׳נן און מ׳ווינדערט זיך ווי אזוי קענען מענטשען לעבען אין אזא שטאט אבער ווען מ׳דערווייטערט זיך אביסעל פון די צואה זעהט מען אז ס׳שטינקט נאר לעבען די שמוץ אקעגן איבער איז ריין שיין און איידעל. אז מ׳דרייט זיך לעבען די אפגעפארענע מיינט מען אז די מצב איז ביטער אבער אז מ׳קוקט אויפן גאנצע בילד ווייסט מען אז עס איז נאך קיינמאהל נישט געווען אזוי גוט.

נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 1:07 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
עס ווארעמט די הארץ צו זען אידן וואס זייער גוסטע אין טאג ווערט דיגדירט לויט די נומערן פון די או טי די שטראם.

נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 1:13 am
דורך big joe
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:עס ווארעמט די הארץ צו זען אידן וואס זייער גוסטע אין טאג ווערט דיגדירט לויט די נומערן פון די או טי די שטראם.


איך קען נישט זאגן אויף זיכער (ווייל כ׳ווייס נישט ווער דו ביסט) אבער כמדומני אז די האסט נישט קיין סאך OTD חברים, ווען מ׳קען זיי פון די נאנט רייסט עס די הארץ
(נישט נאר אלץ די רעליגיעזע פונקט)

נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 2:03 am
דורך רויטע וואנצעס
ס'דא אסאך אהבת התורה און אהבת ה' אין אונזערע צייטן. אונזער פראבלעם איז אהבת ישראל.

אז יעדע ישראל באקומט אהבה, וועלן זיי בלייבן ישראל. אבער אז יעדע ישראל וועט נישט באקומען אהבת ישראל, וועט ער זיכען אהבה אן ישראל.

נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 4:09 am
דורך לעיקוואד
זייט ווען איז די החלטה צו דער אייבישטער איז באנקראט צו נישט תלוי אין וויפיל קינדער לערנען אין די מוסדות הק' און וויפיל נישט? האט ער נישט דען גרעסערע ביזנעסער זיך צו זארגען וועגן?

נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 6:50 am
דורך big joe
אינז קענען נאר מעסטן דורך אינזערע הבנות און השגות אשר על כן אויב מ׳וועט עס אראפ נידערן צו די פשוטסע מדריגה שייך (אזוי האט די רמב״ם אייביג געטוען) איז די מציאות כדלהלן:

גאט פארקויפט א סחורה, דאס איז א תורה/רעליגיע, אויב קיינער איז נישט אינטרעסירט אין דעם האט ער באנקראטירט. ער קען נאך אלץ זיין די מלך מלכי המלכים וואס טוט דערהאלט די בריאה כל רגע ורגע אבער ער איז באנקראט. מכיוון אז אידישקייט איז היינט צו טאג די הייסטע עס איז אמאל געווען איז ער גאר די פארקערטע פון באנקראט...
ודו״ק כי הוא פשוט מאוד, ואפילו תינוק שצריך את אמו יכול להבין את זאת.

נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:21 am
דורך לעיקוואד
יא יא, ווען עס וואלט אלעס טאקע געווען אזוי פשוט ווי דו מאכסט עס און די וועלט וואלט געווען אזוי פשוט אז א תינוק הצריך לאמו וואלט פארשטאנען וואלסטו אפשר געווען גערעכט (און אפשר נישט)
וואס זאל מען טוהן אז די וועלט איז נישט אזוי פשוט, און עס איז אביסעלע נאריש עס צו פראבירען צו מאכען אזוי פשוט.

אבער אפילו לויט דיין סברא, ביסט פון קאפ געפאלען? אין די וועלט וואוינען זיבען ביליאן מענטשען, פון זיי איז דא בערך דרייצען-פערצן מיליאן יידען, פון די יידען זענען אפשר א מיליאן וואס מ'קען רופען פרומע יודען, פון די פרומע אידען רעדסטו פון לאמיר זאגען הונדרעט טויזנט פון זיי, איז הונדרעט טויזנט פון זיבען ביליאן הייסט ביי דיר הצלחה?? האסט אמאל געלערנט מאטעמאטיק?
און אויב וועסטו זאגען אז דער אייבישטער גייט לכתחילה נאר אן די הייפעלע יידען, איז נישט פשט ער האט באנקראטירט, נאר ער האט לכתחילה געלייגט מעותיו על קרן הצבי און אינוועסטירט אין אן אינוועסטמענט וואס פארלירט זיבען טויזנט מאל מער וויפיל עס פארדינט.

נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 9:29 am
דורך אויס מענטש
@לעיקוואד די חשבון גייט נישט אזוי
אויב וויל מען האבן א רובא דמונכרא אין די וועלט, וואלט מען לכתחילה נישט געדארפט אנהייבן דעם געשעפט מיט א מעט מכל עמים, נאר ליבערשט מיט טשיינע אדער א ריזיגע פאפולאציע, דער חשבון איז
דוקא מיטן עם הנבחר, און די תוצאות קוקט מען נאר וויפיל מענטשן כאפן דעם טריק אז דער עולם הגשמי איז אלעס אלוקותו ית', און וויאזויווערטמען נתקרב צו אים .

דער סך הכל ווערט נישט גערעכענט בכל דור ודור נאר אלע דורות בגולגלותיהם. צוזאמען במילא איז נישט במציאות פאר א נברא אדער אפי א מלאך ושרף צו מאכן דעם חשבון
ביום שימלא ה' דעה את הארץ וועט מען פארשטיין דעם גאנצן חשבון ביזדערווייל דארף מען האלטן חשבון אויף זיך אליינס

נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 9:39 am
דורך לעיקוואד
אויס מענטש
דו פארענטפערסט א קשיא מיט נאך א גרעסערע קשיא?

נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 9:45 am
דורך ידען
לעיקוואד האט געשריבן:אויס מענטש
דו פארענטפערסט א קשיא מיט נאך א גרעסערע קשיא?

וואס איז די גרעסערע קשיא?

אידען זענען אלע מאל געוועהן די קלענסטע פון די וועלט.

די קשיא קען זיין אז סיז קיין מאל נישט געוועהן אזוי סאך אידען וואס האלטען נישט די תורה.

נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 9:46 am
דורך ידען
באנקראט ביי די באשעפער האט צו טוהן וויפיל סיז דא אין די היימישע מוסדות?

נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 9:59 am
דורך לעיקוואד
אז דער אייבישטער'ס ביזנעס רעכנט זיך מיט וויפיל שותמ"צ זענען דא, וואס העלפט דיר אז 'אלעמאל' זענען אידען געווען המעט? דאס הייסט דאך אז עס ווערט דאך נאר גרעסער די קשיא. אז נישט נאר היינט איז די קשיא נאר אויך 'אלעמאל'.

נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 10:04 am
דורך קאווע טרינקער
א שטיקל פאלטשע נחמה... די אלע OTD חברים דיינע, זענען אויך אמאל געווען צווישען די פארטאגס בחורים, און זיך פארהערט בע"פ בלעטער גמרא...
א שיעור גמרא אין א בעיסמענט אין דענווער יצ"ו, וואו יעדע פון די זיבען מענטשן איז א פרשה פאר זיך, איז אסאך א גרעסערע הנאה פאר ה' וואו א מעסס פראדוקשען בחורים וואס האבן ניטאמאל די מחשבה פון טראכטען פון אפשר צו טראכטען אנדערשט. אע"פ וואס איינע פון משתתפים אינעם דענווער שיעור לייגט נישט קיין רבינו תםס.

נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 10:12 am
דורך בן תמליון
אויף די פראגע איז גאט באנקראט, האב איך געהערט פון איינעם א ראיה אז גאט איז נישט באנקראט. בנוהג שבעולם איז ווען דאס געשעפט גייט באנקראט שפארט מען די טויערן. אז גאט לאזט נאך דעם וועלטל אנגיין זעט זיך אויס ער האט נאך עפעס רווחים דא .

נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 12:06 pm
דורך איינגעמיירעט
לעיקוואד האט געשריבן:יא יא, ווען עס וואלט אלעס טאקע געווען אזוי פשוט ווי דו מאכסט עס און די וועלט וואלט געווען אזוי פשוט אז א תינוק הצריך לאמו וואלט פארשטאנען וואלסטו אפשר געווען גערעכט (און אפשר נישט)
וואס זאל מען טוהן אז די וועלט איז נישט אזוי פשוט, און עס איז אביסעלע נאריש עס צו פראבירען צו מאכען אזוי פשוט.

אבער אפילו לויט דיין סברא, ביסט פון קאפ געפאלען? אין די וועלט וואוינען זיבען ביליאן מענטשען, פון זיי איז דא בערך דרייצען-פערצן מיליאן יידען, פון די יידען זענען אפשר א מיליאן וואס מ'קען רופען פרומע יודען, פון די פרומע אידען רעדסטו פון לאמיר זאגען הונדרעט טויזנט פון זיי, איז הונדרעט טויזנט פון זיבען ביליאן הייסט ביי דיר הצלחה?? האסט אמאל געלערנט מאטעמאטיק?
און אויב וועסטו זאגען אז דער אייבישטער גייט לכתחילה נאר אן די הייפעלע יידען, איז נישט פשט ער האט באנקראטירט, נאר ער האט לכתחילה געלייגט מעותיו על קרן הצבי און אינוועסטירט אין אן אינוועסטמענט וואס פארלירט זיבען טויזנט מאל מער וויפיל עס פארדינט.


אויב קומסטו מיט סברא איז שוין געווען קלוגערע פון דיר וואס האבען געזאגט עזב ד׳ את הארץ,און 7 בילליאן מענטשען גייט אהן פאר גאט אזוי ווי סגייט מיר אהן זיבען בילליאן מוריטשקעס, און לפי דבריהם אינטרעסירט נישט גאט בכלל די גאנצע וועלט.
דער בעל האשכול דא איז סך הכל א מאמין בתורת משה און ער גלייבט און בראשית בשביל התורה ובשביל ישראל,ער גלייבט און הונדרעטע חז״לן און מקרא וואס זאגען אז די תכלית הבריאה איז די יודען און תורה ומצוות

נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 2:02 pm
דורך הוגה
אויב מעג איך פרובירן אריינצוטרעטן און פארענטפערן פאר [tag]לעיקוואד[/tag] און אין איינוועגס אויך צולייגן מיינע אייגענע צוויי צענט.

די באשעפער איז בכלל נישט באנקראט, אזוי ווי בן תמליון און אנדערע האבן שוין געשריבן. מיר ווייסן נישט אויב זיבן ביליאן מענטשן איז וויכטיג פאר גאט אדער קען זיין אז זיבן איז אים גענוג. יא, מיר גלייבן אלע בתורת משה און מיר גלייבן אויך שזאת התורה לא תהא וכו'... די שאלה איז נאר אויב די באשעפער איז נישט באנקראט ווייל ראדני בית המדרש איז פול מיט אידן וואס לערנען פארטאגס געשמאק בלעטער גמרא, אדער איז ער נישט באנקראט ווייל ס'דא א שיעור אין א בעיסמענט אין דענווער. אדער אפשר גאר איז דאס נישט זיין גרעטע דאגה, ס'דא א גאנצע וועלט, אלעס איז אויסגעפלאנט אלעס מיט א חשבן, טויזנטער יארן (אדער מיליאנען יארן), טריליאנען מענטשן, פעלקער, רעליגיעס פרום און פריי. די באשעפער ווערט נישט באנקראט פון קריסטן, פון אטעאיסטן, און פון OTD'ס. נישט דו און נישט איך ווייס און פארשטיי זיין פלאן. ואני בתומי אלך אן חשבונות און אן זיך דארפן קלאפן אין רוקן און זוכן וועגן ווי אזוי מחזק צו זיין זיך און גאט.

נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 2:13 pm
דורך big joe
‫@‬קאווע טרינקער

דאס איז א נייע (רעלאטיוו) משוגעת אז גאט האט אייביג מער הנאה פון די גאר שוואכע איד וואס טוט אים א טובה און לערנט א שעה א וואך ווי דאס פרומע בחור שלא טעם טעם חטא און האקט 12 שעות רצופות א טאג.

עס הייבט זיך נישט אהן!! עס איז דא א אלטע חקירה ביי די גדולי החוקרים (בראשם הרב הירש מיט קאנט) איבער ווער איז גרעסער? די פרומער וואס האט קיינמאהל טאקע נישט טועם געווען פרייהייט, אבער ער מיינט און דמיון'ט אז די תאוות וואס עוה''ז שטעלט צו איז ממש אין לשער. אדער די פרייע וואס געט אוועק די חירות אליינס אבער ער ווייסט אז עוה''ז זעהט אויס סאך בעסער ווי עס איז באמת. ביידע צדדים ברענגען ראיות צו זיך פון די גמרא איינער ברענגט אז צדיק בן צדיק איז העכער ווי א צדיק בן רשע און די צווייטע ברענגט במקום שבעלי תשובה עומדים...

אבער דאס איינגעווארצעלטע ריפלעקס אז גאט האט מער הנאה פונעם פת פלתור עסער, חלב עכו''ם טרינקער, קול אשה צוהערער, נשים צורירער, פריצותדיגע קליידער גייער, יום אידיהם מיטפרייער, חוץ לסוכה עסער, לייכטע תעניתים ברעכער, איופגעדעקטע שער אשה שטאלצירער, מוזיק אין ספירה אויסהערער וכו' פשוט ווייל ער טוט אמאהל עפעס א קלייניגקייט פאר גאט איז זייער א מאוס'דיגע זאך

(לגבי ווער איז טאקע גרעסער ביי גאט קען איך נישט יעצט זאגען ווייל איך האב לעצטענס געמאסטן צוויי גאר גראבע רבי'ס צו וויסען ווער איז הייליגער און מיין וואגשאהל האט זיך צובראכען)

נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 2:24 pm
דורך הוגה
big joe האט געשריבן:‫אבער דאס איינגעווארצעלטע ריפלעקס אז גאט האט מער הנאה פונעם פת פלתור עסער, חלב עכו''ם טרינקער, קול אשה צוהערער, נשים צורירער, פריצותדיגע קליידער גייער, יום אידיהם מיטפרייער, חוץ לסוכה עסער, לייכטע תעניתים ברעכער, איופגעדעקטע שער אשה שטאלצירער, מוזיק אין ספירה אויסהערער וכו' פשוט ווייל ער טוט אמאהל עפעס א קלייניגקייט פאר גאט איז זייער א מאוס'דיגע זאך.


מאוס'דיגע זאך? מאוס'דיג ביי וועם? ווער האט דיר פארציילט?

big joe האט געשריבן:‫(לגבי ווער איז טאקע גרעסער ביי גאט קען איך נישט יעצט זאגען ווייל איך האב לעצטענס געמאסטן צוויי גאר גראבע רבי'ס צו וויסען ווער איז הייליגער און מיין וואגשאהל האט זיך צובראכען)


פיין!! :like

נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 2:39 pm
דורך big joe
@הוגה
I do (& can) only speak for myself
And so does everybody else, although a lot of them don't know it

נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 2:50 pm
דורך הוגה
big joe האט געשריבן:@הוגה
I do (& can) only speak for myself
And so does everybody else, although a lot of them don't know it


אין אנדערע ווערטער הייסט אזוי, ווען דו וואקסט אריין אין בית המדרש און דו זעסט די עולם זיצט און לערנט, זעסטו אז "דו" ביזט נישט באנקראט! (דו קענסט דאך נאר רעדן פאר דיר אליינס, נישט פאר גאט.)

נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 3:05 pm
דורך טאמבל סאס
איך בין אדורך די גרעניץ וואך אין לוד לופטפעלד, און געזען א גאנצע מדינה עובר זיין אויף כל איסורים שבתורה, און ערליכע אידן, נאכשלעפערס נאך זיי. און געשריגן "אוי לעינים שרואות כך"
איך בין אריין אין מיין לאקאלע ביהמ"ד און געזען הונדערטע בחורים מיט שיינע געל פאות, הויעך לערנען גמ' רש"י תוסי. און אפאר משגיחים מיט קאלירטע קארטלעך אין די האנט, ארומגיין צווישן זיי. און געזאגט "אהה, ב"ה גאט איז נישט באנקראט".

נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 3:09 pm
דורך נולד מאוחר
בן תמליון האט געשריבן:אויף די פראגע איז גאט באנקראט, האב איך געהערט פון איינעם א ראיה אז גאט איז נישט באנקראט. בנוהג שבעולם איז ווען דאס געשעפט גייט באנקראט שפארט מען די טויערן. אז גאט לאזט נאך דעם וועלטל אנגיין זעט זיך אויס ער האט נאך עפעס רווחים דא .

סאיז נישט מוכרח ער האט דאך ציגעזאגט אז ער ברענגט נישט נאך א מבול

נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 3:15 pm
דורך big joe
@הוגה
כ'קען נאר זאגען וואס איך האלט, לגבי א ענין, דהיינו ווען איך זאג אז גאט איז נישט באנקראט איז עס כולו מיין דעה