בלאט 1 פון 2
אנקעטעס איבער מוזיק/זינגערס און אלעס ארום!!
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 1:01 am
דורך סאשי פיש
[center]די אשכול איז געווידמעט פאר אנקעטעס, איבער זינגערס, שפילערס, מוזיקאנטען,[/center]
די ערשטע אנקעטע
ווער האט איבערגענומען שלמה קארלאבאך?
1) קיינער, מעוות לא יכל לתקן
2) יהודה גרין
3) יצחק פוקס
4) אלי ביר
5) ווער איז גוט אויף א טעיפ?
6) ווער קען עם נאכמאכען לייוו?
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 2:19 am
דורך רויטע וואנצעס
זענען אלע געוואלדיג, אבער איי איי איי, שלמה'לע איז געווען שלמה'לע.
שלמה האט צוריסן דיין נשמה, און דערנאך פריש צאמגענייט.
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 2:30 am
דורך שאולדיספריםפאקער
ווי קומט פוקס דא אריין ער פארופט זיך מיטאמאל פאר זיין פארטרעטער עס איז פונקט ווי די וואלסט ווען אריין געלייגט א אפציע מיכאל שניצלער
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 2:59 am
דורך נולד מאוחר
1)
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 3:06 am
דורך טעפל
1) קיינער קען נישט וואס ער האט געקענט..
2) חיים דוד סרצי'ק =ער איז די נענטסע..
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 1:10 am
דורך סאשי פיש
איך האלט אויך אזוי ווי יעדעם (ביזדערווייל) אז שלמלע קען מען נישט פארטרעטען זיי זיינע מעשות און זיין הארץ, אוי איטס סא טיפ דעי טיפיסט אף דעי טעיפ,
איך האלט אבער אז היינט צוטאגס איז יהודה גרין זיין ממלא מקום וויפעל מען קען
ער קומט אריין ביי א חתונה למשל דו גאנצע זאל ווערט איבערגענומען ער מאכט א ברכה מיטען נוסח און זינגט עס קען זיך דאכטען א שלמלע איז דא
א סליחות וכו׳ פירט ער ווי שלמה
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 1:24 am
דורך טישו באקס
חיים דוד איז די נענסטע צו שלמה׳ס מהות אבער יהודה גרין איז לענ״ד די מערסטע ענליך אין חלק הנגינה צו שלמה זיינע תנועות און חידושים האבן אסאך ר׳ שלמה׳לעס געפילן אין זיך
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 1:30 am
דורך רויטע וואנצעס
ערשטע מאל איך הער פון חיים דוד. זייער שיין.
youtu.be/aQa7EUmjgdU
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 1:21 pm
דורך גדעון
ביי 3:13 א גרופע חסידים, איינער וויל זיך נעמען טאנצן זיין חבר שלעפט אים צוריק אראפ
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 4:56 pm
דורך יידל
גדעון האט געשריבן:ביי 3:13 א גרופע חסידים, איינער וויל זיך נעמען טאנצן זיין חבר שלעפט אים צוריק אראפ
דער יעניגער באגניגט זיך מיט שאקלן האסטיג די הענט...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 6:02 pm
דורך טעפל
כ'בין אמאהל געוועהן ביים כותל חול המועד סוכות און ס'איז געוועהן געפאקט און חיים דוד האט געפירט א קאנצערט דאס גאנצע רחבה האט געהאפקעט!!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 7:28 pm
דורך לבי במזרח
דער קירוב גרופע פון Project Inspire וואס רופען זיך ״דע טרעוועלינג חסידים״ האבן איינעם פון זיי וואס איז א גאון און קומזיץ/קארליבאך סטייל. נישט אז ער איז שלמה׳לה, דאס איז קיינער נישט. אבער ער לייגט גוט אראפ זיינע ניגונים מיטן גיטאר און זיין קווייער. ער האט לעצטנס ערשיינען ביי אפאר זומער/קאנטרי קומזיץ׳ן, אזוי ווי ביי די ראלעי און נאך, צוזאמען מיט נאך אפאר פון זייערע שפילערס און זינגערס. אבער זיי טוען עס בעיקר נאר פאר קירוב פונקציעס.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 11:44 pm
דורך ונבנתה העיר
מעוות לא יוכל לתקון?...
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 3:02 am
דורך טעפל
ונבנתה העיר האט געשריבן:מעוות לא יוכל לתקון?...
מ'קען צוריק ארפברענגען דעם רבי'ן? ניין! ר' שלמהלע אויך נישט...
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 3:55 am
דורך ונבנתה העיר
מעוות?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:07 am
דורך טעפל
לאור די שאלה פון ר' [tag]סאשי פיש[/tag] שליט"א האט מען זיך צאמגענומען אויף א קאנטעסט, דא קען מען זעהן א חלק:
http://www.youtube.com/watch?v=C0-8PwpHvnoמ'קען קאמענטירען ווער איז בעסער..
נשלח: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 3:54 pm
דורך איך אויך
עמעזינג ווי מענטשען קענען גיין גאגא פאר א ניגון וואס באשטייט פון איין ווארט באגלייט מיט גרעפצעס בלי שום תוכן כלשהוא.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 4:38 pm
דורך טעפל
איך אויך האט געשריבן:עמעזינג ווי מענטשען קענען גיין גאגא פאר א ניגון וואס באשטייט פון איין ווארט באגלייט מיט גרעפצעס בלי שום תוכן כלשהוא.
וואס זאל מען טוען אז נישט אלע זענען אזאלעכע גאוני ווי די..
נשלח: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 4:40 pm
דורך איך אויך
וואס האט גאונות צוטוהן מיט א טעם אין מוזיק? באט ענוועי טענקס פאר די קאמפלימענט.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 10:31 am
דורך טעפל
איך אויך האט געשריבן:וואס האט גאונות צוטוהן מיט א טעם אין מוזיק? באט ענוועי טענקס פאר די קאמפלימענט.
יור וועלקאם..
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 3:03 am
דורך רויטע וואנצעס
1) שירה
2) מזמרים
3) ידידים
4) זמירות
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 3:11 am
דורך סאשי פיש
שירה
לייג צו זמירות צו די ליסט
משוררים קענסטו אויך צולייגען
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 5:00 am
דורך zurich
מרדכי צו אברהם?