בלאט 1 פון 4
זיצען נעבען א פרוי אויף די טרעין
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 9:19 am
דורך איחוד פעלד
עס קומט מיר אויס צו פארען אויף דער טרעין לצורך פרנסה, און אסאך מאל קומט אויס אז עס איז דא א פלאץ נעבען א גויעשע פרוי.
וואס איך טוה וועל איך לאזען יעדעם אויסרעכענען אליין.
אסאך מאל זעה איך היימישע פרויען וואס בלייבען שטיין און זעצען זיך נישט אוועק לעבען א גוי אפילו, תבא עליהם ברכה.
היינט האב איך געהאט אן אינטרעסאנטע עפיזאדע.
איך האב מיך אוועקגעזעצט צווישען צוויי מענער.
איינער פין זיי איז געוועהן א ישראלי און זיין ווייב אדער פרוי חבר איז געשטאנען נעבען אים. האבען זיי זיך אזוי גערעדט און זיך מרמז געוועהן אז ער וועט זיך אויף שטעלען און געבען זיין פלאץ פאר זי, אזוי ארום וועל איך אויפשטיין און זיי וועלען ביידע בלייבען זיצען.....
געמיינט האבען זיי אז זיי האבען צוטוהן מיט א חרדי פין ישראל, איך בין דאך אבער א חרד"ק, בין איך געבליבען זיצען......
וואס האלט דער עולם האב איך געדארפט אויפשטעלען זיך בכהאי גוונא אדער נישט?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 9:29 am
דורך קאווע טרינקער
מקדש געווען שם ה'.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 9:32 am
דורך outspoken
שוין אסאך מאל געהאט מיט חלונים, זיי נוצען אויס אינזער איינגעצוימטקייט צו זייער בענעפיט מיט א פרעכע געמיינהייט, כ'בין נישט קיין רב, אבער אז ביסט געבליבען וואלסטו געדארפט אויסטון דיין זאקען ווי די גער'ער אינגערמאן אויף אגד באס...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 10:53 am
דורך געפילטע פיש
ס'דא א תשובה פון ר' משה אז אפילו אויב קומט עס לידי נגיעה איז עס נישט קיין פראבלעם.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 10:59 am
דורך לעיקוואד
א ריכטיגע ציור אויף נבל ברשות התורה.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 11:37 am
דורך שמעקעדיג
לעיקוואד האט געשריבן:א ריכטיגע ציור אויף נבל ברשות התורה.
זיי מסביר, אויף וועלכע חלק באציהסטו זיך?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 11:39 am
דורך diff
not sitting near a goite is hisgarus beimois
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 11:39 am
דורך נהורא נפישא
מצד הלכה איז נישטא קיין פראבלעם סאיז הוא בבגדו והיא בבגדו און מזיצט נישט צוזאמגעדריקט און אז מוועט בטעות קומען לידי נגיעה איז עס א דבר שאין מתכוין ממילא איז עס נישט דרך חיבה כש"כ אז דו ביסט געזעצן פריער וואס דאן קענסטו זאגען ווי רבן גמליאל ביים מרחץ של ע"ז אני לא באתי בגבולה היא בא בגבולי ווידעראום דאס וואס דו האסט זיך מתעלם געווען פין יענעמס כוונה דיך צו מאכן אויפשטעלן האסטו גוט געטאן אין איינקלאנג פון רוח חז"ל אז המנסך יין חבירו בכוונה ווערט עס נישט יין נסך ווייל אין אדם אוסר דבר שאינו שלו.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 11:56 am
דורך לעיקוואד
שמעקעדיג האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:א ריכטיגע ציור אויף נבל ברשות התורה.
זיי מסביר, אויף וועלכע חלק באציהסטו זיך?
דער וואס ניצט ציניש אויס יענעמ'ס חומרא אז ער וועט נישט זיצען נעבן א פרוי און מאכט זיך אזוי א פלאץ.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 12:00 pm
דורך יאיר
רב וואזנער פסק'נט אז זיצן נעבן אן אישה איז ארגער ווי זיצן קעגנאיבער איר, מפני שיוכל לצמוח מזה נגיעה.
דערנאך קומט א סאדע, אן אייסקריעם, און כ'וויל נישט זאגן ווייטער.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 12:25 pm
דורך געפילטע פיש
און... ענדיג צו, ס'קען ברענגען צו געמישטע טאנצן.
אבער דא איז דאך דא א גדול עומד על גבה, בעלה משמרתה, בעבידתיה טריד, ועוד.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 12:45 pm
דורך big joe
יא יא, אינזערע גדולים מיינען אז די גאנצע וואס האלט זיי אפ פון פאשען אין פרעמדע פעלדער איז זייער רצון און זייער חומרות, זאלען זיי איינמאהל פראבירן צו מאכען א לאנגע שארטקאט מיט א נקיבה אויף טרעין וועלן זיי זעהן אז ס'גייט נישט אזוי שנעל.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 12:48 pm
דורך גנדי
יאיר האט געשריבן:רב וואזנער פסק'נט אז זיצן נעבן אן אישה איז ארגער ווי זיצן קעגנאיבער איר, מפני שיוכל לצמוח מזה נגיעה.
דערנאך קומט א סאדע, אן אייסקריעם, און כ'וויל נישט זאגן ווייטער.
ווייטער געשעהן אויפן סאבוויי?
זי גייט דאך אראפ נעקסטע סטאפ.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 12:52 pm
דורך געפילטע פיש
און איך גלייב נישט די פסק פון רב וואזנער, [tag]יאיר[/tag] מקור ביטע. די פסק פון ר' משה האב איך יא געזעהן, און ס'איז מסתבר, ווייל ס'איז נישט פארהאן קיין שום איסור אויף נגיעה שלא בכוונה ושלא בדרך חיבה.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 1:31 pm
דורך big joe
כיון שניתן רשות וועל איך זיך דא אפרעדן אויף די מענטשען וואס קומען ארויף אויף א עראפלאן און מאכען א גאנצע עסק מיט זיצען לעבן א פרוי.
יונגערמאן, דו האסט א פראבלעם?? פאר נישט!!! אדער קויף א ביזנעס קלאסס טיקעט!!! קיינער איז דיר גארנישט שולדיג
ועוד פארוואס האסטו נישט קיין פראבלעם מיט אחורי אשה???
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 1:43 pm
דורך יאיר
אז @געפילטע פיש בעט, וועל איך צוצייכענען א
לינק צו די תשובה. ווער עס קען זאל עס אהער ברענגען אדער מעתיק זיין לזכות את הרבים.
מתוך דבריו:
דודאי אסור לשבת על ידה כשיש במציאות לעמוד, דנגיעת בגד הוא ודאי ויכול לצמוח מזה נגיעת גוף על ידי בגד... ועצם הישיבה על יד ערוה מכניס הרהורים כידוע והוא בכלל התרחקות מעריות.
ווי מען זעט האט רב וואזנער צוויי טעמים לאיסור. איינס, די צוויי בגדים וועלן זיך דאך זיכער אנרירן, און ממילא קען מען אויך צוקומען אז דער אייגענער גוף זאל חלילה אנרירן די אשה'ס בגד. צווייטנס, דאס עצם זיצן נעבן א פרוי ברענגט שוין הרהורי עבירה, כידוע ומפורסם בין הני חובשי בי מדרשא דלא אסתכלי אצורתא דאשה מיום הולדם.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 1:48 pm
דורך היימישער
big joe האט געשריבן:כיון שניתן רשות וועל איך זיך דא אפרעדן אויף די מענטשען וואס קומען ארויף אויף א עראפלאן און מאכען א גאנצע עסק מיט זיצען לעבן א פרוי.
יונגערמאן, דו האסט א פראבלעם?? פאר נישט!!! אדער קויף א ביזנעס קלאסס טיקעט!!! קיינער איז דיר גארנישט שולדיג
ועוד פארוואס האסטו נישט קיין פראבלעם מיט אחורי אשה???
געהערט פון א ת"ח אז אויפן עראפלאן איז נישטא קיין פראבלעם מיט אחורי אשה ווייל די אונליינער פונעם זיץ איז געניג הויך, אזוי אויך ביי באסעס
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 2:22 pm
דורך שמעקעדיג
נו אודאי אזוי, ופשוט הוא.
מען דארף נישט איבערדרייען א שטאט אינעם עראפלאן, אבער יעדער פארשטייט אז עס איז נישט כדאי צו זיצן לעבן א פרוי 12 שעה און שלאפן אינאיינעם, נישט נאר צוליב חשש נגיעה וכדומה, נאר עס קען פאסירן אומאיינגענעמע אינצידענטן און מען קען אויך אויסטראכטן בלבולים כמו שכבר היה לעולמים.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 2:29 pm
דורך געפילטע פיש
דאס איז שוין א תירוץ לאחר החומרא, קיינער איז נישט מקפיד נישט צו זיצן לעבן א קינד אפילו אויב ס'שוין געווען בלבולים דארט אויך.
יאיר האט געשריבן:אז @געפילטע פיש בעט, וועל איך צוצייכענען א
לינק צו די תשובה. ווער עס קען זאל עס אהער ברענגען אדער מעתיק זיין לזכות את הרבים.
מתוך דבריו:
דודאי אסור לשבת על ידה כשיש במציאות לעמוד, דנגיעת בגד הוא ודאי ויכול לצמוח מזה נגיעת גוף על ידי בגד... ועצם הישיבה על יד ערוה מכניס הרהורים כידוע והוא בכלל התרחקות מעריות.
ווי מען זעט האט רב וואזנער צוויי טעמים לאיסור. איינס, די צוויי בגדים וועלן זיך דאך זיכער אנרירן, און ממילא קען מען אויך צוקומען אז דער אייגענער גוף זאל חלילה אנרירן די אשה'ס בגד. צווייטנס, דאס עצם זיצן נעבן א פרוי ברענגט שוין הרהורי עבירה, כידוע ומפורסם בין הני חובשי בי מדרשא דלא אסתכלי אצורתא דאשה מיום הולדם.
די "כידוע" צויבער ווארט עט איטס בעסט. לאנג לעבן זאל כידוע!
לויט דעם תשובה פארשטייט זיך בעסער זיין שיטה אויף אינטערנעט, ווייל ער קריגט זיך מיט די גמרא און האלט אז אפילו בליכא דרכא אחריני חייב לעצום עיניו, דלא כהבבלי דעוצם עיניו נקרא חסיד, שאין מחויב בו מעיקר הדין, וא"כ...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 2:55 pm
דורך big joe
אחורי אשה גייט לכוראה נישט אוועק מיט א בענקל מחיצה (זיכער נישט פאר סאטמארעס)
נאכאמאל אז דו האסט א פראבלעם מיט א פרוי אויפן עראפלאן גיי מיט א שיף
(@שמעקעדיג דו ביסט דארט געווען צו וויסען אז עס איז געווען א בילבול?)
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 3:20 pm
דורך נהורא נפישא
וואס הרב וואזנער שליטא פסק'נט איז נישט רעלעוואנט ווייל די היתר דא איז פשוט כביעתא בכוחתא, ס'איז ס"ה וואס די רב שליט"א נויגט אין זיינע פסקים צום אנגענומענעם חרד'ישן טרענד וואס איז על פי רוב לאו דוקא מצד הלכה, און אז איינער וויל דוקא מפריז זיין על המידה וכוונתו לש"ש קדוש יאמר לו, די צרה איז נאר אז בד"כ טוען מאדנע אויפירונגען ברענגען נעגעטיווע רעזולטאטן, ס'שוין העכסט צייט זיך צו רעכענען מיט דעם וואס מיר לעבן אין אלגעמיין אין א ציוויליזירטע סאסייעטי און זיך אויסלערנען וויאזוי זיך אויפצופירן ע"פ הנימוס בעיסיק עטיקעט, חז"ל ברענען אין מערערע פלעצער די וויכטיגקייט פון זיך אויפפירן מיט דרך ארץ.
דא איז אפשר אויך די פלאץ ארויסצוברענגען די אבסורדוטאט פון געוויסע מענטשן אין פאל א מאנספערזאן דארף עפעס איבערנעמען פון א פרוי, זענען די פרויען געלערנט אז אויף קיין שום פאל דאס איבערצונעמען פון האנט צו האנט, אפילו א לענגערע זאך וואס איז נישטא קיין חשש נגיעה וואס דאס איז קיין שום חשש ע"פ הלכה, סיידן ער האט אינזין אן ענין פון קירבות וואס דאן זאגט אויף דעם די גמרא אפי' גדול כמשה לא ינקה מדינה של גיהנם, איז מערערע מאל גייט עס אזוי אבסורד אז כדי נישט צו דארפן איבערגעבן בייגן זיך די נשים אראפ ביז די ערד דאס אראפצולייגן אויף דער ערד וואס דאס איז נאך פיל א גרעסערן חוסר הצניעות, היש לך טפשות גדולה יותר מזה.
הכלל העולה, אין יעדן פאל איז אנדערש, אן איש פשוט זאל אויף קיין שום פאל זיך זוכען איבריגע חומרות סיידן אז ער ספראוועט זיך מיט הרהורים און ער טוט די אלע זאכן לגדר ולסייג, און פארן בעל נפש וואס לויפט אוועק פון צ"ט שערי היתר מלמדין אותו ער זאל נישט איבערגיין די גבולים וואס מאלענט אונז אראפ פארקערט פון צו זיין אן עם חכם ונבון. וכל ערום יעשה בדעת.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 4:35 pm
דורך רויטע וואנצעס
דיין מעשה מיט'ן ישראלי חיה אויפן טרעין, דערמאנט מיר א מעשה וואס איך האב געהאט בימי חורפי נאכ'ן חתונה. איך בין געווען ביי א סטאפ אין מאנהעטען, קומט צומיר צו א ישראלי מיט טרערן געווייקטע אויגן, אז זיין קינד צו ווייב איז שטרעבליך קראנק דא אין שפיטאל. ער איז דא פון ישראל אהן קיין אישורענס און ער דארף קויפן מעדעצין ווייל די נשמה פליט זיי ארויס. איך מיט'ן פולסטען גוטסקייט און תמימות נעם ארויס 20 דאלער, אבער דער הערט נישט אויף צו בעטן פאר מער. ער איז אוועק פון מיר, איר הערט גוט מיט 150 דאלער, און געזאגט אז די 130 עקסטער איז נאר הלואה. איך האב אים געגלייבט ווייל ער האט עס געמאכט געוואלדיג. ער האט מיר אראפגעשריבען אלע זיין אינפא ביז טאטען תרח, אבער אלעס איז געווען פאלטש.
איך בין צופרידן כ'האב געהאט מיין לעקציע פרי אין לעבן אויף קליין געלט, אז ביי די טיים איך בין אריין אין ביזנעס, האב איך קיינעם מער נישט געטראסט.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 11:47 pm
דורך איחוד פעלד
איך האב מיר אן עצה געגעבען אזוי.
איך האב געזעהן אן עלטערע פרוי, האב איך זי געגעבען מיין פלאץ.........