בלאט 1 פון 5

ברעיקינג: א זוהן פין הרב שלמה העלבראנץ אנטלאפען

נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2012 12:46 pm
דורך דאקטער
איינער געדענקט נאך דעם העלבראנץ, ווען ער אי געוווען אין מאנסי האט ער געמאכט העדליינס מיט זיינע מעשים תעתועים, לעצטע יארען האט ער זיך באזעצט אין די בערג א שעה וועג פין מאנטריאל אין דארט אויפגעשטעלט זיין קולט,

יעצט קומט אריין די נייעס אז זיין אייגענע זוהן נתן א טאטע פין דריי קינדער איז אנטלאפען פין דארט, נאכדעם וואס ער האט שוין נישט געקענט פארנעמען די ליידען פין זיין טאטעס ווירטשאפט,

Re: ברעיקינג: א זוהן פין שלמה העלבראנץ אנטלאפען,

נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2012 1:00 pm
דורך אךשמח
גוט אויב מען קען צוברענגען א לינק, אזוי קען מען וויסן מער פרטים.

אגב, אין שטיבל איז דא אן אשכול איבער דעם העלבראנץ.

Re: ברעיקינג: א זוהן פין שלמה העלבראנץ אנטלאפען,

נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2012 1:02 pm
דורך דאקטער
כ'ווייס נישט פין קיין לינק,די נייעס אונליין איז לכאורה דא די ערשטע, כ'האב עס געהערט פין איינעם, ווען כ'וועל וויסען מער פרטים וועלעכעס בל"נ פאוסטען,

Re: ברעיקינג: א זוהן פין שלמה העלבראנץ אנטלאפען,

נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2012 1:28 pm
דורך דאקטער
לויט די אינפארמאציע וואס כ'באקום, שטעלט זיך ארויס אזא בילד,

זיין זוהן נתן איז אים שוין לאנג נישט געווען צים הארצען די פייניגונגען אין ווייטאג וואס זיין טאטע טוט מיט זיינע מענטשען, בקיצור ער מיט זיין ווייב האבען פארדעם באקומען עונשים נוסח העלבראנץ, זיין ווייב איז פארשפארט געווארען אין א שטוב אין ער האט באקומען מכות,

זעהט זיך אויס אז יעצט איז געקומען א קלימאקס, אין ווי כ'הער האט זיין ברודער נחמן אים געגעבען מכות אים צי צווינגען זיך צי גט'ן (מדין שבועה וויל דארט דארף מען אינטערשרייבען אויף א שבועה פאר זיי האבען חתונה אז טאמער העלבראנץ הייסט זיך גט'ן דארף מען זיך גט'ן), בקיצור האט ער געהויבען פיס אין אנטלאפען,

ווי עס קוקט אויס זענען זיינע קינדער שוין א שטיק צייט אוועקגענומען פין אים אין פארשפרייט ביי אנדערע משפחות, אויך נוסח העלבראנץ וואס זיי טוען דאס כסדר ארום צי מישען די קינדער צווישען משפחות (ר"ל)

Re: ברעיקינג: א זוהן פין שלמה העלבראנץ אנטלאפען,

נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2012 2:06 pm
דורך קאווע טרינקער
יא יא...
און די אלע וואס האבן געשריגען מ'זאל אים פון תפיסה נישט ארויס-נעמען האט מען פארשריגען "אויפגעקלערט....."...

Re: ברעיקינג: א זוהן פין שלמה העלבראנץ אנטלאפען,

נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2012 3:47 pm
דורך דבילה
ס'קלינגט מיר פון דעם http://www.mylifetime.com/movies/in-gods-country

Re: ברעיקינג: א זוהן פין שלמה העלבראנץ אנטלאפען,

נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2012 3:48 pm
דורך דבילה
קאווע טרינקער האט געשריבן:יא יא...
און די אלע וואס האבן געשריגען מ'זאל אים פון תפיסה נישט ארויס-נעמען האט מען פארשריגען "אויפגעקלערט....."...


די פראבלעם פון אן אויפגעקלערטע איז קיינמאל נישט אז ער איז נישט גערעכט! ס'איז בלויז אז ער וואגט זיך צו זאגן זאכן פאר אנדערע באמערקן דאס אליין...

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 3:19 am
דורך זר זהב
2 לענגערע קליפס פון ר' יוסל וואלדמאן מיט די העלבראנץ זון

http://www.youtube.com/watch?feature=pl ... BjXNS7GLc#!

http://www.youtube.com/watch?v=DP_czxZe ... _embedded#!

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 10:24 am
דורך דאקטער
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=uOBjXNS7GLc[/youtube]

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=DP_czxZeB8s[/youtube]

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=HJ19EOXnVIA[/youtube]

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 1:03 pm
דורך לעמיל
קען איינער פארציילען די הסטאריע? ווער איז ער? וואס טוט ער?

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 9:48 pm
דורך זר זהב
וויזוי לייגט מען ארויף א קליפ אינעם תגובה ?

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 10:13 pm
דורך זר זהב

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 10:20 pm
דורך John Doe
איינער וואלט געדארפט ארויסגעבן א קונטרס אין אידיש אין א לייכטע לשון וואס איז מסבר די רעכטן וואס יעדער בירגער האט. ס'שיינט אז דער אינגערמאן ר' נתן ווערט ערשט איצט געוואר אז די פאליציי עקזיסטירט נישט נאר צו פארשפארן בעדפארד עוועניו ווען דער רבי מאכט חתונה, ער האט גאר רעכטן און דאס געזעץ איז דא עם צו העלפן.

נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2012 2:21 am
דורך הדד בן בדד
איך האב נישט קיין צייט אויסצוהערן דעם גאנצן מעשה, אבער דאס ביסל וואס איך האב געמישט אהער און אהין איז דאך ממש א שרעק, קען איינער ארויפשטעלן דא אין קורצן וואס דארט גייט פאר, ווי קומט יאסל וואלדמאן אריין אין די מעשה און וואס וויל ער אויפטוהן. ער רעדט דארט עפעס וועגן א וויינגארטן, איז דאס איינער פון ישראל משה וויינגארטנ'ס קינדער? איך ווייס עטליכע פון זיי זענען אנגעקומען צו העלבראנס.

נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2012 12:50 pm
דורך מאיר_וואלף
אךשמח האט געשריבן:גוט אויב מען קען צוברענגען א לינק, אזוי קען מען וויסן מער פרטים.


http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2960386&forum_id=21016

נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2012 1:38 pm
דורך הדד בן בדד
עס שטייט נישט דארט גארנישט, בעיקר קליפס און אפאר בילדער, אפשר קען מען אין ווערטער אפשרייבן בקיצור וואס דארט גייט פאר?

נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2012 2:04 pm
דורך דאקטער

נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2012 4:46 pm
דורך פראפעסאר שפירא
פרישע ווארע,

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=U-ypuxGBQd0[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2012 5:09 pm
דורך דאקטער
רחמנא לצלן, דער נחמן העלבראנץ איז ערענסט צירודערט,

אנבעליוועבעל ווי משוגע מענטשען קענען זיין, די שאלה איז נאר פארוואס מישען זיי אריין די תורה אין זייער טינופת,

נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2012 5:10 pm
דורך לעמיל
דאקטער מיינסט א דאקטער וועט זיי נאך העלפען????

נשלח: דינסטאג מאי 29, 2012 4:16 am
דורך אלדד
איז דא א מציאות צו זעהן די ווידיאוס ערגעצווי וואס איז נישט געבלאקט דורך Jnet?

נשלח: דינסטאג מאי 29, 2012 9:10 am
דורך איחוד פעלד
keepvid.com if jnet lets it pass, paste the link in, and it will let you download the video as a link.
if not search for youtube download in google, find something that is not blocked by jnet.

נשלח: דינסטאג מאי 29, 2012 10:44 pm
דורך פראפעסאר שפירא
פרישע הייסע סחורה,[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=rTlOqQ5cMOo[/youtube]