בלאט 1 פון 1

דארף מען טאקע פאלגן רבנים (מן התורה)???

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:02 pm
דורך big joe
די מקור פון דעם איז און פרשת שופטים ״ובאת.. אשר יבחר ד׳ ... ואל השופט אשר יהי׳ בימים ההם ... לא תסור מן הדבר אשר יגידו לך ימין ושמאל״ אין די גמ׳ אין סנהדרין (דף י''ד עמוד ב׳) זאגט אז אשר יבחר מיינט אין די לשכת הגזית אין די ביהמ״ק. די ירושלמי און הוריות פרק א׳ הלכה א׳ ״יכול אם יאמרו לך על ימין שהיא שמאל ועל שמאל שהוא ימין תשמע להם? ת״ל ללכת ימין ושמאל״ שיאמרו לך על ימין שהוא ימין ועל שמאל שהוא שמאל. ר׳ יהודא הלוי אין כוזרי מאמר ג׳ זאגט אז וויבאלד מ׳זעהט אז מ׳זאגט א ברכה אשר קדשנו נאר אויף מצוות וואס די רבנן האבן געמאכט אין ביהמ״ק איז א ראי׳ אז די חיוב גייט נאר אהן ווען די רבנן זיצט אין ביהמ״ק. און אזוי פסק׳נט אויך די רמב״ם און משנה תורה הלכות ממרים הלכה א׳ ״בי״ד הגדול שבירושלים הם עיקרי תורה שבע״פ ... ועליהם הבטיחה תורה שנאמר ... אשר יורך... און אין זיין הקדמה צו משנה תורה שרייבט ער קלאר אז ווען ס׳נישט דא קיינער אין לשכת הגזית (נאכן חורבן) איז נישטא קיין שום חיוב צו פאלגן די גאונים. און די רמב''ן זאגט אין ספר המצוות שורש ראשון אז ס׳גייט נאר אהן בשעת די סנהדרין הגדול זיצט און ביהמ״ק. אין דרשות הר״ן דרוש י״ב ברענגט ער אז הגם לא תסור גייט נאר אהן בזמן הסנהדרין און מיט סמיכה, וואלט געווען א מנהג טוב זיך צו פארלאזן אויף רוב רבנים מיט א אסמכתא פון אחרי רבים להטות. די רשב''א האלט נישט פונעם מנהג טוב און זאגט (מובא בבית יוסף, טור חושן משפט יג) אז עס גייט נאר אהן מיט א בי''ד און נישט יעדער גדול פאר זיך אדער אסאך גדולים צוזאמען אהן קיין בי''ד.


איך וויל נאר צוענדיגן מיט א ווארט פון ר׳ חיים וואלאזון׳ער אין רוח חיים אויפן משנה אין אבות, הוי מתאבק בעפר רגליהם וזל״ק ״אסור לתלמיד לקבל דברי רבו אם יש לו קושיות עליהם״



(אוודאי איז דא וואס האלטן אנדערש ווי למשל די ראב''ד מיטן חינוך אבער לויט רוב ראשונים גייט עס נישט אהן היינט)

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:11 pm
דורך קאווע טרינקער
big joe האט געשריבן: ר׳ יהודא הלוי אין כוזרי מאמר ג׳ זאגט אז וויבאלד מ׳זעהט אז מ׳זאגט א ברכה אשר קדשנו נאר אויף מצוות וואס די רבנן האבן געמאכט אין ביהמ״ק איז א ראי׳ אז די חיוב גייט נאר אהן ווען די רבנן זיצט אין ביהמ״ק.

אלע דרבנן'ס האט מען געמאכט אין ביהמ"ק?
זיי מסביר פאר די קלערנע פון דיר. ייש"כ

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:31 pm
דורך big joe
אז וויבאלד מ'מאכט נישט א ברכה אשר קדשנו במצותיו פאר ארויס ווארפן א קאמפיוטער אפילו אלע רבנים הייסן, איז געדרינגען פון דעם אז די מצוה גייט נישט אהן היינט.
אויב יא וואלט געווען א חיוב צו מאכען א ברכה

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:35 pm
דורך קאווע טרינקער
שוין, כ'וועל מוזען איבערפרעגן.
זענען אלע ברכות נתקן געווארן בזמן שבית המקדש היה קיים ?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:36 pm
דורך big joe
יא

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:38 pm
דורך big joe
חוץ ברכות פון רבי'ס דאס איז א נייע משוגעת
א אסמכתא פאר דעם איז יא דא, אל תהיה ברכת הדיוט..." ומי לנו יותר הדיוט ווי אינזערע רבי'ס

נשלח: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 1:18 pm
דורך big joe
ממילא איז פשוט, אז נישט די זעלבע תורה הייסט אויך גיין בחירות אוך אויך האלט אז עס איז ע''ז

נשלח: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 2:21 pm
דורך לעיקוואד
עס רעדט זיך נישט ממש פון ככל אשר יורוך, דאך איז מיר געווען גאר אינטרעסאנט וואס איך האב געטראפען ליינענדיג דער ספר פון הרב שג"ר זצ"ל, 'לוחות ושברי לוחות'. אז איך טרעף דאס.

בילד
בילד

נשלח: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 2:50 pm
דורך מאטי
דארף מען פאלגן די רבנים? הםםם.... איך גיי שוין פרעגן מיין רב...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 3:54 pm
דורך למדן
וואס איז מיר בכלל מחייב די פסק פון סיי וועם אלס פוסק הדור אז דו האסט זיין אונטערשריפט ביזטו געקאווערט?
שאלות פרעג אין אין עני בית הוראה, הלכות שבת וכדו' קוק איך אריין אין שו"ע תשובה ספרים אדער פרעג איך א ת"ח אדער א דיין.
די נארישקייט אז איין ת"ח ווי גרויס ער זאל נישט זיין זאל מחייב זיין כל העולם כולו קומט לכאורה פון די ליטוואקן מיט זייערע גדולים די שאלה איז נאר פון וואו זיי האבן עס גענומען