בלאט 1 פון 1

קאטאָלאָגן

נשלח: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 12:33 am
דורך שלום בערגער
צוזאָגן
און מאָנאָלאָגן
גיסן זיך
צונױף
אין קאטאלאָגן
פון דורכפאלן

איך געדענק
די מוזיק
פון
פארגאנגענע
עתיד־מאָטיװן

רגע איז
קונץ
פון פארגײ

לעבן איז
פארלאָפענע
פאָליפאָניע
פון
פארשטײ