בלאט 1 פון 3
אלקנה (קאני) ראטטענבערג ז"ל
נשלח: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 10:21 pm
דורך [NAMELESS]
קאני ראטטענבערג איז געוועהן א לענדמארק אין וויליאמסבורג. עס איז ווערד אז מ'זאל מאכן פאר אים א עקסטערע אשכול איבער זיין לעבען, און זכרונות וועגן אים.
איך ווייס נישט די פרטים פון זיין לעבן, קען איך נאר שרייבען וועגן זיין אנוועזענהייט אין די ווילימסבורגע גאסן, און די ווערטעלך וואס ער האט געמאכט.
יעדע שטאט האט זיך זיינע "משוגעים" וואס דרייען זיך אין די גאסן, קאני איז זיכער געוועהן אזא סארט מענטש וואס מ'האט אים אייביג געטראפען אויף לי עוועניא, אבער ער איז באמת נישט געוועהן קיין משוגענער. ער האט זיך געהאט זיינע מאדנעקייטען וואס האבן געמאכט אז ער האט נישט געקענט חתונה האבן, אבער ער איז דאך געוועהן א מענטש וואס האט גערעדט אויף אלע באקן, ער האט דערציילט זיינע מעשות, און מ'האט אים ליב געהאט.
עס איז געוועהן א נארמאלע זאך צו זעהן א גרופע קינדער ארום קאני וואס שמועסן מיט אים.. יעדער האט ליב געהאט צו הערן וואס ער האט צו זאגן.
ער האט זיך געהאט זיינע טיפיקעל זשאוק'ס וואס יעדער האט געקענט. ווי ווען איך וועל שטארבען וועט מען מיך לייגן אין א פיענא באקס, יעדער וועט שטיין ביי ראדני און וויינען, קאני איז נישט דא!!! אוי, קאני איז נישט דא!!! און פליצלינג וועל איך ארויסטאנצען פון די באקס און געבן א שריי "איך לעב!!!"
[tag]יואב[/tag]'ס חתימה איז
אכציג פראצענט מענטשן זענען אויף פילען, און פון די איבריגע צוואנציג פראצענט ליידן מיר.
(הקדוש אלקנה רוטנבורג זצ"ל).
איך ווייס נישט פארוואס ער ריפט אים "הקדוש", אבער יא, קאני האט געהאט אזעלכע גיטע ווערטלעך און ער האט פיין צוגעטראפען צו דעם אמת.
רבותי, לאמיר הערן זכרונות
נשלח: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 10:25 pm
דורך [NAMELESS]
א בילד
image.jpg
קרעדיט [tag]שמואל הלוי[/tag] דא
viewtopic.php?p=36397#p36397
נשלח: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 10:26 pm
דורך זר זהב
in rodney
2010105_614337774_jpg.jpg
נשלח: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 10:32 pm
דורך סאשי פיש
ווער געדענקט ווי ער פלעגט טיילען דאלערס פאר קינדער איך אליין האב באקומען פון עם א שיינע פאר טאלער (אוי גילו) ער פלעגט געבען נאר איין טאלער א טאג פאר א אינגעל
איינער ווייסט פארוואס ער פלעגט טיילען געלט?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 10:38 pm
דורך יואב
ער האט קלאר געהאט מיט די נערווען. סאו ווי זיס, געשמאק, און אונטערהאלטבאר ער איז געוועזן, איז ער נאך אלץ געווען משוגע. ער האט פארמאגט א הארץ פון גאלד, און ער האט געטוהן אסאך חסד.
הקדוש האב איך שוין געזעהן געשריבן אויף אסאך מענטשן וואס איך ווייס אויך נישט פארוואס מ'האט געשריבן הקדוש.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 12:04 am
דורך קאווע טרינקער
די לייק איז פאר די לעצטע שורה.
קאני'ס מאמע האט א מיני שבע ברכות קעטערינג אויף העוועס סטריט, נעבן מארסי.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 8:28 am
דורך קינות גירושין
פארוואס איז אזוי וויכטיג צו פארציילען ווער זיין מאמע איז? דאס איז טיפיקעל ראדני טאלק
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 9:02 am
דורך קאווע טרינקער
זיין ברודער ר' יואל מאכט חתונה די וואך דאנערשטאג, אין וויזניצע זאל אין בארא פארק....
[tag]קינות גירושין[/tag], קאני אין ראדני, ס'גייט צוזאמען.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 9:08 am
דורך מ גפני
איינער געדענקט וויאזוי קאני האט אויסגעקוקט די טאג פון ר' יחזקאל שמש'ס לויה ? אפגעגאלט אינגאנצן
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 9:52 am
דורך קינות גירושין
קאווע טרינקער האט געשריבן:זיין ברודער ר' יואל מאכט חתונה די וואך דאנערשטאג, אין וויזניצע זאל אין בארא פארק....
[tag]קינות גירושין[/tag], קאני אין ראדני, ס'גייט צוזאמען.
די ווילסט רעדן פון קאני, כהער איי געס סמאכט דיך העפי ווען מרעדט פון מענטשען וואס האבן צרות, אבער מדארף נישט רעדן פון זיין משפחה, ווען די האסט א ברודער נישט געזונט וואלסטו הנאה געהאט ווען משמועסט פון דיך אויף ק״ש?
וועק אף ענד סמעל די קאפי!
דא איז א הייליג מקום, דא איז נישט א מקוה וואס מזאפט זיך אן מיט טומאה!
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:01 am
דורך שמעקעדיג
אין די אלטע זכרונות אשכול האט מען שוין אביסל ארומגעשמועסט פון אים
viewtopic.php?f=4&t=1524
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:07 am
דורך I'm back
איך וואלט נישט געזאגט אז ער איז געווען משוגע... איך וואלט געזאגט ער איז געווען א אייוועלטניק סטייל מענטש.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:47 am
דורך טעפל
I'm back האט געשריבן:איך וואלט נישט געזאגט אז ער איז געווען משוגע... איך וואלט געזאגט ער איז געווען א אייוועלטניק סטייל מענטש.
פליז זיי דיך מסביר, אין אייוועלט אליינס איז דא כמה וכמה סטייל'ס..
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:53 am
דורך סלינקי
@I'm back וואס הייסט?
ראשעקאל האט געשריבן:ער האט זיך געהאט זיינע טיפיקעל זשאוק'ס וואס יעדער האט געקענט. ווי ווען איך וועל שטארבען וועט מען מיך לייגן אין א פיענא באקס, יעדער וועט שטיין ביי ראדני און וויינען, קאני איז נישט דא!!! אוי, קאני איז נישט דא!!! און פליצלינג וועל איך ארויסטאנצען פון די באקס און געבן א שריי "איך לעב!!!"
איך האב געהערט בנוסח אחר מפה קדשו: איך וועל שטארבן (א פונקטליך טאג און יאר כ'געדענק נישט ווען) ביים שקיעה און מען גייט מיך באגראבן אין פאפא בית החיים מיט'ן קאפ אראפ און חזיר פיסל אין די הייעך, יעדער וועט שטיין און וויינען, קאני איז נישט דא!!! וכו'
קאווע טרינקער האט געשריבן:זיין ברודער ר' יואל מאכט חתונה די וואך דאנערשטאג, אין וויזניצע זאל אין בארא פארק....
קע"ה אסאך שמחות אין די משפחה
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 704#p62704
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 5:58 am
דורך העלא
קאני האט געהעריג חתונה געהאט,
ער האט געכאפט א נערוון ברעיק נאך די חתונה,
ר' שמואל אלקנה ב"ר ארי' ע"ה תנצב"ה
נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 9:31 pm
דורך קאווע טרינקער
קאווע טרינקער האט געשריבן:די לייק איז פאר די לעצטע שורה.
קאני'ס מאמע האט א מיני שבע ברכות קעטערינג אויף העוועס סטריט, נעבן מארסי.
לעבט שוין נישט.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:49 am
דורך שרייבער
נעכטן איז אוועק א מרת ראטנבערג, איז דאס קני'ס מאמע?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 10:42 am
דורך קאווע טרינקער
יא.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 11:41 am
דורך קאמענטירער
העלא האט געשריבן:קאני האט געהעריג חתונה געהאט,
ער האט געכאפט א נערוון ברעיק נאך די חתונה,
ר' שמואל אלקנה ב"ר ארי' ע"ה תנצב"ה
מפלעגט שמועסן אז ער איז געווען פון די בעסטע בחורים און טאהש׳ע ישיבה און ביי זיין חתונה האט מען פארפאסט א ניגון לכבודו און פון אזויפיל לערנען האט ער געכאפט א בראך איינער קען דעס קאנפארמען?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 6:05 pm
דורך היימישער
איך גלייב שווער אז פון לערנען קען מען כאפען א נערווען בראך
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 6:15 pm
דורך זר זהב
דער אוהח"ק זאגט אם היו בני אדם מרגישין במתיקות ועריבות טוב התורה היו משתגעים
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 6:23 pm
דורך שמעקעדיג
זיין כוונה איז במלא מובן המילה?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 2:54 am
דורך הדד בן בדד
היימישער האט געשריבן:איך גלייב שווער אז פון לערנען קען מען כאפען א נערווען בראך
אוודאי קען מען, איך קען מער פון איין מענטש וועלכער האט זיך צופיל אנגעשטרענגט אין לערנען און באצאלט דערפאר א טייערן פרייז