ראש השנה, זכרונות פין דער יוגענט,
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 1:49 pm
לאמיר אביסעל שרייבען מיינע זכרונות, אין הערען פין אנדערע זייערע,
וואס דענק איך פין ראש השנה אלס קינד,
מ'פלעגט זיך אנטוהן שיין אין גיין אין שול, כ'האב געדאווענט אין א קליין בית המדרש, מיט אזא דרייסיג פערציג מתפללים בערך,
מנחה איז געווען גארנישט ספעציעל, נאך מנחה האט דער בעל תפלה געגעבען א שריי אויס אחות קטנה,
נאכדעם האט זיך אנגעהויבען מעריב מיטען ספעציעלען ימים נוראים ניגון, אהא אהא אהאהא האאאאאא אה הא הא,
ס'האט געגעבען א סקרוך אין די ביינער, עפעס ווי א נייע צייט האט זיך אנגעהויבען, מיטען הערען דעם ברכו נוסח האט זיך גענדיגט די זוממער, אין ס'הייבט זיך אן א חודש פין ימים נוראים אין ימים טובים,
נאכדעם די לדוד מזמור נאך מעריב איז געווען א זאך, ס'האט געגעבען א שאקעל אין הערצעל, אין נאכדעם האט מען זיך געווינטשען לשנה טובה אין אהיים געגאנגען,
אינטערען חלה דעקעל איז געווען א קאלעקשען פין לשנה טובה'ס אין פארשטייט זיך מ'האמער געהאט די עפעל מיט האניג,
נאכדעם איז געקומען די סימנא טבא צערעמאניעס, מיט א ערענסטקייט האט יעדער גענומען א שטיקעל פין די קאפ פין די פיש אדער אנדערע זאכען אין געפרעגט וואס מען דארף זאגען, אין ס'איז אריבער מיט א סוקסעס,
בייטאג בין איך געגאנגען אין שול, פאר מוסף האמער געהאט זייער א גוטער בעל תפילה, ווען ער האט אנגעהויבען "הננו העני ממעש" איז געווארען שטיל אין שול, אין נאכדעם קדיש, יתגדל... אה הא האהאהאהא ויתקדש אוי יוא יוא יוא יוא יוא יוא יוא יוא יוא...... שמיה רבה,
ס'געווען דערהויבען, ביי אונז האט מען אויסגעלאזט די לאנגע פיוטים ביי מלכיות זכרונות שופרות, אין ס'געווען געשמאק צי אויסהערען דעם בעל תפלה ווי ער לייגט אראפ מלכיות זכרונות שופרות, נאכדעם האט מען געזינגען היום תאמצינו, אין אהיים געגאנגען בערך 3:30,
עפעס גדענק איך אז מיין טאטע פלעגט קויפען ראזשינקע חלות פאר ראש השנה, רינדעכיגע חלות, איינער האט געוואלט א שטיקעל דוקא אן די ראזשינקעס, אין איינער דוקא מיט די ראזשינקעס, אבער היינט ווואס ס'דא ווערים אין די ראזשינקעס איז עס מסתם שוין נישט שייך,
שוין עניוועי, לאמיר הערען פין אנדערע,