בלאט 1 פון 2

צוואות פון רבי'ס וואס זענען קיינמאל נישט געפינען געווארן

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 1:57 pm
דורך לכבוד שבת קודש
איך עפן אצינד אן אשכול צו דיסקאסירן צוואות פון רבי'ס וואס מען ווייסט קלאר אז זיי האבן געשריבן און איבערגעלאזט צוואות, אבער מאיזה סיבה (!) זענען זיי נעלם געווארן און מען געפינט זיי נישט. שמועות לויפן אויף אזעלכע אדמורי"ם ווי סאטמאר, פאפא, בעלזא, ליובאוויטש ועוד.

ווער עס האט עני אינפארמאציע, וועט עס זיין א טובה פאר אלע ליינער.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:09 pm
דורך דולה ומשקה
ליבאוויטש צוואה איז שוין געדריקט אין כמה וכמה פלעצער, בעיקר אין די ספרים 'חשבונו של עולם' א גאר געשמאקע בוך איבער די לעצטע פיר יאהר פון ליבאוויטשער רבי, אין 'בכל ביתי נאמן הוא' תולדות פון ר' זלמן גוראריה. דער צוואה איז א ליגאלע צוואה געשריבען אויף ענגליש, פונקטליך ווי אזוי די מוסדות אין די געלט זאל גיין אין אונטער וועמען זיי זאלן באלאנגען.

איבער סאטמאר האט 'דער איד' געדריקט א צוואה איבער דער רבנות חלק, בלויז איין קינד איז דערמאנט דערין, זעהט אויס עס איז טאקע נישט קיין אפציעלע צוואה.

איבער שמועות פון א בעלזא איז מיר נישט באקאנט, אבער וואס איז יא אין בית דין איז איבער א צוואה פון מהר"ש מבאבוב, צו ער האט יא געשריבען צו נישט, דערווייל זעהט אויס אז נישט.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:21 pm
דורך שעפטל
דולה ומשקה האט געשריבן:איבער סאטמאר האט 'דער איד' געדריקט א צוואה איבער דער רבנות חלק, בלויז איין קינד איז דערמאנט דערין, זעהט אויס עס איז טאקע נישט קיין אפציעלע צוואה.

סאטמאר בעל דברי יואל???

(חוץ די פאלשע...)

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:53 pm
דורך ונבנתה העיר
דולה ומשקה האט געשריבן:אין 'בכל ביתי נאמן הוא' תולדות פון ר' זלמן גוראריה. דער צוואה איז א ליגאלע צוואה געשריבען אויף ענגליש, פונקטליך ווי אזוי די מוסדות אין די געלט זאל גיין אין אונטער וועמען זיי זאלן באלאנגען.

עס איז דארטן געדרוקט א געהעריגע צוואה אין לשה"ק - אהן א חתימה, און די גאנצע השתלשלות הדברים ארום דעם, אפשר וועל איך עס שפעטער ארויפלייגן.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:47 am
דורך קאווע טרינקער
אפשר טוישט איר דעם אשכול טעמע "רבי'ס וואס האבן נישט געשריבן קיין צוואה"?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:00 am
דורך אביגדור
מי חכם וישמור אלה וגו'

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 3:09 am
דורך טעפל
ווער געדענקט אין תולדות אהרן איז געוועהן לעבעדיג, ס'איז ארויסגעקומען קודם פון תולדות אברהם יצחק, און דערנאך פון תולדות אהרן אז ס'איז מזויף וכן הלאה..

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 8:59 am
דורך קאווע טרינקער
איך.
נס להתנוסס, אמיתת פסק בית דין.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 9:08 am
דורך אביגדור
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך.
נס להתנוסס, אמיתת פסק בית דין.

כבר נמצא בשוק הספרים.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 9:10 am
דורך outspoken
מ'דארף מאכן אן אשכול פון רבי'ס וואס האבן א גאנצע צייט אנגעגרייט איין זיהן פארן איבערנעמען, אבער די לעצטע האט זיך דאס איבערגעדרייט. וואס לויטן ספר חסידים איז דאס וואס געשענט.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 10:54 am
דורך קינות גירושין
וואס איז טאקע פשט אז סאטמערע רבי שחכם היה האט נישט געשריבן א צווה? ווען ער טוט ווען יא אזוי, וואלט עס געווען מורדיג שטארק,

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 11:05 am
דורך קאווע טרינקער
וואס וואלט ער געדארפט שרייבן?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 11:09 am
דורך outspoken
די בנ''י סעקטע זענען מסבר, אז ער האט געוויסט אז ער האט נישט קיין OPTIONS האט ער עס איבערגעלאזט פארן באשעפער "יבוא בעל הכרם ויכלה את קוציו".

אינטערסאנט, די ברך משה ז''ל פלעגט אסאך מאל זאגען די פעטער איז מיר געקומען אין חלום, האט ער איינמאל געזאגט, 'איך ווינדער מיר, די פעטער קומט מיר אסאך מאל אין חלום, אבער ער האט מיר קיינמאל נישט געפרעגט וועגן די קהילה און מוסדות'' ע''כ

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:02 pm
דורך דולה ומשקה
ונבנתה העיר האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:אין 'בכל ביתי נאמן הוא' תולדות פון ר' זלמן גוראריה. דער צוואה איז א ליגאלע צוואה געשריבען אויף ענגליש, פונקטליך ווי אזוי די מוסדות אין די געלט זאל גיין אין אונטער וועמען זיי זאלן באלאנגען.

עס איז דארטן געדרוקט א געהעריגע צוואה אין לשה"ק - אהן א חתימה, און די גאנצע השתלשלות הדברים ארום דעם, אפשר וועל איך עס שפעטער ארויפלייגן.

כ'האב טאקע דערפאר בלויז דערמאנט דעם ליגאלע צוואה היות דערויף איז יא דא חתימת יד קדשו.

אגב דער שומרי אמונים [בערעגסאס] רבי זצ"ל האט איבערגעלאזט א צוואה, אין כאטש די חסידים זענען געגאנגען צו זיין איידעם דער תולדות אהרן רבי זצ"ל, האט ער טאקע אלעס געווינען ביי דער דין תורה ביי רבי פנחס עפשטיין, סיי דער נאמען אין סיי דער נכסים, נאר די חסידים האט ער פארלוירען.

עס איז ידוע אז דער 'אמרי אמת' האט געשריבען אין זיין צוואה אז זיין ברידער זאל איבערנעמען נאך איהם, אבער ליידער איז ער גע'הרג'ט געווארען ביים קריג, אין שפעטער איז עס שוין נישט געוועהן אקטועל, אבער למעשה האט ר' בנימין דער ברידערס זוהן באקומען אחר פטירתו געלט, חפיצים, אין כתבים אלץ ירושה.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:44 pm
דורך שרייבער
outspoken האט געשריבן:די בנ''י סעקטע זענען מסבר, אז ער האט געוויסט אז ער האט נישט קיין OPTIONS האט ער עס איבערגעלאזט פארן באשעפער "יבוא בעל הכרם ויכלה את קוציו".

אינטערסאנט, די ברך משה ז''ל פלעגט אסאך מאל זאגען די פעטער איז מיר געקומען אין חלום, האט ער איינמאל געזאגט, 'איך ווינדער מיר, די פעטער קומט מיר אסאך מאל אין חלום, אבער ער האט מיר קיינמאל נישט געפרעגט וועגן די קהילה און מוסדות'' ע''כ

ווען האט ער געזאגט אז דער פעטער איז אים געקומען אין חלום?

והשנית, ס'איז דא א שטארקע יש אומרים אז ס'איז געווען א צוואה און מען האט עס מבער געווען, תשכ"ד ווען די רבי איז געליגן מיט א רויז, האט ער געלאזט רופן דעם ברך משה און ער איז געווען מיט אים איינגעשפארט א לענגערע צייט, און מען זאגט אז ס'איז געווען איבער די נושא פון א צוואה

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:54 pm
דורך outspoken
שרייבער האט געשריבן:

ער האט דאס אסאך מאל געזאגט.
איין מאל האט ער אויפגעהערט צו עסען קעז, ווייל ער פעטער איז אים געקומען אין חלום.
אפאר וואכן צירוק איז געווען אין די קווינס'ער גליון אז דער פעטער איז אים געקומען אין חלום און געזאגט אז צו גיין צו א שוואכע דאקטאר איז נישט אויסגעהאלטען סיי לויט די (באוויסטע) רמב''ם און סיי לויט די רמב''ן.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 1:02 pm
דורך big joe
צד 45 טענה'ט אויך אז ס'דא א טעיפ, אבער לייבוש לאנדא וויל עס נישט ארויסגעבן. ווייל מ'הערט דארט ווי ער שטופט די רב ז''ל צו זאגן אז נאך נפתלי קומט בן ציון, אבער די רב וויל עס נישט זאגן.
(און די גאר גרויסע פערדן/מאמינים גלייבן אז בשעת מעשה איז לייבוש לנדא'ס הויז פארברענט געווארן פון ר' נפתלי'ס קפידא.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 1:04 pm
דורך outspoken
שרייבער האט געשריבן:
outspoken האט געשריבן:די בנ''י סעקטע זענען מסבר, אז ער האט געוויסט אז ער האט נישט קיין OPTIONS האט ער עס איבערגעלאזט פארן באשעפער "יבוא בעל הכרם ויכלה את קוציו".

אינטערסאנט, די ברך משה ז''ל פלעגט אסאך מאל זאגען די פעטער איז מיר געקומען אין חלום, האט ער איינמאל געזאגט, 'איך ווינדער מיר, די פעטער קומט מיר אסאך מאל אין חלום, אבער ער האט מיר קיינמאל נישט געפרעגט וועגן די קהילה און מוסדות'' ע''כ

והשנית, ס'איז דא א שטארקע יש אומרים אז ס'איז געווען א צוואה און מען האט עס מבער געווען, תשכ"ד ווען די רבי איז געליגן מיט א רויז, האט ער געלאזט רופן דעם ברך משה און ער איז געווען מיט אים איינגעשפארט א לענגערע צייט, און מען זאגט אז ס'איז געווען איבער די נושא פון א צוואה

מיינסט פאר בארא פארק, און פאר די וויזשניצע שידוך... אפשר
קען זיין דערפאר האט ער געזאגט די באוויסטע 'לא תוכל לתת עליך איש נכרי אשר לא אחיך הוא' של''ס תורה...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 1:20 pm
דורך בעריש
שרייבער האט געשריבן:
outspoken האט געשריבן:די בנ''י סעקטע זענען מסבר, אז ער האט געוויסט אז ער האט נישט קיין OPTIONS האט ער עס איבערגעלאזט פארן באשעפער "יבוא בעל הכרם ויכלה את קוציו".

אינטערסאנט, די ברך משה ז''ל פלעגט אסאך מאל זאגען די פעטער איז מיר געקומען אין חלום, האט ער איינמאל געזאגט, 'איך ווינדער מיר, די פעטער קומט מיר אסאך מאל אין חלום, אבער ער האט מיר קיינמאל נישט געפרעגט וועגן די קהילה און מוסדות'' ע''כ

ווען האט ער געזאגט אז דער פעטער איז אים געקומען אין חלום?

והשנית, ס'איז דא א שטארקע יש אומרים אז ס'איז געווען א צוואה און מען האט עס מבער געווען, תשכ"ד ווען די רבי איז געליגן מיט א רויז, האט ער געלאזט רופן דעם ברך משה און ער איז געווען מיט אים איינגעשפארט א לענגערע צייט, און מען זאגט אז ס'איז געווען איבער די נושא פון א צוואה

די מעשה איז אמת נאר מיט שנוים,
בשעתן רויז ווען די מצב איז געווען מסוכן האט רל"פ אנגעהויבן ארומארבייטן איבער סוקסעשען, ער האט פארופען א מיטונג מיטן באטיילוגונג פון ביידע נעפיוס סיגוט און מוזשיי אבער דער סיגוטער רב האט נישט געוואלט מיטשפילן.
ווען דער רבי איז דערפון געוואר געווארן איז ער שטארק בייז געווען דערויף, ער האט דאן געזאגט בתוך שאר דברים פארן סיגוטער רב איך האב אלעס פארשריבן. ואכמ"ל

נשלח: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 4:52 pm
דורך [NAMELESS]
געהערט אמאל פון ר שלמה ווייס פוןן בפ אז די רבי זל האט געשריבן א צוואה, און ער ווייסט עס פאר א פאקט, אבער די אנשי ביתו האבן דאס מעלים געווען.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 9:17 pm
דורך עסקן בדברים
דער קלויזנבורגער רבי זי"ע האט געשריבן אין זיין צוואה אז זיין איידעם, דער זוויהעלער, על פיו יצאו ועל פיו יבואו

נשלח: דינסטאג יאנואר 31, 2017 8:19 am
דורך מיר'ער בחור
עסקן בדברים האט געשריבן:דער קלויזנבורגער רבי זי"ע האט געשריבן אין זיין צוואה אז זיין איידעם, דער זוויהעלער, על פיו יצאו ועל פיו יבואו

קען איינער ביטע צוצייכענען א מקור אויף דעם?
ווי ווייט איך ווייס האט ער געשריבן אז ר' שלמה גאלדמאן שליט"א לרפו"ש - דער זוויהעלער זאל באקומען די קהילה אין יוניאן סיטי,
אין ר' בערל ווייס שליט"א זאל באקומען די קהילה אין ירושלים ,
אין ר' הערש מיילעך שליט"א זאל באקומען די קהילה אין קרית צאנז נתניה ,
אין ר' פישל מוטצען שליט"א די קהילה אין וויליאמסבורג,
אין ר' שאול יהודה פריזאנט שליט"א די קהילה אין מאנסי,
אין ר' שמואל דוד שליט"א די קהילה אין ב"פ.
אויף ר' אלעזר דוד שפירא שליט"א איז נאך גארנישט געשטאנען ווייל ס'איז געשריבן געווארן פאר ער האט חתונה געהאט,

נשלח: דינסטאג יאנואר 31, 2017 8:53 am
דורך שבת אחים
:רגע: :רגע: איין מינוט לאמיך טשעקן מיין פייל קאבינאט, פונקטליך וועמענס צוואה ווילסטו? איך האב א צוואה פונעם לאָדזשיצער אז זיין עלטצטער זוהן דער ראָציגער זאל זיין רב ביי קאָליר־וואָר, און דער אינגערע ברודער דער פּאָציגער זאל זיין רב אין קאקאווער....

מירער בחור איז פארנומען מיט צוואות... :roll: