בלאט 1 פון 2

ר' אברהם משה גאלדרינג ע"ה

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:03 pm
דורך דולה ומשקה
כ'ווייס נישט וויפיל פון די ליינערס דא אויף קאווע שטיבל געדענקען אט דעם איד.

געוועהן גבאי יארן לאנג פארן ברך משה ביז שנת תשל"ח-ט, ער פלעגט שלאפן גאנץ זוממער און דער דירה אויף דער 50'סטע גאס, ווען דער ברך משה האט געוויילט אין דער 'עצי חיים' קאנטרי, האט ער נישט געוואלט לאזן דער הויז אויף הפקר. ער פלעגט ברענגן פאר דער 'ברך בשה' שלישקעס מיט בארביקיו טשיקן פון מיעל-מארט, דארט ווי דער ברך משה האט געגעבען א השגחה.

ער פלעגט וויילן לאנגע שעות אין סאטמאר בית מדרש אויף דער 53'סטע גאס. ער איז געוועהן גוטע קאמפאני פאר מאיר גוטמאן אין סיני מאליוויצקי. אוי האט ער געהאט זכרונות פונעם רבי'ן, ער האט זיך שטארק געבענקט צו די יארן ווען דער 'ברך משה' פלעגט זאגן אין זיינע דרשות "... דער פעטער זאל מאריך ימים ושנים זיין..."

ער איז געוועהן א בארימטע בעל תפלה מיט גאר א הויכע און שטארקע שטימע, ער איז געוועהן בעל תפלה ימים נוראים במשך זיינע יארן ביי רבי מנשה לייפער, דינוב, ליסקא, סאסרעגן, סאטמאר. אויך איז ער געוועהן א בעל קורא.

ועוד לדלות ולהשקות, כ'האב יעצט אנגעהויבן, היות ער האט נישט איבערגעלאזט קיין דורות.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:40 pm
דורך שמעקעדיג
יא, כ'געדענק אים גוט פון קראלע ביהמ"ד אין ב"פ. סוף ימיו האט ער אפגעצויגן קיין מאנסי.
יוי איז דער געווען א זיסקייט, מיט זיינע אויסשפריך ווערטער. אין בדומה לו.. יהא זכרו ברוך.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:47 pm
דורך גאנצל
פלעגט זיך אויסקענען אין די סדר הלוח זייער גוט
פלעגט אלס זיין פארנומען הו"ר אויסצורעכענען וויפיל וואכן ארום ס'וועט זיין א' סליחות.... (קומענדיגע..)

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:34 pm
דורך טישו באקס
אוי איז ער געווען ציקער זיס,
סוף ימיו ווען ער פלעגט זיצן יעדן טאג אין סאטמאר-מאנסי, פלעגט דארטן זיין איינער וואס פלעגט מיט זיך מיט איהם אביסל פריילעך מאכן יעדן טאג און ספלעגט גיין שטעך ווערטלעך אהין און צוריק.

האב איך געהערט אמאל ווי ר' אברהם משה פרעגט יענעם, דו טראכסט אז ווען דו וועסט שטארבן וועל איך מיר פרייען? אוודאי, האט יענער געענטפערט. זאגט איהם א"מ, ניין, ווען דו וועסט שטארבן וועל איך וויינען.. פארוואס דו ביסט נישט געשטארבן פריער...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 4:36 pm
דורך סאו וואט
ממובחרי פתגמיו
אוי דו אלטא מאקאוואע פערד....אויף דיין קבר...
יעקב מרדכי דו הויזען זענען אים אראפגעפאלען...
ווילסט איך זאל דיר באקסען?....
אוי מיין פיס.....
אקאראק.. וועם איך וויל גריסען, גריס איך, און וועם איך וויל נישט גריסען, גריס איך נישט...

אוי איז ער געוועהן אנטיק...
יהא זכרו ברוך

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 4:47 pm
דורך גאלד
פון רא"מ ווערטלעך:
"2 זאכן מוז א מענטש דורך גיין אין לעבן, געבוירן ווערן און שטארבן, אבער אויב דו ווילסט קענסטו זיך ארויסדרייען פון שטארבן, אויב שמד'סטו זיך וועסטו פייגערן"

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 10:59 am
דורך דולה ומשקה
יענקעל: ר' אברהם משה, איז דאס דיין רעגן שטריימעל?
ר' אברהם משה: ניין! דאס איז מיין אויפ-רעגן שטריימעל...

ממ'מאכט שוין נישט אזעלעכס... חבל אל דאבדין

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 11:23 am
דורך פליקער
ער האט מיר מגלה געוועין אמאל אז ער איז געוועין דער שלוחי דרחמנה צי ברעינגען דעם מארגען דזשערנאל אדער די אלגעמיינער צים ברך תמידים כסדרן

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 12:15 pm
דורך שמעון וואלף
אונז קינדער פלעגן אים זאגן די טאג וואס מ'איז געבוירן און ער פלעגט אויפ'ן פלאץ אויסרעכענען וועלכע טאג אין די וואך וועט זיין די בר מצוה. האט אים א יונגל געפרעגט: און ווען וועט זיין מיין חתונה? האט ר' אברהם משה געענטפערט: און ווען דיין לויה וועט זיין ווילסטי אויך וויסן?!

א זיס אידל.געווען מיט די גרויסע טשולענט טאפ (סוף ימיו געטוישט פאר א פלאטשיקס) און א דריי פערטל רעקל

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 12:42 pm
דורך דולה ומשקה
פליקער האט געשריבן:ער האט מיר מגלה געוועין אמאל אז ער איז געוועין דער שלוחי דרחמנה צי ברעינגען דעם מארגען דזשערנאל אדער די אלגעמיינער צים ברך תמידים כסדרן


דער מארגען דזשערנאל פלעגט ער ברענגען - נישט דער אלדגעמיינער. ער האט נישט מגלה געוועהן א סוד ער פלעגט דאס דערציילען ווען דער שמועס האט דאס ארויף געברענגט. ולא עוד ער פלעגט פארציילען אז "עס איז געוועהן א ראדיא און שטוב".

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 6:00 pm
דורך berlbalaguleh
גאנצל האט געשריבן:פלעגט זיך אויסקענען אין די סדר הלוח זייער גוט
פלעגט אלס זיין פארנומען הו"ר אויסצורעכענען וויפיל וואכן ארום ס'וועט זיין א' סליחות.... (קומענדיגע..)

ער האט געהאט עפעס א מין איינגעבוירענע חוש צו דעם לוח. סיי דעם אידישן און דעם גוי'אישן אויך. איך האב אמאל ביי א געלעגנהייט געכאפט א לענגערן שמועס מיט איהם איבער פארשידענע דאטומס פון מיין משפחה וואס איך האב געוואוסט ווען זיי זענען אויסגעפאלן. וועלכן טאג פון די וואך. און ער האט מיר אויף א יעדן דאטום געזאגט די פונקטליכע טאג פון די וואך. בתוך הדברים האביך איהם אריינגערוקט א פאלטשע דאטום. און ער האט מיר אויף די רגע געזאגט אז דאס קען נישט זיין...!

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 6:02 pm
דורך ראש הישיבה
ווי איך פארשטיי, אז סוף ימיו איז ער געווען א בעל יסורים. איז ער אזוי געווען כל/רוב ימיו?

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 6:06 pm
דורך לית דין בר נש
איך פלעג הנאה האבן צו הערן פון פון אים אזוי בנשימה אחת, די לעצטע מאל דער קביעות איז גיוועהן, איז גיוועהן תשי"- איינמאל פאר דעם תר-"- די נעקסטע מאל גייט זיין אין נאך דריי און זיבעציג יאר נאכדעם גייט עס זיין אפאר יאר אין א צו תת-"- און גלייך נאכדעם נאכאמאל וכו'
ער האט אין א מינוט ארויסגעזאגט אין צוויי הונדערט יאר וויפיל מאל עס וועט אויספאלן אזוי.

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 7:28 pm
דורך [NAMELESS]
האט אפשר איינער א בילד פון אים?
קעסענעם.

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 7:45 pm
דורך יין שרף
איך בעט אים איבער דא בשער בת רבים, פארן זיך טשעפענען און שטעכן מיט אים.
-------------------------
כדי שלא להשאיר הנייר חלק איז די מעשה געווען נאך א שווערן טאג, בין הדברים זאגט ער מיר ״ווייסט ווען די גלות האט זיך אנגעהויבן? ווען דיין מאמע האט דיר געבוירן״האב איך אים געזאגט ״דו ווייסט ווען עס וועט זיך ענדיגן? ווען דו וועסט שטארבן״... און א וואך צייט איז ער געווען באליידיגט.

דערנאך דאכט זיך איך האב אים שוין נישט געזעהן מער.

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 10:42 pm
דורך שמעון וואלף
ראש הישיבה האט געשריבן:ווי איך פארשטיי, אז סוף ימיו איז ער געווען א בעל יסורים. איז ער אזוי געווען כל/רוב ימיו?


א בעל יסורים ווייס איך נישט אבער א מיטגעמאכטע מענטש איז ער זיכער געווען. דאכציכמיר ער איז געווען א גרוש אן קיין קינדער און ער האט זיך אזוי ארומגעדרייט עלענד און אליין. כ'געדענק איך האב אים געהערט זינגן אמאל מיט אזא מין צעבראכענקייט אז ס'האט מיך אזאנס דורכגענומען.

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 10:46 pm
דורך יין שרף
ער האט ל״ע שטארק געליטן אויף ציקער. דאכט זיך סוף ימיו האט מען אים פארשניטן זיין פוס.

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 1:08 am
דורך berlbalaguleh
ראש הישיבה האט געשריבן:ווי איך פארשטיי, אז סוף ימיו איז ער געווען א בעל יסורים. איז ער אזוי געווען כל/רוב ימיו?

אפשר יסורי הנפש פון יונגערהייט. אבער די יסורי הגוף האבן זיך אנגעהויבן אין זיינע מיטעלע יארן ווען ער האט געליטן פון צוקער און די מחלות און מיחושים וואס דאס ברענגט מיט. די לעצטע יארן האט ער שטארק געליטן אויף די פיס און ר'האט געהאט שוועריגקייטן צו גיין...!

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 5:28 pm
דורך מנחם אבראמאוויטש
ער איז איוך געוועהן א זעלטענער בעל קןרא מיט גאר א שטארקע שטומע.
ער פלעגט ליינען די קריאה פון מנחה שבת אין בורשטינער ביהמ"ד אין בארא פארק און רוב מאל עולה געוועהן לוי, אברהם משה ב"ר עמרם הלוי.
ער איז געוועהן א באמת'דיג צרה'דיג איד. ער איז א שוואגער מיט שיף, די ראש הקהל פון סאטמאר מאנסי.
זיין פעטער, ר' שלום גאלדרינג ז"ל איז געוועהן באקאנט אלס חכם שלום, ווייל ער איז געוועהן א טונקעל-הויטיגער און א בעל קבלה. די גאנצע משפחת גאלדרינג זענען מורא'דיגע מוחות, מאנכע פון זיי 100% און מאנכע 110%

יהא זכרו ברוך

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 5:49 pm
דורך [NAMELESS]
פריעד באטשי האט געשריבן:האט אפשר איינער א בילד פון אים?
קעסענעם.

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 11:05 pm
דורך יענער פויגעל
מנחם אבראמאוויטש האט געשריבן:ער איז איוך געוועהן א זעלטענער בעל קןרא מיט גאר א שטארקע שטומע.
ער פלעגט ליינען די קריאה פון מנחה שבת אין בורשטינער ביהמ"ד אין בארא פארק און רוב מאל עולה געוועהן לוי, אברהם משה ב"ר עמרם הלוי.
ער איז געוועהן א באמת'דיג צרה'דיג איד. ער איז א שוואגער מיט שיף, די ראש הקהל פון סאטמאר מאנסי.
זיין פעטער, ר' שלום גאלדרינג ז"ל איז געוועהן באקאנט אלס חכם שלום, ווייל ער איז געוועהן א טונקעל-הויטיגער און א בעל קבלה. די גאנצע משפחת גאלדרינג זענען מורא'דיגע מוחות, מאנכע פון זיי 100% און מאנכע 110%

יהא זכרו ברוך

ער איז געווען א פעטער פאר ישראל שיף נישט א שוואגער

Re: ר' אברהם משה גאלדרינג ע"ה

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 11:07 pm
דורך מנחם אבראמאוויטש
יענער פויגעל האט געשריבן:
מנחם אבראמאוויטש האט געשריבן:ער איז איוך געוועהן א זעלטענער בעל קןרא מיט גאר א שטארקע שטומע.
ער פלעגט ליינען די קריאה פון מנחה שבת אין בורשטינער ביהמ"ד אין בארא פארק און רוב מאל עולה געוועהן לוי, אברהם משה ב"ר עמרם הלוי.
ער איז געוועהן א באמת'דיג צרה'דיג איד. ער איז א שוואגער מיט שיף, די ראש הקהל פון סאטמאר מאנסי.
זיין פעטער, ר' שלום גאלדרינג ז"ל איז געוועהן באקאנט אלס חכם שלום, ווייל ער איז געוועהן א טונקעל-הויטיגער און א בעל קבלה. די גאנצע משפחת גאלדרינג זענען מורא'דיגע מוחות, מאנכע פון זיי 100% און מאנכע 110%

יהא זכרו ברוך

ער איז געווען א פעטער פאר ישראל שיף נישט א שוואגער

איך האב געמיינט זיין טאטע

Sent from my LGLS990 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 11:08 pm
דורך יענער פויגעל
א צוקער זיסער איד געווען
דענק איך אמאל ווען ער איז שוין געווען אינעם האום סוף ימיו האט ער זיך באקלאגט אויף זיין שכן אז זיין שכן באמאכט זיך דריי מאל א יאר.
זומער
ווינטער
אין ווען עס קומט אים אונטער