בלאט 1 פון 4

שווערע ווערטער וואס כ׳וויל וויסן

נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2012 4:06 pm
דורך ידען
ווען מע לייענט ובפרט אויב מע לייענט אסאך טרעפט מען אלץ נייע ווערטער וואס מע פארשטייט נישט, און נישט אלץ האט מען וועם צו פרעגן, עפן איך דיזע אשכול און ווען איך באמפ אריין אין א שווערע אידישע אדער ענגלישע/פאראידישטע ווערטער, וועל איך דא אוועקשטעלן און די עכטע ידענים וועלן שוין זיכער ארויסהעלפן.

איך הייב אן מיט די ווארט physicist (פיסיכיסט אין אידיש?) וואס איינשטיין איז געווען. וואס פונקטליך באדייט דע ווארט?

Re: שווערע ווערטער וואס כ׳וויל וויסן

נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2012 4:23 pm
דורך ישובניק
יאנקל האט געשריבן: אין דער חכמה פון פיזיקס.


אויף אידיש: פיזיק.

Re: שווערע ווערטער וואס כ׳וויל וויסן

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 8:15 am
דורך ידען
ביאגראפיע מיינט באשרייבונג אויף איינעםס לעבן.

וואס מיינט ביבליאגראפיע?

Re: שווערע ווערטער וואס כ׳וויל וויסן

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 8:25 am
דורך יידל
ידען האט געשריבן:ביאגראפיע מיינט באשרייבונג אויף איינעםס לעבן.

וואס מיינט ביבליאגראפיע?

ביבליאגראפיע איז די חכמה פון ביכער. א ביבליאגראפישע בוך קען זיין אויף צוויי אופנים. איינס איז א בוך וועלכער האט סיסטעמאטישע ליסטע פון בוכער, א שטייגער ווי בית עקד ספרים. די צווייטע איז א בוך וועלכע שטודירט די אויסקוק, אינהאלט און פיזישע איינצעלהייטן פון בוכער, א שטייגער ווי די ספרים בלאָג. איינער וועלכע האט זייער ליב ספרים, בפרט אלטע דרוקן און אומבאקאנטע ספרים ווערט אנגערופן א "ביבליאפיל".

Re: שווערע ווערטער וואס כ׳וויל וויסן

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 9:24 am
דורך שרגא
ישובניק האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן: אין דער חכמה פון פיזיקס.


אויף אידיש: פיזיק.


צוליב דער זעלבער סיבה האב איך מציע געווען פאר די מנהלים אין "פראגרעס באריכט" אשכול אז אויך סטאטיסטיקס קומט אן דעם ס':
"סטאטיסטיקס" וואלט איך אראפגענומען דעם ס' ביים סוף

אבער זיי זענען צוריקגעקומען מיט דער החלטה אז
הנהלה האט באשלאסן צו לאזן מיט די "ס".✔

Re: שווערע ווערטער וואס כ׳וויל וויסן

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 2:39 pm
דורך משה געציל
כאטש דער אשכול איז געווידמיט פאר אידישע ווערטער, וואלט איך געוואלט אריין האקען מיט א לשה"ק ווארט, ווייסט איינער וואס טייטשט יום המר "והנמהר"?

Re: שווערע ווערטער וואס כ׳וויל וויסן

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 2:48 pm
דורך ישובניק
שרגא האט געשריבן:
ישובניק האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן: אין דער חכמה פון פיזיקס.


אויף אידיש: פיזיק.


צוליב דער זעלבער סיבה האב איך מציע געווען פאר די מנהלים אין "פראגרעס באריכט" אשכול אז אויך סטאטיסטיקס קומט אן דעם ס':
"סטאטיסטיקס" וואלט איך אראפגענומען דעם ס' ביים סוף

אבער זיי זענען צוריקגעקומען מיט דער החלטה אז
הנהלה האט באשלאסן צו לאזן מיט די "ס".✔


שרגא, אין אלגעמיין איז עס טאקע ריכטיג: סטאטיסטיק. אבער דאס איז דער שם הכולל פון דער וויסנשאפט. אויב מ'רעדט פון באשטימטע ציפערן, איז עס אפשר יא ריכטיג בלשון-רבים, אבער "סטאטיסטיקס" איז נישט אידיש. איך האב זייער מורא, אין אזא פאל וואלט מען געזאגט סטאטיסטיקעס, אדער העכסטנס סטאטיסטיקן (ווי ס'איז אויף דייטש אויך).

Re: שווערע ווערטער וואס כ׳וויל וויסן

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 12:38 am
דורך געפילטע פיש
משה געציל האט געשריבן:כאטש דער אשכול איז געווידמיט פאר אידישע ווערטער, וואלט איך געוואלט אריין האקען מיט א לשה"ק ווארט, ווייסט איינער וואס טייטשט יום המר "והנמהר"?

חבקוק א ו: כי הנני מקים את הכשדים הגוי המר והנמהר ההולך למרחבי ארץ לרשת משכנות לא לו.
מלבי"ם: "הגוי המר והנמהר" ר"ל שלפעמים יתרומם גוי אחד ע"י חנופה וחלקלקות שימשוך עמים תחתיו בדברים רכים, אבל הם גוי מר ואכזרי, ולפעמים יתגבר ע"י שכלו ותחבולות, אבל הם גוי נמהר שעושה הכל בלא עצה ותבונה,
מצודת ציון: "והנמהר" - מלשון מהירות

ישעיהו לב ד: ולבב נמהרים יבין לדעת ולשון עלגים תמהר לדבר צחות
מצודת דוד: "ולבב נמהרים" - מי שלבבו נמהר מבלי דעת מיושבת יבין אז לדעת לא כמו עכשיו שנאמר בהם השמן לב העם הזה.

אויף ענגליש טייטשט זיך עס Impetuous, rash, hasty, reckless, imprudent ,impulsive
פונקט ווי אזוי דאס איז אנגעקומען צו יום המר והנמהר ווייס איך נישט, מילא א מענטש קען זיין אומדורגעטראכט, אבער א טאג?

Re: שווערע ווערטער וואס כ׳וויל וויסן

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 5:16 pm
דורך ברוין
אין א צווייטע אשכול שרייבט דער געערטער ישובניק די ווארט "מעטאפאריש" וואס באדייט דאס?

Re: שווערע ווערטער וואס כ׳וויל וויסן

נשלח: מוצ"ש אפריל 28, 2012 10:55 pm
דורך געפילטע פיש
ברוין האט געשריבן:אין א צווייטע אשכול שרייבט דער געערטער ישובניק די ווארט "מעטאפאריש" וואס באדייט דאס?

https://www.google.com/#hl=en&gs_nf=1&q=define+metaphor

Re: שווערע ווערטער וואס כ׳וויל וויסן

נשלח: מוצ"ש אפריל 28, 2012 11:48 pm
דורך יידל
געפילטע פיש האט געשריבן:
ברוין האט געשריבן:אין א צווייטע אשכול שרייבט דער געערטער ישובניק די ווארט "מעטאפאריש" וואס באדייט דאס?

https://www.google.com/#hl=en&gs_nf=1&q=define+metaphor

דו מיינסט אז ברוין האט נישט קיין צוטריט צו גוגל? :ווינק:
מעטאפאר איז א צושטעל ע"ד משל (אדער ע"ד דרוש) ווען מ'וויל עפעס ארויסברענגן. לדוגמא, ווען מ'זאגט "ס'געווען א מיליאן מענשטן ביי די חתונה" איז די גוזמא פון מיליאן א מעטעפאר פאר אסאך מענטשן.

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 10:12 pm
דורך ידען
וואס מיינט אסטרינגענט?

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 12:43 am
דורך יידל
ידען האט געשריבן:וואס מיינט אסטרינגענט?

http://en.wikipedia.org/wiki/Astringent http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A2%D7% ... 7%95%D7%AA

נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2012 11:36 pm
דורך זר זהב
א נייער ווארט איז געבוירן געווארן ביים כינוס ? אי לייען דעם כינוס אפטיילונג אינעם "איד", שטייט דארט אזוי: "ליידער זענען אידישע קינדער מיט די יארן געווארן אינגאנצן אפאטיש צו דעם שרעקליכן חורבן פונעם אינטערנעט".

אפאטיש ? העלפטס מיר ארויס דא, איך קען נישט לייענען ווייטער.

נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2012 11:39 pm
דורך זר זהב
אקעי כאב עס געגוגעלט און איך זעה ס'טאקע דא אזא ווארט.

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 7&pgnum=77

נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2012 11:57 pm
דורך געפילטע פיש

נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2012 11:59 pm
דורך זר זהב
הייסט עס ס'איז א ריין ענגליש ווארט

נשלח: פרייטאג מאי 25, 2012 12:23 am
דורך דבילה
"פאטיש" מיינט געפילן אין "ריין אידיש" אויך. "סימפאטיש" "פאטאס". דער "א" פון אנהייב ווארט וואס זאל מיינען א שלילי ווייס איך נישט פון נאך דוגמאות, אבער דער מקור פון דעם איז לאטייניש-גריכיש.

נשלח: דינסטאג מאי 29, 2012 11:32 am
דורך אלבערט
זר זהב האט געשריבן:הייסט עס ס'איז א ריין ענגליש ווארט

אפאטיש איז א ווארט וואס פיגורירט שוין אין "דער איד" זינט הרב סענדער דייטש'ס צייטן.

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 10:57 am
דורך ידען
אנדזשעקס

א ווארט וואס רב וואזנער האט געזאגט ביים כינוס און אפי׳ ווער סע האט עס אפגעטייפט האט עס נישט פארשטאנען, ווי מע זעהט אז ער האט צוגעליייגט ??

נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 3:52 pm
דורך ידען
אנטראפאלאגישע שטאנדפונקט

פון דא


viewtopic.php?p=16422#p16422

נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 4:43 pm
דורך יואליש
יידל האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
ברוין האט געשריבן:אין א צווייטע אשכול שרייבט דער געערטער ישובניק די ווארט "מעטאפאריש" וואס באדייט דאס?

https://www.google.com/#hl=en&gs_nf=1&q=define+metaphor

דו מיינסט אז ברוין האט נישט קיין צוטריט צו גוגל? :ווינק:
מעטאפאר איז א צושטעל ע"ד משל (אדער ע"ד דרוש) ווען מ'וויל עפעס ארויסברענגן. לדוגמא, ווען מ'זאגט "ס'געווען א מיליאן מענשטן ביי די חתונה" איז די גוזמא פון מיליאן א מעטעפאר פאר אסאך מענטשן.


יידל דיין משל איז מער א גוזמא ווי א מעטעפאר. א מעטעפאר איז א משל וואס ניצט א פרעמדע באגריף פון א מצב אויפן צווייטן. "ער איז געשטיינען דארט אייז קאלט" איז א מעטעפאר. אויב ניצט מען מען די ווארט "ווי" איז עס נישט א מעטעפאר נאר א סימייל. דוגמא: "זיין פנים האט נישט געצייגט קיין געפילן, ווי אייז אין סיביר."

נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 2:06 am
דורך געפילטע פיש
ידען האט געשריבן:אנטראפאלאגישע שטאנדפונקט

פון דא


http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 422#p16422

Anthropology