בלאט 1 פון 6
קלאסישע מוזיק
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 4:40 pm
דורך יאיר
איך בין לעצטנס געווארן א ליבהאבער פון קלאסישע מוזיק. די אנגענעמע נאטן און די שלוות הנפש וואס גיסט זיך ארויס דערפון נעמען מיר איבער ביז די טיפענישן פון מיין נשמה. און א גרויסע מעלה איז אז עס נעמט נישט אוועק דעם קאפ פון טון סיי וואס. איך קען וואשן די געשיר, ליינען א בוך, און שרייבן אויף קאווע שטיבל בשעת די זיסע מעלאדיעס פילן אן דעם שטוב. אזוי ווי איך בין נאך א רויער אין דעם פעלד, וויל איך בעטן אז אלע וואס האבן עפעס א קענטעניס דערין זאלן מיטטיילן מיט'ן עולם זייערע ידיעות און מיינונגען דערין, און אויב מעגליך ארויפשטעלן קליפס פון רייכע שטיקלעך.
איך וועל אנהייבן מיט איין שטיקל וואס איז גאר בארימט און איז פארבליבן אלס איינע פון די שענסטע אין דעם פעלד פון קלאסישע מוזיק. עס רופט זיך
די פיר סעזאנען, און עס באשטייט פון פיר קאנצערטן אקעגן די פיר סעזאנען פונעם יאר, ווינטער, פרילינג, זומער, און הערבסט. און עס איז געווארן קאמפאזירט דורך דעם איטאליענישן קאמפאזירער אנטאניא וויוואלדי, וועלכער האט געלעבט מיט ארום דריי הונדערט יאר צוריק. פאלגנד איז א יו טוב קליפ דערפון.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=GRxofEmo3HA[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 7:36 pm
דורך זר זהב
ס'דא א קלאסיקל ראדיא סטאנציע אין ניו יארק
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 7:54 pm
דורך מאטי
זר זהב האט געשריבן:ס'דא א קלאסיקל ראדיא סטאנציע אין ניו יארק
ס'ארבעט ביי מיין דענטיסט
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 8:01 pm
דורך נהורא נפישא
די קלאסישע מוזיק ראדיא סטאנציע אין ניו יארק איז אויף 105.9 FM.
די בארימטע פון זיי זענען בעטהאווען מוצארט באך מענדלסאהן ליסט שובערט וויוואלדי הענדעל און נאך
וואגנער איז זייער בארימט נאר ארומגענומען מיט קאנטארווערסי פירענדיג אנטיסעמיטישע קאמפיינען און איז געווען א ליבלינג ביי די נאציס די איזראלישע פילהארמאניק האט אים דערפאר באקיאטירט
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:30 pm
דורך געפילטע פיש
moti107 האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:ס'דא א קלאסיקל ראדיא סטאנציע אין ניו יארק
ס'ארבעט ביי מיין דענטיסט
די עיקר וויל איך וויסן וועלכע סטאנציע ארבעט ביי טאמבל סאס'ס דענטיסט
יאיר האט געשריבן:איך בין לעצטנס געווארן א ליבהאבער פון קלאסישע מוזיק. די אנגענעמע נאטן און די שלוות הנפש וואס גיסט זיך ארויס דערפון נעמען מיר איבער ביז די טיפענישן פון מיין נשמה. און א גרויסע מעלה איז אז עס נעמט נישט אוועק דעם קאפ פון טון סיי וואס. איך קען וואשן די געשיר, ליינען א בוך, און שרייבן אויף קאווע שטיבל בשעת די זיסע מעלאדיעס פילן אן דעם שטוב.
כ'בין נישט קיין גרויסע קענער, אבער די שלוות הנפש איז נאר ביי געוויסע שטיקלעך, און ביטהאווען און מאטצארט זענען בעיקר פון די סארט, אבער ס'דא שטיקלעך וואס צושטורמען די נשמה אזש מ'קען אויף גארנישט קאנצעטרירן, נאר מ'ווערט איבערגענומען פון די מוזיק און ס'ברענגט ארויס פון די כלים.
כ'האב א שטיק צייט פראבירט צו ארבעטן צו מיין פאנדארא סטאנציע פון קלאסישע מוזיק, אבער כ'האב גארנישט געקענט טוהן, ביי יעדע צווייטע שטיקל האט זיך די גאנצע אפגעשטעלט, די גאנצע קאנצעטרירונג איז פארגאנגען, אקיצור ס'נישט געווען קיין תכלית.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:15 am
דורך ונבנתה העיר
א דאנק דיר, יאיר, פאר'ן עפענען אזא וויכטיגער אשכול.
די ערשטע מאהל איך האב בכלל געהערט די סארט מוזיק איז טאקע געווען ביים דענטיסט... אודה ואבוש אז איך האב עס נישט געקענט דערליידן, נאך א מזל אז דער חובת הלבבות האט נישט גענומען פאר א משל א קעסטל נאטן וואס האבן זיך אויסגעגאסן און געשאפן א סימפאני פון מאזארט, ווייל אט דאס איז עס געווען אין מיינע אויערן, א געמויזעכטס פון נאטן - פערטלעך, אכטלעך און זעכצנטלעך פאלן אראפ און פליעהן דראסטיש צוריק ארויף נאר צו קענען פאלן נאך נידריגער, קיינע זאצן קען מען נישט ערווארטן - פאראגראפן אפגערעדט.
איך בין שוין אבער פאראויס געקומען, איך שפיר שוין אז עס ליגט אין דעם אן אור גדול - מרחוק הויה נראה לי, איך האב אבער נאכנישט די כלים עס אויפצוכאפן און ריכטיג אפלערנען, אפשר קען איינער פון די מלומדים דפה געבן א שיעור כללי פאר מתחילים.
דא האב איך געברענגט א שטיקל פון ביעטהאובען וואס דאכציך אז דער עולם קען.
פטור בלא מאזארט און ביעטהאובען א"א, דא האט איהר פון BBC א הערליך שטיקל ארבעט, דאס לעבן פון
מאזארט און דאס לעבן פון
ביעהאובען געמישט מיט אסאך פון זייערע קאמפאזיציעס.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:59 am
דורך טעפל
[tag]יאיר[/tag], א גרויסן שכוח, איך בין זיך ממש מחיה מיט קלאסישע מוזיק, אפילו כ'בין נישט אזא מבין אין דעם, די עיקר געשמאק פון דעם איז טאקע ווען די הערסט אפאר מאהל און די קענסט עס שוין, ס'איז ממש א נחת, איך ווער פשוט פארחלומט..
דא איז דא א שטיקל פון יונתן בארהאמס באקאנט אלץ דעם אונגערישען טאנץ דעם פיפטען, כ'ווייס נישט אויב ס'געהערט דא, אבער ס'איז הערליך שיין און גרינג.
http://www.youtube.com/watch?v=3X9LvC9WkkQ
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:51 pm
דורך לבונה זכה
די doina סטיל פון מוזיק איז אויך גאנץ אינטערעסאנט.
http://www.youtube.com/watch?v=XKCVUbxpHjMhttp://en.wikipedia.org/wiki/Doinaהערט דאס צו מיט פארמאכטע אויגן. איר קענט "דערהערן" דאס דביקות...
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:55 pm
דורך גנדי
אין נוי יארק איז דא א קלאסישע מוזיק סטיישאן WQXR
איך הער כסדר צו דערצו ווייל איך גלייב אז דאס איז וואס אונזערע זיידעס פלעגן הערן.
איך צינד עס אויך אן פאר מיינע קינדער כדי זיי זאלן זיך פארעקלען פון די היינטיגע פאפ מוזיק.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:15 pm
דורך נהורא נפישא
דא האט איר פליקס מענדלסאהנס פידל קאנצ'ערטא א זייער הארציג שטיקל ,אן אייניקל פונעם בארימטן אידישן פיליזאף און פארזאגער פון די אידישע בערלינער השכלה באוועגונג, דער פאטער זיינער א זוהן פון משה מענדעלסאהן האט זיך געטויפט צו קריסטנום נישט דוקא ווייל ער האט געוואלט נאנט ווערן צו יוזל'ן נאר אזוי ווי אנדערע , היינריך היינע און נאך, האט מען אלטץ יוד נישט געקענט קריגן א קאריער
http://www.youtube.com/watch?v=o1dBg__wsuoאיך פערזענליך האב זייער ליב באך, צוליב איר קאמפליקאציע די עיקר ווען מ'הייבט בכלל ליב האבן קלאסישע מוזיק איז ווען מהערט עס מערערע מאל אזוי אז די תנועות זינגט זיך מיט אין מח בשעת'ן הערן.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:17 pm
דורך סאשי פיש
די קליפ ארבעט נישט
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:27 pm
דורך נהורא נפישא
צום באדויערען לאזט ער זיך נישט ארויפלייגן.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 4:06 pm
דורך פידלער
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 4:18 pm
דורך נאטרוליסט
פון בעטהאווען איז א חוב קדוש צו הערן די 9 סימפאניעס. די 3טע, 6טע 7טע און 9טע זענען די סמאע מעכטיגסטע.
דערנאך זיינע 5 פיאנא קאנצערטאוס, און זיין ווייאלין קאנצעראטו.
פון מאצארט זיינען פאראן 40 סימפאניעס, נישט אזעלכע קונסט ווי בעטהאווען, אבער זייער שיין מער פון היידען סטייל און קאנסטרוקציע.
עס איז קלאר אז איידער מ'הערט עס נישט עטליכע מאל, און מ'קען עס געהעריג רעגיסטרירן אין קאפ וועט זיך עס הערן ווי סתם צעדרייטע משונה'דיקע קולות (פאר דעם וועלכער איז קיין מבין נישט).
90 פראצענט היימישע אידן אדער מער פארשטייען בכלל נישט דערצו, און מיינען נעבעך אז MBD און שוועקי זענען שיין.
ווער ס'פארשטייט מער און מער, הייבט אויך אן הערן מער קאמפאזיטארן, און הייבט אן דעקענען אויפ'ן "קאנדאקטאר" וואס ער צילט.
פון די סאמע גרעסטע קאנדוקטארן זיינע באוואוסט, הערבערט וואן KARAJAN, דניאל בארענבים, לעני בערנשטיין און נאך.
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 12:03 am
דורך נהורא נפישא
דא האט איר א ווידיא קליפ פון א פראפעסאר גיבענדיג א לעקטור איבער קלאסישע מוזיק און איר היסטאריע ס'איז זייער אינפארמאטיוו הערט אין האט הנאה
http://www.youtube.com/watch?v=FDvSvUmok4
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 1:28 am
דורך ונבנתה העיר
נהורא, דיין לינק ארבעט נישט.
------
נאטרוליסט האט געשריבן:פון די סאמע גרעסטע קאנדוקטארן זיינע באוואוסט, הערבערט וואן KARAJAN, דניאל בארענבים, לעני בערנשטיין און נאך.
אינטערעסאנט, פונקט די וואך איז דא אן אינטערוויו אין המודיע'ס ענין מאגאזין מיט א רוסישער איד, א תלמיד און צוהעלפער פונעם וועלט-בארימטן קאנדאקטער בערענשטיין.
ער איז געבוירן מאחורי מסך הברזל, שפעטער אין ניו יארק ביים ארבעטען מיט בערענשטיין האט ער זיך באקענט מיט ר' יואל כהן, ווען ער האט זיך געגרייט צו פארן קיין לונדון אויף א קאנטעסט האט איהם ר' יואל מיטגעגעבן א טעיפ פונעם ליובאוויטש'ער רבי ז"ל, נאכ'ן דורכהארעווען דעם קאנטעסט - די סעמי פיינעלס און דערנאך די פיינעלס איז ער ארויס דער געווינער, א טאג דערנאך האט ער זיך געטראפן - נאך לאנגע חדשים יגיעה - נישט האבן וואס צו טוהן, האט ער אנגעצינדען דעם טעיפ, אויפן טעיפ איז געווען ווי
דער רבי זינגט מיט'ן עולם דעם צמאה לך נפשי פונעם בעל התניא, פלוצלינג האט ער אנגעהויבן וויינען ווי א קינד - דער קאנטראסט פון דעם ניגון'ס גלאטקייט האט איהם אינגאנצן צונומען, סוכ"ס איז ער געווארן א בעל תשובה און געמוזט אויפגעבן זיין קאריער צו קענען האלטן שבת, קעגן די עצה פון בערענשטיין וואס האט גע'טענה'עט אז ווען ער קאנדאקט שטייט ער במדרגת הכה"ג אין קודש הקדשים.
ווי דערמאנט אין פידלער'ס ארטיקל האט בערענשטיין בגאונותו אמאל קאנדאקטעד נאר מיט זיין פנים, דא האט איהר א קליפ.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=xIv6ZkiJHcM[/youtube]
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 2:22 am
דורך נאטרוליסט
דער וועג פון קאנדאקטן צווישן בערנשטיין און קאראיאן איז הימל און ערד. קאראיאן מיט זיין דייטשער פרעפעקציאניזם האט אויפגעשאקלט די וועלט מיט זיינע מייסטערפולע ווערק.
אך ווי קומט בערנשטיין אפילו נאענט צו אים. נאר בערנשטיין איז געווען דער ליבלונג פון ניו יארק, און גענוי ווי דער ארטיקל ציטירט איז לעני געווען א ליבלונג פון מענטשן, א צוגעלאזענער און באליבטער מענטש און האט אסאך קאנטריביוטירט פאר קלאסישע מוזיק.
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:17 am
דורך טעפל
פאר די אלע וואס ווינדערען זיך פון זיי קענען דעם אונגערישען טאנץ וואס כ'האב געברענגעט זאלן קוקען דא:
http://www.youtube.com/watch?v=monaXOpmH1Uפונעם באוואוסטען פילעם "דער דיקטאטאר" פון ר' צארלי צאפלין ע"ה..
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 2:54 pm
דורך יידל
יישר כוח יאיר פארן עפענען אן אשכול איבער דעם נושא. אגב איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז קלאסישע מוזיק הייסט נישט קלאסיש וויבאלד עס איז מער קלאסיש און בוכשטאבליכן זין פון ווארט נאר וויבאלד רוב דערפון, און אזוי אויך דער סטיל, איז באשאפן געווארן אין די עפאכע וואס רופט זיך די קלאסישע עפאכע, ווען מען די מערב-וועלט קולטור האט אנגעהויבן נאכצומאכן די אידעען פון קלאסישן גריכלאנד.
http://en.wikipedia.org/wiki/Classicism
נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 1:14 am
דורך נאטרוליסט
גראדע זענען פאר'ן פארשידנע פעריאדן פון קלאסישע מוזיק.
די ערשטע תקופה איז באקאנט אונטער דעם נאמן "רענעסאנס". דאס איז די ערשטע תקופה. בערך אין 15'טן יאר הונדערט. די מוזיק איז נישט צום הערן. נישט צום שלונגען און נישט אויסשפייען.
די 2טע תקופה איז די "באראוק" פעריאדע. די באקאנט קאמפאזיטארן יאהאנוס באך, סעליארי, הענדעל (באקאנט מיט די פייער מוזיק און וואסער-מוזיק).
די 3טע תקופה איז די קלאסישע תקופה, היידען, מאצארט, בעטהאווען, שובערט, און נאך.
די 4טע תקופה איז די "ראמאנטישע" תקופה, די שפעטערדיקע ווי שומאן, פראנץ ליסט, שטראוס, וואגנער, ווארזשאק, שאפען, טשייקאווסקי.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 8:28 am
דורך לבונה זכה
נאטרוליסט, א דאנק פאר דיינע באלערנדע הגהות. אפשר הייבסטו אן צו געבן אביסל הדרכה און אפשאצונגען אויף אינדיווידואלע קאמפאזערס און זייערע ווערק. ווצב"ש הענדעל'ס "משיח" אא"וו. וישמעו רבים ויוסיפו לקח.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 9:14 am
דורך טעפל
לבונה זכה האט געשריבן:נאטרוליסט, א דאנק פאר דיינע באלערנדע הגהות. אפשר הייבסטו אן צו געבן אביסל הדרכה און אפשאצונגען אויף אינדיווידואלע קאמפאזערס און זייערע ווערק. ווצב"ש הענדעל'ס "משיח" אא"וו. וישמעו רבים ויוסיפו לקח.
קודם האב איך געמאכט אזוכעניש אויף הענדלעס משיח, שיינע זאכען שיינע שטיקלעך, ישר כוח!
און [tag]נאטרוליסט[/tag], ער זאגט גוט, אונז ווילן דברי הדרכה לכבוד יו"ט..
נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 9:28 am
דורך טאמבל סאס
יאיר, א דאנק! איך האב מיך מחיה געווען. איך וועל קענען זאגן: יאיר אין קאווע שטיבל איז געווען די ערשטע וואס האט מיר אריינגעגעבן א טעם אין קאלאסישע מוזיק. ער האט מיר מקרב געווען צום רעבין אנטאניאו און צום קלאסישן דרך.
ביי מיין דענטיסט שפיהלט ענליכעס, אבער פראנצויזישע סטייל, און א פראנצויזישע גויטע זינגט.
מער סאקסיש.