בלאט 1 פון 7

נייע ספר בשוק הרבני

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:03 am
דורך אביגדור
זעה דא.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:15 am
דורך big joe
איז ער נישט א נוגע, וואס איז געצאלט געווארן צו האלטן א געוויסע צד אפי' פאר עס דורכטוען?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:21 am
דורך אביגדור
...

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 1:02 am
דורך [NAMELESS]
זייער שיין. דער רבי זלמן איז א קלוגער איד, אן אייגענערטיגער און א גרויסער למדן און בעל כשרון. א שאד ער וואלט געדארפט זיין א שטארקער רב ומנהיג וואס לאזט א חותם אויף ציבור און נישט א באצאלטער טוען.
די נושאים ווי למשל תקנת בני העיר, דינא דמלכותא וכדומה יסודות פון נארמאלקייט האט קיינער נישט דורכגעאקערט, אזא איינער, א בעל כשרון מיט איידיעס אינדרויסן פון די באקס איז באמת א גוטער פאטאנציאל פאר א מנהיג און א שאד ווי די כשרון גייט.
עס דערמאנט פון די הספד אויף זיין אייניקל וואס איז אוועק אין א קאר עקסידענט ווי ער האט גערעדט די נארמאלסטע זאך, איבער סעיפיטי ביים דרייוון און מצות ונשמרתם מאוד לנפשותיכם, עס איז לדעתי די נארמאלסטע און פאסיגסטע זאך, די אומגליק האט מער געהאט צוטון מיט ונשמרתם ווי מיט שויתי אדער מיט שמאלע זאקן און געשטרויבלטע שייטלען, ער איז דער איינציגער בר דעת און בעל ביצים צו מספיד זיין אזוי, אבער ליידער האט מען אים פארשעמט און אים פארשטילט ווייל אין רוח טיפשים נוחה הימנו.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 1:25 am
דורך קאווע טרינקער
אהמממממ, סתם, גארנישט, כ'קלער נאר אזוי שטיל.... אויב איך מעג פרעגן... פארוואס פאלט אייך איין אז דער די תורה אין מאנסי איז באקאנט? די תורה אין וויליאמסבורג וכו?

בד"וו, וואס איז די שמועס איבער די צוואה פון רבינו הקדוש? וואס ווייזט ער אויף, אז דער רבי האט יא געשריבן א צוואה?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 1:33 am
דורך אביגדור
נייין.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 1:37 am
דורך קאווע טרינקער
איר זענט אין א גוטע ליין. עלה והצלח.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 1:46 am
דורך אביגדור
כולי האי ואולי.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 1:50 am
דורך קאווע טרינקער
אה.

כ'האב געמיינט ער איז א תלמיד פון רבין.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 1:52 am
דורך אביגדור
קאווע טרינקער האט געשריבן:אה.

:like

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 3:08 am
דורך טעפל
זייער גוט באשריבען, לדעתי דארף ר' זלמן דיר באצאהלען פאר מאכען עדווערטייזמענט פארן ספר, בדרך אגב איך פלעג אסאך דאווענען מיט ר' זלמן אין ברעזנא ביהמ"ד, זייער א געשמאקע צוגעלאזטע מענטש..

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 11:48 am
דורך אביגדור
אלעס איז מעגלעך.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:39 pm
דורך שמעקעדיג
סדום ועמורה האט געשריבן: די טענה גייט פון א פאר ריכטונגען:

איינס, אונז ווילן נישט אז עס זאל בלייבן א רעקארד פון דעם מחלוקה וואס האט פארשעמט אזא שיינע חסידות, און יעצט אז עס ווערט געדרוקט שחור על גבי לבן, וועט עס איבערבלייבן אן אייביגע בלאט פלעק אויף די חסידות, לחרפת עולם.


עס וועט נישט זיין לחרפת עולם, דאנט ווארי. מחמת כמה סיבות,

קודם כל, אין 50-60 יאר ארום - משיח זאל פריער זיין דא - וועט עס פארוואנדעלט ווערן אין א מחלוקת צווישן 2 קדושי ומנהיגי ישראל, גארנישט אנדערש ווי די מחלוקת ביי קליווער גט, עמדין און ר"י אייבשיץ, און אנדערע פרשיות לאורך גלותינו,

צווייטענס, דער אינטערנעט וועט אריין מער אין באנוץ, און קאווע שטיבל און אנדערע מקומות ווי די פרשה איז פארשמירט וועט איבערלאזן פיל א גרעסערע חרפה ווי תשובות אין א ספר - אויב מענטשן וועלן נאך עפענען א אידיש ספר דעמאלס... - וואס מען זעהט ווי אלעס איז געווארן אויסגעארבעט דורך א דין תורה ווי ערליכע אידן, עס וועט גאר זיין א קידוש השם אין א דור וואס חז"ל זאגן דערויף 'אין בן דוד בא עד שירבו המסורות בישראל'.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:42 pm
דורך אביגדור
שמעקעדיג האט געשריבן: וואס מען זעהט ווי אלעס איז געווארן אויסגעארבעט דורך א דין תורה ווי ערליכע אידן, עס וועט גאר זיין א קידוש השם.

:like :like :like

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 1:15 pm
דורך אביגדור
תיקו.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 5:54 pm
דורך קאווע טרינקער
לב טהור ברא האט געשריבן:
ד. דער ספר איז שוין דא, אבער ביגעלאייזן האט געזאגט פאר א ידיד מיינער אז מען האט נאר געדרוקט א מספר מצומצם.


די והותר אין ביגעלאייזן.. טרייב נישט איבער... סוף כל סוף איז ער נישט קיין באבובער, נישט קיין בעל-תפילה, קוים מעלות....

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 6:16 pm
דורך אביגדור
נישט געפערלעך.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 6:39 pm
דורך matovu
געקויפט אין געבליקט אביסעל.
מען קען ברוך ה אלעס פארשטיין.
סיא ברמיזה אבער אהן קיין שום מאל דערמאנט באבוב.

דער וואס קויפט עס וועט קיינמאל קיין חרטה נישט האבען.
דאס איז אן אינסייקלאפידיע טויף דעם נושא.

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 6:12 pm
דורך אביגדור
השם יתן.

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 7:00 pm
דורך הוגה
עס זעהט אויס צו זיין א גאר אינטערעסאנטע (און מעגליך א היסטארישע) ספר. איך פרוביר צו לייגן א האנט אויף א קאפי דערפון - פארשטייט זיך בחינם... עס וואונדערט מיר נאר, איז דאס אן אקצעפטבארע זאך אז א בורר זאל ארויסגעבן אן אפיציעלע בירור נאך פאר די פס"ד איז עמטליך ארויס? כ'מיין בשלמא ווען די בירור קומט אפיציעל ארויס פון די קהלה אדער פון א פריוואטע מענטש, אבער פון א בורר וואס זיצט און האלט אין מיטן (ביים ענדע) פון די די"ת? האט דאס א precedent? איז עס אויסגעהאלטן?

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 7:11 pm
דורך איחוד פעלד
ביי א געוועהנליכע דין תורה וואלט עס געוועהן א עוולה, ווייל א בורר איז א דיין, אנדרעש ווי א טוען וואס קען טוהן וואס ער וויל, משא"כ א בורר וואס איז איינער פין די דיינים, און די דיינים דארפען זיך דורכשמועסען און קומען צו אן אייניגע החלטה לגבי די פסק, איז ארויסגעבען א ספר מיט זיינע שיטות לגבי דער דין תורה א עוולה.

אבער אין דעם פאל, טענה'ט ר' גרואס אז דער דין תורה איז שוין פערטיג, און דער פסק איז שוין כתוב וחתום, נאר זיי געבען עס נישט ארויס מחמת טעם הכמוס, ממילא מאכט שוין נישט אויס דער ספר.

צו ער איז גערעכט צו נישט, קען יעדער דיסיידען אליין, איך האלט ער וואלט נאך געמעגט ווארטען ביז נאך דער פסק, אלץ הרחק מן הכיעור, אבער כידוע איז ר' גראוס נישט מקפיד אויף דער פסוק.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 12:54 am
דורך בדחן
[tag]הוגה[/tag] די פסק איז שוין דא און עס גייט ווערן פובליק אינאיינעם מיט די סאטמער בארא פארק פסק אדער די סאטמער בני ברק פסק, עס און היינט צו טאגס אין סטייל אויסציגעבן מיליאנען פאר א די״ת, און דערנאך גונז זיין די פסק ביז לכשיבוא משיח,

זעט אויס עס און א בחינה פון אחכה לו בכל יום שיבוא, און די די״ת איז נאר געמאכט געווארען ווייל מען וויל אז משיח זאל וויסען צי וועם ער זאל גיין, וועלכע רבי עס זאל אונז פירען קעגן משיח צדקינו.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 1:12 am
דורך אביגדור
מ'דארף ווארטן צו זעהן.