עם לבבי אשיחה - מיט מיין הארץ טוה איך שמועסן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

עם לבבי אשיחה - מיט מיין הארץ טוה איך שמועסן

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

זכרתי ימים מקדם, שנות עולמים.

איך זיץ יעצט דא ביינאכט, אין די טונקלקייט פון די וועלט, ווען דער גאנצער בריאה איז איינגעהילט אין איר טיפן נאכט שלאף, דער גשמיות'דיגע בייטאג טומל איז אונטערגעגאנגען צוזאמען מיטן זין, און איר ארט האט פארנומען א רוחניות'דיגע טונקלקייט. אצינד איז שא-שטיל, קיינער איילט זיך נישט דען עס איז נישטא וואוהין. די זין האט שוין געלאזט וויסן פאר דאס ערדישע מענטשהייט אז זייער צייט איז געקומען, זיי האבן שוין נישט וואס צו זוכן אצינד, עס איז צייט זיך צו לייגן שלאפן.

אצינד ווערט די בריאה ערפילט דורך די רוחניות'דיגע אידן, מארי דחושבנא. פון דא און דארט הערט זיך ארויס פון א אידישע שטוב א קול תורה וואו דער טאטע נוצט אויס די רואיגע ביינאכט שעות אויף הוגה צו זיין בתורת השם, בשעת די משפחה שלאפט און וויגט זיך מיט די טאטע'ס זיסע קול תורה, ערגעץ אין א טונקל בית-המדרש מאכט זיך א איד דאוונט א פארשפעטיגטע מעריב, אדער איז גלאט אזוי פארבליבן לערנען ליל-שישי אין שוהל. די גשמיות עקזיסטירט נישט אצינד און די צייט איז געאייגנט פאר הוילע מיסטישע רוחניות.

אצינד, ווען אלעס איז שא שטיל און בלויז די לבנה מיט די הימל שטערן באלייכט די בריאה מיט א שוואכע שיין, ערלויבט דאס פאר די מענטשהייט צו מאכן איר חשבון-הנפש וואו זי האלט אויף די וועלט.

אט אין די יעצטיגע מינוטן, זיץ אין אצינד מיט מיין זעל, מיינע זכרונות און נאסטאלאגישע געפילן וועקן זיך אויף צו מיינע יוגנד יארן, עת לומדי בישיבה בארץ-ישראל... זיצנדיג דארט אין דעם ווינקל אשר בצלו חמדתי וישבתי ופריו מתוק לחכי. איך דערמאן זיך די טישן פון יענעם ארט (איך באלאנג נישט דארט), די ווארעמע טונקעלע שלש-סעודות, די פילע שיחות נפש וואס איך האב אפגעהאלטן מיט יענעם רבי'ן...

מיין יונגע געפילן זענען נאך יונג געווען, מיין מח איז נאך ניי געווען. די געפילן פון יענע ישיבה יארן האט זיך ארויפגעזעצט אויף מיין ניכטערן מח און איז דארט פארבליבן זיצן. עס איז א בחינה פון 'אין האשה כורתות ברית אלא עם מי שעשאה כלי' - אט די ישיבה איז דער עשאה כלי ביי מיר. דארט בין איך אויפגעוואקסן אין מיינע שענסטע יארן, און דער זיסע טעם ליגט מיר נאך ביז היינט אין די ביינער, און ווען איך דערמאן זיך דערפון, צוגייט עס מיר אין אלע גלידער מיט א זיסקייט. די דאזיגע יארן זענען געשריבן געווארן אויף א נייר שאינו מחוק, דאס האלט זיך אויף שטענדיג, און וויפיל וואסערן עס זאלן נאר דורכפליסן די אטלאנטיק, וועלן זיך די געפילן שטענדיג דערוועקן.

איך דערמאן זיך די ווארימע פרייטאג-צו-נאכטס טישן. עס איז נישט געווען דארט קיין מאסן מענטשן, אבער דער ציבור באיכות איז געווען גאר ערנסטער און חסידי'שער ציבור אידן חסידים פלעגן קומען צו די טישן און זיך ווייקן מיט די ווארימע התעוררות ניגונים, מלא רגש און געפיל. מיט מיין יונגן מוח און געפיל האט עס מיר שטארק געצויגן און איך פלעג קומען יעדע וואך חוק ולא יעבור. עס האט געהערשט דארט זייער אן ערנסטע און התעוררות'דיגן מצב, די חסידים זענען געשטאנען ארום און ארום, בשעת דער רבי איז געזעצן גראד און פארגלייזט זיינע אויגן, זיננגענדיג די ניגוני התעוררות מיטן ציבור.

איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן ווי אזוי עס האט אויסגעקוקט ווען דער רבי פלעגט אריינקומען צום טיש... דער 'ריבון כל העולמים' פון נאך שלום עליכם, ווי אזוי דער רבי פלעגט זיך בעטן מיט פארמאכטע אויגן און גראדע רוקן, זיך נישט רירנדיג מיטן גוף, און מיט א דינע זיסע איידעלע שטימע פלעגט ער זיך בעטן מיט א דביקות, "אה, וזכנו לקבל שבתות... אה וזכנו, וזכנו, וזכנו לקבל שבתות, מתוך רוב שמחה, מתוך רוב שמחה..." - אזוי פלעגט ער איבערזאגן ווערטער איינמאל און נאכאמאל, און מיט זיין זיסע איידעלע שטימע זיך געבעטן און מתחנן געווען לפני קונו, בשעת א שטילקייט האט געהערשט אינגאנצן ארום, אז מען האט געקענט טאפן די ערנסטקייט מיט די הענט. עס ליגט מיר נאך אין די ביינער געוויסע שטיקלעך פון דעמאלס, ווי אזוי דער רבי פלעגט זיך בעטן למשל ביי "ותן בנו יצר טוב" אדער ביי "ושיוותי ה' לקראתי", בשעת ער זאגט איבער די שטיקלעך עטליכע מאל מיט א אצילות'דיגע דביקות און מיט א זיסע שטימע... ס'איז שווער אראפצולייגן די געפילן אויף פאפיר.

עס שווימט מיר אויף די הייליגע שבת'דיגע טישן, די ערנסטקייט פונעם ציבור און פונעם רבי'ן, די תורות מיט א ספעציעלן ניגון אויף א שטילן טאן, בשעת די יונגע בחורים, חסידים, שטופן זיך אונטערן טיש צו הערן די דברי תורה פונעם רבי'ן. זייענדיג יונג און נישט האבנדיג די היינטיגע שטותים אין קאפ, האב איך געהאט א שטארקע געפיל דערצו, איך פלעג זיך שטיפן הערן די תורות און פיל ווערטער און געדאנקען ליגן מיר נאך היינט אין זכרון, ווי דער רבי פלעגט נאכזאגן פון די פריעדיגע רבי'ס הקודמים אותו, צולייגנדיג נופך משלו.... אוי איז דאס געווען געשמאק... די ניגונים, קה-אכסוף, קה-רבון, מיט א דביקות והתעוררות, בשעת דער גאנצער עולם ווערט מיטגעשלעפט דערין... ווער רעדט נאך פון די טאנץ נאכן טיש... דיו אילו ימי וכל מי כנישותא, קען מען דאס נישט ממחיש זיין מיט בלויזע ווערטער... א לענגערע צייט פלעגט זיך דער עולם הייבן לכבוד שבת, בשעת דער רבי טאנצט מיט פארמאכטע אויגן... אה, ווי אזוי קען מען דאס בכלל ממחיש זיין?

איך דערמאן זיך מיינע אייגענע התנהגות אלס בחור, מיין ערנסטקייט, מיין איידלקייט, און איך ווער צובראכן וואס עס איז פון מיר געווארן. איך דערמאן זיך ווי אזוי איך פלעג אויפשטיין יעדן פארטאגס מיט א זריזות. איך האב זיך דעמאנט פון שבת, ווען איך פלעג אויפשטיין פארטאגס, פלעג איך דורכגיין א געוויסע ישיבה אין די זעלבע שטאט, פלעג איך יעדע וואך ארויסהערן בחורים פון א שיעור-צימער וואס פלעגן פירן א זיץ שבת ביז די אינדערפרי שעה'ן. בערך פינף-דרייסיג פארטאגס איז עס געווען, די גאסן זענען נאך געווען האלב-טונקל און א ליידיגיגקייט האט געהערשט דערויף, בלויז עטליכע ליטווישע אידן זענען שוין געקומען צו גיין מיט די טליתים צום דאווענען וותיקין. איך פלעג גיין אין מקוה, וואס איז נאך דאן ליידיג געווען, און פון דארט אין בית-המדרש זיך זעצנדיג לערנען. איך געדענק אז איך האב געהאט א פרומע תקופה וואו איך פלעג אויסזאגן תהלים שבת פארן דאווענען.

איך קען נישט פארגעסן די ווארעמע דאווענענ'ס, נשמת און נאך. עס איז געווען א מעין-עולם-הבא מיטן פולן זין פון ווארט. דער קידוש נאכן דאווענען וואו דער רבי פלעגט משמיע זיין דיבורי צחות און גוטע ווערטליך, דערנאך די סעודה... טעם גן-עדן.

און אז עס קומט שלש-סעודות... ווער קען בכלל דערמאנען מיט ווערטער... למען האמת, איך האב דא פריער אפגעשריבן א לענגס אויף שלש-סעודות, איך האב עס אבער אויסגעמעקט צוליב חשש גילוי, אז מען וועט דערקענען פון וועלכן ארט מען רעדט... עס איז אבער א מורא'דיגע מעמד ומצב וואס מען קען זיך נישט פארשטעלן מיט ווערטער... די ניגוני-התעוררות, די תורות, עס שניידט שטיקער. אינדרויסן הערט מען שוין אטאמאבילן פייפן, עס איז שוין מוצאי שבת, אבער נישט אין בית-המדרש. דארט שאקלט זיך דער עולם אין דער טונקל און די געפילן דערהייבן זיך העכער און העכער.

לאמיר שוין נישט רעדן פון שבת, זאל שוין זיין אינמיטן וואך: איך דערמאן זיך מיין התנהגות, מיין לערנען, מיין אפגעהיטנקייט, מיין ערליכקייט, מיין דאווענען, מיט אזא טעם, אזא געשמאק. איך געדענק אז איך פלעג לעבן אין לערנען, עס איז געווען מיין האבי, מיין עולם-הזה. איך דערמאן זיך אין מיינע מחשבות, ווי אזוי איך האב געוואלט זיין גוט, געשטרעבט צו זיין ערליך, געהאט שאיפות אין לערנען, דאווענען און אלעס וואס א בחור דארף שטרעבן.

איך גיב זיך א קוק אום היינט: געוואלד רבונו-של-עולם!!!!! וואו בין איך? - וואס איז מיט מיר געשען? - וואו איז אוועק די אלע גוטע יארן? - פון דעמאלס ביז היינט איז מיין קאפ אנגעפילט געווארן מיט שטותים און הבלים, ווידאוס און קינדערישע וועלט-פאליטיק, ביזנעס און שיינע מעבל, נארישע חקירות און נאכגיין די לעבנס-שטייגער פון אלע סארט גוים ארום די וועלט...... דאס איז אנגעפילט געווארן אין די יונגע תמימות'דיגע קעפעלע, וואס האט געהאט אזויפיל שיינקייטן און גוטס אין איר.

איך גיב זיך א קוק אום אין וואספארא קטנות איך לעב, וואספארא תאוות איך לויף נאך, ווי אזוי איך פראביר צו פארשענערן און פארבעסערן מיינע תאוות'דיגע געברויכן, מיינע גשמיות'דיגע געברויכן, מיינע נארישע מחשבות פון פאליטיק און נארישקייטן, און צומאל רעד איך זיך איין אז עס איז גאר א גוטע זאך אזוי, עס איז אזוי דער רצון השם... געוואלד! וואס איז געווארן פון מיר? - פארגרעבט! - עס איז א בחינה פון א בין אין חריין וואס מיינט אז בעסער דערפון איז נישטא.

יעצט, אין אזא נאכט שעה, ווען עס דערוועקט זיך דער בת-קול היוצא מהר-חורב און שרייט "לכבוד, שובו בנים שובבים", דער קול שרייט "זכרתי לך חסד נעוריך, אהבת כלולותיך - דערמאן זיך די גוטע יארן ווען דו ביסט געגאנגען מיטן באשעפער, די זיסע יארן ווען דו האסט געשפירט דעם אמת'ן טעם אין רוחניות, נישט די נארישע הבל'דיגע זאכן וואס ברענגען נישט קיין סך, אויסער עטליכע גשמיות'דיגע הנאות עולם-הזה..."

דער קול שרייט פון הארץ: וואו ביסטו פארפארן? - וואס איז מיט דיר געשען? - ביסט דאך אזוי פארגרעבט און פארדרייט. ווי אזוי ביסטו אהער אנגעקומען? - שובו בנים שובבים.

יא, אסאך יארן זענען שוין פארלאפן פון דעמאלס. מיין טאטע שליט"א מיט מיינע מחנכים האבן פאראויס געזאגט אויף מיר גרויסע זאכן. ווען איך בין א חתן געווארן האט א איד דערציילט פאר מיין שווער שליט"א אז דער רב פון בית-המדרש האט יענעם געזאגט שיחו לפי תומו (נישט קלערנדיג אז עס וועט אנקומען צו מיין שווער) "ר' פלוני האט גענומען א חתן, וואס ער וועט נאך זען פון אים אזויפיל נחת, אז ער וועט בענטשן דעם טאג וואס ער האט אים געגעבן פאר זיין טאכטער". און יעצט??? - קיינער האט נישט גע'חלומ'ט אז דאס וועט זיך אויסקאכן פון מיר, די זאכן וועלן זיך אנטוויקלען אנדערש פון וואס יעדער האט געקלערט, על אפם וחמתם פון אלע וואס האבן עס ערווארטעט. אנשטאט אויפצובויען די כשרונות און רוחניות'דיגע אייגנשאפטן מיט וואס איך האב אנגעהויבן מיין לעבן, האבנדיג אלע מעגליכקייטן דערצו, האב איך זיך אריינגעלאזט אין שעפן וואסער פון בורות נשברים, נארישע אומנוצבארע זאכן וואס קומען נישט צונוץ. מי מילל ומי פילל אויף אזא חרבן נפשי.

וויי געוואלד.

וואס איז פון מיר געווארן?

אידן טייערע: איז נאך דא א תיקון פאר מיר? - קען נאך עפעס פון מיר ווערן?

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר