בלאט 1 פון 6
עס איז אינמיטן א האלאקאוסט!
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:40 pm
דורך [NAMELESS]
מיר זענען עד היום אנגעווייטאגט: ווי איז די וועלט געווען ביים ביטערן חורבן ווען מען האט אונז גערצחט און געמארדעט? ווי איז אמעריקע געווען? פארוואס איז אונזער בלוט געווען הפקר?
זינט איך הער די טענת ווייס איך ביי מיר אז ווען איך וועל נאר זעהן א קליינע צייכן פון נאך אזא מצב וועל איך טון עפעס, איך וועל שרייען און וויינען און פרובירן אפהאלטן א האלאקאוסט.
יעצט איז די צייט!
א מיני האלאקאוסט גייט פאר אין סיריע. באשאר אסאד האט פארגאזט טויזנטער מענטשן מיט כעמישע וואפן, און די וועלט שווייגט!
יא, עס זענען נישט אונז, עס איז די מוסלמענער סיריע, א חלק פון די בונד פון שלעכטס, די אקס אף איוועל, זאלן זיי זיך רייסן, למכה מצרים בבכוריהם. אבער געוואלד, עס זענען קינדער, עס זענען אומשולדיגע ציווילע מענטשן וואס ווילן נישט מער ווי מנוחה און א דאך איבערן קאפ!
טראכט נישט יעצט סוניס, שאיאיטן, טראכט יעצט פון דעם קליין קינד וואס אינמיטן שפילן און לאכן ווערט פארגאזט און הויכט אויס די נשמה אין פיין!


קינדער ווערן פארגאזט!
און מיט וואס זענען מיר ביזי? די מידיא טוט א טובה און דעקט עס ערגעצוואו צווישן ניעס איבער די לעצטיגע בן זוג פון דיקאפריא, די לעצטע נייעסן איבער די מעיאר פארמעסט און די לעצטע אינטערסאנטע יו טוב קליפ ווי א קעצי בייסט א בעיבי און עס איז זייער קיוט!
מיר שלאפן!
מיר אידן דארפן זיין די וואס שרייען אין די גאסן קעגן א האלאקאוסט
ווער וויל קומען מיט מיר פראטעסטירן אין מאנהעטן און מאכן א ווינט אז די וועלט זאל אפשטעלן די שחיטה פון קינדער.
און סיריע איז נישט די איינציגע, די זעלבע זאך געשעהט אין עגיפטן, אין תימן. קינדער שטארבן נאך טעגליך פון הונגער אין סאמאליע און אין סודאן, און די וועלט שפילט זיך ארום מיט געלעקסי עס פיר'ס
בלוט גיסט זיך!
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 1:26 pm
דורך בדחן
ווייל די פייטער אין סיריע זענענן על קיידע און אנדערע דשיהאד'ניקעס,
מען קען נישט מיט איין האנט הרגנן אמעריקאנער און די אנדערע האנט אויסשטרעקן פאר הילף פון זיי דעם וועם זיי האבן נעכטען געהרגט, עס ארבייט נישט אזוי.
זיי האבן געהרגט אומשולדיגע אמעריקאנער ביים אראפ ברענגן די טווין טאוערס, זיי האבן געהרגט אומשודליגע מענטשן און דיריע, איראק, תימן, אמעריקע, פראנקרייך, רוסלאנד, און נאך פלעצער איבער די וועלט, יעצט עסן זיי די זעלבע זאך וואס זיי האבן אונז געגעבן צו עסן..... זטלען זיי עס עסן מיט אפעטיט.. און ביידע זייטען זאלען האבן הצלחה.
זאלען זיי אנצינען די טעיפ פון די מוזיק וואס האט געשפילט ווען דריי טויזענט אומשולדיגע מענטשן זענענן געהרגט געווארען אין די טווין טאוערס,
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 1:29 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]קופערניקוס[/tag]/ נא, וואס קען מען טאקע טוהן וועגן דעם??
איז דא א פעטישען וואס מ'קען כאטש סיינען?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 1:52 pm
דורך [NAMELESS]
בדחן האט געשריבן:ווייל די פייטער אין סיריע זענענן על קיידע און אנדערע דשיהאד'ניקעס,
מען קען נישט מיט איין האנט הרגנן אמעריקאנער און די אנדערע האנט אויסשטרעקן פאר הילף פון זיי דעם וועם זיי האבן נעכטען געהרגט, עס ארבייט נישט אזוי.
זיי האבן געהרגט אומשולדיגע אמעריקאנער ביים אראפ ברענגן די טווין טאוערס, זיי האבן געהרגט אומשודליגע מענטשן און דיריע, איראק, תימן, אמעריקע, פראנקרייך, רוסלאנד, און נאך פלעצער איבער די וועלט, יעצט עסן זיי די זעלבע זאך וואס זיי האבן אונז געגעבן צו עסן..... זטלען זיי עס עסן מיט אפעטיט.. און ביידע זייטען זאלען האבן הצלחה.
זאלען זיי אנצינען די טעיפ פון די מוזיק וואס האט געשפילט ווען דריי טויזענט אומשולדיגע מענטשן זענענן געהרגט געווארען אין די טווין טאוערס,
זיי
זיי
זיי
זיי
איך רעד נישט פון מיליציעס, איך רעד פון ציווילע, פון קינדער. איך רעד נישט פון סטראטעגיע, איך רעד פון רחמנות.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:08 pm
דורך בדחן
מען האט געהרגט קינדער וואס די עלטערן זענענן על קיידע און דשיהאד קעמפער,
איך געדענק נישט אז ווען די טעראריסטן האבן געהרג'ט קינדער אין אר"י - אסאך קינדער, זאל איינע פון די דשיהאד קעמפער פארלאזען א טרער, די טעראריסטען האבן שוין געהרגט טויזענטער קינדער אנגעהויבן אין אר"י און געענדיגט אין טעטשניע, יעצט שפירען זיי וואס זיי האבן געגעבן צו שפירען פאר אנדערע עלטערן... מיט אפעטיט.
אפשר ווען זיי וועלן קימען צום טעם און זען ווי אזוי עס שפירט זיך ווען מען באגראבט אייגענע קינדער.... וועלן זיי אפלאזען א צווייטענס קינדער, אריינגערעכט יודישע קינדער אין אר"י.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:50 pm
דורך סאשי פיש
קופערניקוס האט געשריבן: די זעלבע זאך געשעהט אין עגיפטן, אין תימן. קינדער שטארבן נאך טעגליך פון הונגער אין סאמאליע און אין סודאן, און די וועלט שפילט זיך ארום מיט געלעקסי עס פיר'ס
בלוט גיסט זיך!
דאס איז א שרעקליכע בילד ווי א קינד גייט אויס פאר הונגער און די פייגעל ווארט ער זאל שטארבען ער זאל עם קענען אויפעסען
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:53 pm
דורך ידען
די פייגעל ווייסט אז ער גייט שטארבען?
א קינד האט זיך אראפ געבויגען און א פייגעל איז געוועהן אביסעל לעבען איהם און מע מאכט שוין א מעשה.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:55 pm
דורך ידען
די וועלט גייט נישט גיין מיט א מלחמה קעגען סיריע ווייל זיי הארגענען זייערע קינדער.
ביי דייטשלאנד איז מען שוין געוועהן אין א מלחמה און זיי האבען נישט געוואלט שיקען באמבעס צו אוישוויץ און נישט געוואלט נעמען אידען פון דארטען.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:57 pm
דורך סאשי פיש
דא איז די מקור פון די בילד און ווער עס האט געכאפט די בילד
@Picswithastory: A vulture waiting for a starving boy to die, to eat him. Taken by Kevin Carter, who later committed suicide. 1993
http://t.co/o5nYoVoFOo
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 3:13 pm
דורך שמעקעדיג
הייסט עס, דאס איז פון 1993
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 3:16 pm
דורך בן תמליון
איך האלט מיט חכם קופער טויזנט פראצענט. ווי קען מען זיצן דא על סיר הבשר ווען טויזנטער אנשים נשים וטף ווערן אויסגעקוילעט טעגליך וויל א סאדיסטישער בוטשער וויל נישט אויפגעבן זיין בענקל. יא עס איז באקוועמער פאר אמעריקע און אבאמא צו זיצן פוילערהייט און זאגן איך קען מיר נישט אריינמישן און דערווייל שטארבן טויזנטער קינדער. און עס איז נישט ווי ביים האלאקאסט וואס מען האט געמוזט גלייבן האלבע שמועות. גייט קיין יוטוב זעט ווי א טאטע וויינט איבער זיינע צוויי פארגאזטע קינדער און הונדערטער אנדערע ווידיאוס וואס זייט די נאציס האט מען עס נישט געזען. יא לעדי גאגא האט ריליעסד א נייע סינגל און הו גיווס א שיט אבאוט סיריע. אזוי איז געווען די עטיטוד ביים האלאקאסט אויך. עס וואלט געווען די גרעסטע קידוש השם ווען א מחנה חרדים מיט שמוציקע היטן זאלן גיין שרייען פארן יו ען סטאפט די קינדער הריגות.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 3:23 pm
דורך יאיר
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 3:27 pm
דורך בן תמליון
יאיר א שאד צו טענה'ן מיט בדחן. ער איז א דעמעזש וואס שפילט אונטער א פרומען מאסקע. איך וואלט איהם נישט געטראסט מיט פינף סענט.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 3:28 pm
דורך סאשי פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:הייסט עס, דאס איז פון 1993
היינט איז בעסער געווארען די מצב אדער ערגער?
פארוואס האט דער וואס האט גענומען די בילד זיך גענומען דאס לעבען איינער האט מער אינפא איבער איהם?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 3:39 pm
דורך בדחן
יאיר האט געשריבן:בדחן האט געשריבן:מען האט געהרגט קינדער וואס די עלטערן זענענן על קיידע און דשיהאד קעמפער,
געוואלד, וואס האט פאסירט מיט די עם רחמנים בני רחמנים?? דו האסט שוין פארגעסן פון דעם פסוק
לא יומתו אבות על בנים? שוין פארגעסן פון דעם פסוק וואס מיר האבן אקארשט געליינט,
על פי שניים עדים יקום דבר??
[tag]יאיר[/tag] עס זעט אויס ווי איר זעט נישט פינקטליך באהאווענט מיט די פרטים,
דאס איז נישט קיין צייט ווען מען טיילט עונשים, דאס איז א ציט פון מלחמה ווען על קיידע האט אהערגעברענט זייערע קינדער צו פייטען די סיריע גאווערמענט, איך האב אזויפיל רחמות אויף די קינדער וויפיל רחמנות זייערע עלטערן האבן געהאט ווען זיי האבן געמאכט די שחיטה אין אר"י אינעם האטעל יענעם פסח ביינאכט.....
אגב,
אין די תורה טרעפט מען עטליכע מאל א מושג אז מען הרגט א מענטש על שם סופו, די קינדער פון על קיידע וואס זענענן דערהרגט געווארען וואלטן גרויסערהייט געהרגט צענליגער אנדערע...
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 3:40 pm
דורך קאווע טרינקער
בדחן האט געשריבן:מען האט געהרגט קינדער וואס די עלטערן זענענן על קיידע און דשיהאד קעמפער,
איך געדענק נישט אז ווען די טעראריסטן האבן געהרג'ט קינדער אין אר"י - אסאך קינדער, זאל איינע פון די דשיהאד קעמפער פארלאזען א טרער, די טעראריסטען האבן שוין געהרגט טויזענטער קינדער אנגעהויבן אין אר"י און געענדיגט אין טעטשניע, יעצט שפירען זיי וואס זיי האבן געגעבן צו שפירען פאר אנדערע עלטערן... מיט אפעטיט.
אפשר ווען זיי וועלן קימען צום טעם און זען ווי אזוי עס שפירט זיך ווען מען באגראבט אייגענע קינדער.... וועלן זיי אפלאזען א צווייטענס קינדער, אריינגערעכט יודישע קינדער אין אר"י.
וואס גייט דיר אן אז קינדער אין אר"י ווערן גע'הרג'ט, זיי זענען דאך קינדער פון ציונים, פושעים, רוצחים (די שואה האבן זיי אויספלארנירט)?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 3:41 pm
דורך בדחן
קאווע טרינקער האט געשריבן:וואס גייט דיר אן אז קינדער אין אר"י ווערן גע'הרג'ט, זיי זענען דאך קינדער פון ציונים, פושעים, רוצחים {די שואה האבן זיי אויספלארנירט}?
די פרעגסט צו זיי האבן אויספלאנירט די שואה??
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 3:46 pm
דורך קאווע טרינקער
ניין, דאס איז דאך זיכער, כמבואר בויואל משה ועוד, די "?" גייט ארויף אויף די גאנצע סענטענץ.
לאמיר פראבירן נאכאמאל, איך פרעג אייך, אויב קינדער אין סיריע זאלן פגר'ן ווייל זייערע עלטערן זענען רוצחים, וואס גייט דיר אן אז קינדער אין אר"י ווערן גע'הרג'ט, זיי זענען דאך אויך קינדער פון ציונים, פושעים, רוצחים.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 3:49 pm
דורך בדחן
קאווע טרינקער האט געשריבן:לאמיר פראבירן נאכאמאל, איך פרעג אייך, אויב קינדער אין סיריע זאלן פגר'ן ווייל זייערע עלטערן זענען רוצחים, וואס גייט דיר אן אז קינדער אין אר"י ווערן גע'הרג'ט, זיי זענען דאך אויך קינדער פון ציונים, פושעים, רוצחים.
איי עים סארי. נייס טריי, אבער עס איז שפעט פרייטאג נאכמיטעג אנציהייבען דיין געים, לאמיר עס אוועק לייגען פאר זינטאג פארמיטאג און פאל עס וועט זיין א שיינע וועטער, מסכים? ייש"כ!
{יש"כ פאר מסביר זיין די פראגע, כאילו עס איז געווען א ספק די ערשטע מאל וועלכע דירעקשען די גייסט}
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 3:55 pm
דורך ונבנתה העיר
סאשי פיש האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:הייסט עס, דאס איז פון 1993
היינט איז בעסער געווארען די מצב אדער ערגער?
פארוואס האט דער וואס האט גענומען די בילד זיך גענומען דאס לעבען איינער האט מער אינפא איבער איהם?
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 90#p351290
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 4:09 pm
דורך [NAMELESS]
בן תמליון האט געשריבן: יא לעדי גאגא האט ריליעסד א נייע סינגל און הו גיווס א שיט אבאוט סיריע. אזוי איז געווען די עטיטוד ביים האלאקאסט אויך. עס וואלט געווען די גרעסטע קידוש השם ווען א מחנה חרדים מיט שמוציקע היטן זאלן גיין שרייען פארן יו ען סטאפט די קינדער הריגות.
נו, לאמיר טון די ריכטיגע זאך און טון עפעס צו שטיצן די סיריע קרבנות, א פראטעסט, א געלט אקציע, ווער וויל העלפן מיט איידיעס?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 4:19 pm
דורך נצבד
דאכט זיך-טאמער געדענק איך גוט- אז דער פיקטשער מיט די וואלטשער האט געווינען א פוליצער,און די סיבה פאר דעם פאטאגרעפיריערס זעלסטמארד איז געווען ווייל ער האט זיך נישט געקענט מוחל זיין,אז אנשטאט ארויסהעלפען דאס קינד (וואס איז טאקע געשטארבען) איז עם וויכטיגער געווען צו כאפען א בילד דערפון
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 4:21 pm
דורך מורינו הרב
דו מאכסט א דזשאוק!
האלעקאסט? - דו ווייסט וואס מען האט געטאן מיט אונזערע זיידע'ס? - איך מאך נישט אוועק די רציחות וואס גייט פאר אין סוריע, אוודאי דארף די וועלט שרייען, אוודאי זאלן אידן זיך אננעמען פאר זיי, און יא, טראצדעם וואס זייערע עלטערן זענען אל-קאידא'ניקעס און גאנץ זיכער וואלטן די דאזיגע פארגאזטע קינדער אויך אזוי אויפגעוואקסן, פארט האבן זיי גארנישט געטאן לעת עתה און מען דארף טון פאר זיי. אבער דו פארגלייכסט עס מיט וואס מען האט געטאן מיט אונזערע זיידעס? - כל מיני עינויים קשים מרים ואכזריים, אויסגע'הרג'עט צוביסלעך, אויסגעהונגערט, געמאכט שווער ארבעטן, געטריבן שפאס פון זיי פאר די גאס. איז אין סוריע אפילו ענדליך צו דעם?
אגב; דער ריפארטער וואס האט גענומען דעם בילד פון די יונגל מיטן פייגל, איז א קאלטער סאדיסט און רשע.