בלאט 1 פון 1
נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 10:14 am
דורך געפילטע פיש
איך ווייס נישט וויפיל דו וועסט קענען בעטן דערפאר, טאפס אפאר הונדערט דאלער. חוץ אויב ס'דא א קאמפאני מיט דעם נאמען, אדער ס'וועט זיך עפענען אזא קאמפאני אין די צוקונפט, ווייל פאר דעם וועט א קאמפאני צאלן טבין ותקילין, אבער סתם אזוי א דזשינעריק נאמען איז נישט א ווער ווייס וואס מציאה אין די נאנטע צוקונפט. צען צוואנציג יאר דאון די ליין? ווער ווייס וואס ס'וועט זיין? אויב מ'וועט זיך נאך בכלל באנוצן מיט URLס אנצוקומען צו וועבסייטס.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 4:08 pm
דורך נייגעריגער
רי טוויט געפילטע
אויב עפעס קען זיין אינטערעסאנט צו קויפן א דאמעין נאמען פון א פראדוקט וואס ווערט געמאלדן אדער ס'איז דא רומער'ס אז עס גייט ארויסקומען [מ'קען צומאל טרעפן], דאס קען צומאל זיין ווערט, למשל העסט מאכן אויף iPhone6s אדער galaxys5 [ביידע שוין פארכאפט גראדע].
נשלח: מוצ"ש מערץ 22, 2014 9:33 pm
דורך נעמ-טא-דאם
די אחשתרנים און בני הרמכים, די קארפען קעפ פון ביזנעס מבינים זענען זייער בעד .com דווקא. זיי האלטן פעלזן פעסט אז אויב ווילסטו זעך אהערשטעלן מיט א פראפעסינאלען פנים מיזטו נוצן דייקא .com.
איך האב געהאט אין די ביזנעס א קאנסאולטענט -א גוי- א פיינע איד גראדע, וואס האט מיר געסטראשעט צו קענסלען אונזער ביזנעס אויב מיר קויפן (אויף צו נוצן) עפעס אנדערש (לדוגמא .net. וכדו׳). מיר האבן ענדערשט געזוכט אן נייע נאמען ווי נעמען א דאט.נעט.
ווי אויך ביי toll free numbers האט ער געפאדערט דווקא א 800 נומבער אפילו אן קיין סדר (ווי ווערטער צו געדענקן די נומער וכד׳) ווי איידער אן 855 אדער (ס׳זאל נישט אויסגערעדט זיין ח״ו) אן 844 נומער. וטעמו ונימוקו עמו אז 800 קלינקט עלטער און מער ערפארן (אזוי ווי איינער מיט אן @aol אימעיל ווייסט מען אז ער האט געהאט אימעיל ווען מ׳האט געדארפט א הענ״ד טרא״ק אויף צו שלעפן דעם קארדלעס פאון... עכ״פ זיין איידיע איז צו קלינגן אלט און שוין לאנג אין ביזנעס...)
און ווידער, נישט אלעס וואס מיין חברהמאן / צרה׳לייט זאגט איז קודש קדשים, אבער א פראפעסינאלע מיינונג איז עס פארט.
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 1:49 am
דורך חד גדיא
עס קומט יעצט צו א סטאק פון איבער 900 טאפ לעוועל דאמעינס. דאס הייסט דאמעין נעימס וועלן זיך קענען ענדיגן מיט
Camera.
Builder.
Nyc.
London.
Center.
Reviews.
ועוד ועוד.
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 10:32 am
דורך פארוואס?
אנאליזירער האט געשריבן:ס'וואלט מיר אינטערעסאנט געווען צו וויסן ווי אזוי דער ביזנעס פון דאמעין נעמען ארבעט. ווי באקאנט זענען שוין היינט דא הונדערטער מיליאנען וועבסייטס, און ווען איינער וויל עפענען א וועבסייט איז אסאך מאל זייער שווער צו טרעפן א פאסיגן דאמעין נאמען פאר זיין קאמפעני. לויט וויפיל איך האב געסוירטשט קוקט אויס אז דאמעינס פון יעדע ווארט אין די דיקשענערי באלאנגט שוין פאר איינעם. נישט אז די אלע נעמען האבן שוין א וועבסייט אויף זיך, נאר אסאך זענען "געפארקט", דאס הייסט די דאמעין נאמען איז שוין פארכאפט, אבער עס זיצט ליידיג אן עפעס האבן אויף דעם. עס איז דא א גרויסע ביזנעס פון קויפן דאמעין נעמען, מיט'ן חשבון אז מ'וועט עס קענען נאכדעם פארקויפן פאר גרויס געלט פאר א מענטש וואס וויל עס האבן.
עס איז דא א גרויסע חילוק צווישן .com דאמעין נעמען און אנדערע, ווי .net וכדומה. דאט-קאם איז די חשוב'סטע, און פון דעם איז ממש נישט דא צו באקומען נארמאלע דאמעין נעמען. פון די אנדערע איז דא פיל מער.
מיין שאלה איז, אויב זע איך א דאמעין וואס איז גאנץ גוט (דאס הייסט ס'האט נארמאלע ווערטער וואס זאגן קלאר וואס עס איז), און עס איז אוועילעבל צו קויפן פאר צען דאלאר - זאל איך עס קויפן? למשל, computermemorychips.com. איז עס א נאמען וואס ס'לוינט זיך צו קויפן?
איך בין נישט קיין מבין אינעם פעלד, אבער אזוי פיל וואלט איך דיר געקענט עצה׳נען, זאלסט געבן א קוק וואס איך האב געשריבן
דא.
דארטן רעד איך נישט דוקא פון ווערטער וואס האבן א באדייט, אבער ווען דו נעמסט אין באטראכט אז מ׳קען צוזאמשטעלן 19^26 ווערטער פון 19 בוכשטאבן (נישט אריינגערעכנט נומערן, מיט נומערן איז עס 19^36), דאן מיין איך אז עס איז כמעט גארנישט ווערד.
בקיצור, יעדע אות ווייניגער איז אסאך אסאך מער ווערד.
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 1:38 pm
דורך לית דין בר נש
איך באקום שוין מעסאדזשעס א האלב יאר אז מיין דאמעין נאמען גייט אויסלויפן צו איך וויל עס קויפן? איך האב עס אלעמאל איגנאריט אבער איך זעה ווי מען רעדט דא דערפון וויל איך איינע זאל מיר מסביר זיין וואס מיינט דאס? מיין ביזנעס לויפט שוין צען יאר איך בין די איינציגסטע וואס טראגט דער נאמען איך האב א וועבזייטל מיט דער נאמען וכו' פארוואס דארף איך קויפן דער דאמעין נאמען? אין וואס קען א צווייטע וואס קויפט מיין נאמען טוהן מיט עס?
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 1:57 pm
דורך געפילטע פיש
ער קען עס אוועקנעמען און בעטן טייער געלט דיר עס צוריקצוגעבן.
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 2:14 pm
דורך לית דין בר נש
ער קען מיר מארגן הייסן טוישן מיין זייטל ווען איך ניץ עס שוין 10 יאר?
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 10:44 pm
דורך לאליפאפ
לית דין בר נש האט געשריבן:ער קען מיר מארגן הייסן טוישן מיין זייטל ווען איך ניץ עס שוין 10 יאר?
ניין! ער וועט דיר גארנישט הייסן, דו וועסט דיר שטיין און בעטן ביי אים ווי א טאטעלע...
נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 12:07 pm
דורך George
לית דין בר נש האט געשריבן:ער קען מיר מארגן הייסן טוישן מיין זייטל ווען איך ניץ עס שוין 10 יאר?
ער גייט דיר גארנישט הייסן, דיין דאמעין נאמען גייט ווערן פארקויפט פאר א צווייטן אין יענער קען טוהן דערמיט וואס ער וויל, דיין זייטל גייט מער נישט זיין דיינס.
פאר ס'לויפט אפ דיין קאנטראקט מיט גאו דעדי אדער פון וועם האסט עס געקויפט, האסטו די איקסקלאסיוו רעכט עס צו באנייען, אויב באנייסטו נישט דיין קאנטראקט ווערט עס עוועיליבעל פארן פאבליק, און עס שטייען מענטשען אין די ליין עס אפצוקויפן, פאר זיך, אדער צו פארקויפן ווייטער, נאכדערצו אויב עס איז א קורצע גרינגע ווארט.
אויב האסטו א לאנגע קאמפליצירטע דאמעין- למשל lisdinbarnashcpaandco דאס הייסט "לית דין בר נש סי פי עי ענד קא"- וועט עס נישט ווערן פארקויפט אזוי שנעל, אויב האסטו אבער אריינגעלייגט געלט אויפצובויען א סייט לוינט זיך נישט איינצושטעלן, בעסער געב עס א באניי פאר די קליינע אפצאל ווי איידער עס דארפן צוריק אפקויפן פאר שווערע געלטער אויב וועסט נאך בכלל קענען.