בלאט 1 פון 1

די בלאט מלחמה מיט היטלאזע חסידים

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:06 pm
דורך ידען
כאב שוין אביסעל אויפגעהערט צו זיכען ביי די ברייווען צו די צייטונגען וואס צו לייגען ביי מיין אשכול ״בריוו צו די רעדאקציע״ ווייל יעדע וואך קען מען לייגען אינטערעסאנטע זאכן און אויך מעגען אנדערע ניקס צוהעלפען.

לעצטענס האבעך באמערקט אזא נייע קאמפיין פון די בלאט קעגען מענטשען וואס קומען אין שיל אן די היט.

כאב א סאך מאל שוין געהערט אז אמאל פלעגען מענטשען אריין קומען אן א היט און אן א רעקעל ביי מנחה ווייל מע האט געהאלטען אינמיטען די ארבעט און נישט יעדער ארבעט מיט די היט און רעקעל (נאך א ביסעל וועט מען שוין מיזען ארבעטען מיט די היט און רעקעל א גאנצע טאג..) און מע דארף דאווענען אפי׳ אהן דעם.

די בלאט האלט ענדערשער אז מע זאל נישט קימען אין שיל אהן א היט און אויב יא אהן א היט, זאל מען ענדערשער קימען אויך אהן א רעקעל און אויך מיט א טישערט.. און.... אפי׳ אהן א קאפעל..

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:10 pm
דורך ידען
חסידיש קלעסיק אידן..

נאך דעם קומט א קאלירטע העמעד..

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:36 pm
דורך berlbalaguleh
ליינענדיג דעם גאנצן שקלא וטריא און די (אויפגעמאכטע) בריוון פון בלאט צום בלאט, איז מיר בייגעפאלן אזא רעטארישע שאלה: וואס איז בעסער אדער ארגער. צו גיין מיט א הוט און רעקל אויף פלעצער וואו א איד טאר נישט גיין (חוץ דעם חילול ה' וואס 'עט ארויסקומען אויב מ'כאפט: :roll: : :oops: אדער גיין אין ביהמ"ד צו דאווענען מיט מנין אן א הוט און רעקל.

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 5:29 pm
דורך גאנצל
שרייב די שאלה צום בלאט זיי וועלן עס זיכער אריין לייגן איי ס'באלאנגט אפשר נישט אין א צייטונג הע!.. וואסערע זאך שטייט דארט וואס באלאנגט יא אין א צייטונג.....

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 8:40 pm
דורך איחוד פעלד
אז איינער איז א אונס, ער האט נישט קיין הוט און רעקל, דארף ער דאווענען מנחה אין ביהמ"ד אדער ביחידות?

נאך מער, איינער איז אין די ארבעט ערגעץ, ער קען יעצט דאוווענען מנחה מיט מנין, אבער אהן א הוט, שפעטער קען ער דאווענען ביחידות מיט א הוט, וואס איז בעסער?

דער לעצטער איז א שאלה וואס איך האב געזעהן אין אגרת חזון איש מיין איך, אדער אין די בריוו פין הגר"ח קניבסקי, און ער שרייבט אז מען קען טוהן ביידע אופנים, ביידע האבען א מקום.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 2:47 pm
דורך ידען
די ערשטע בריוו וועגען קלות ראש (אן א היט איז טאקע גרינגער אויף די קאפ..)

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 4:40 pm
דורך למדן
איחוד פעלד האט געשריבן:אז איינער איז א אונס, ער האט נישט קיין הוט און רעקל, דארף ער דאווענען מנחה אין ביהמ"ד אדער ביחידות?

נאך מער, איינער איז אין די ארבעט ערגעץ, ער קען יעצט דאוווענען מנחה מיט מנין, אבער אהן א הוט, שפעטער קען ער דאווענען ביחידות מיט א הוט, וואס איז בעסער?

דער לעצטער איז א שאלה וואס איך האב געזעהן אין אגרת חזון איש מיין איך, אדער אין די בריוו פין הגר"ח קניבסקי, און ער שרייבט אז מען קען טוהן ביידע אופנים, ביידע האבען א מקום.

איך האב אמאל געזען אן ערליכן יוד וואס האט נישט געהאט פונקט דעם הוט האט ער מיט געדאוונט מיטן מנין (פון דער שוהל) אינדרויסן פון ביהמ"ד, איך ווייס נישט וואסאיז זיין מקור

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 7:12 pm
דורך נצבד
"מ'זעהט "פיינע יונגעלייט" קומען אריין אין ביהמ"ד אן דעם היט"...

דארף דאס זיין אן אנדייטונג אז ס'איז טאקע נארמאל צו קומען און שול אנעם היט?....

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 07, 2013 11:26 pm
דורך רויטע וואנצעס
אינוועסטיגעטיוו זשונאליזים... א ראיה צו א בריוו 2 וואכן צוריק וועגן די נושא. :lol:

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 2:11 am
דורך berlbalaguleh
ידען: דו שרייבסט אז אנדערע ניקס מעיגן אויך צו העלפן. נו עמיר מקיים זיין עזוב תעזוב עמו. אין די פענע צום בלאט אפטיילונג פ' נצבים-וילך איז געווען א בריעף פון א איד וואס אינז עמיר עים אנרופן "דער פרומער בעל-תאווה'ניק" . ער וויל מעורר זיין דעם עולם די וועלכע פארן אוועק שבתים אין גוי'אישע האטעלן אז זיי זאלן זייער שטארק אכטונג געבן אויף די קינדער אז זיי זאלן ח"ו נישט זעהן קיין ראיות אסורות. וויל איך איהם פרעיגן. ערשטנס ווער הייסט דיר פאהרן אויף שבתים אין האטעלן? צווייטנס. איז נישט דא גענוג אידישע האטעלן וואו מ'קען א הנאה האבן בגשמיות וברוחניות אהן מורא צו האבן אז די קינדער וועלן ח"ו זעהן א געמישטע סווימינג פול? אין די צייטונג איז מיט א פאר יאר צוריק געשטאנען אן ענליכע מעשה. אויף איין זייט פון בלעטל איז געווען אויסגערעכנט אלע תאוות עוה"ז וואס מ'קען זיך דארט נאכגעיבן. און אויפ'ן צווייטן זייט איז געווען א בריוו פון א "פרומ'ן" איד וואס איז מעורר אז מ'זאל נישט עסן בתערובות מענער און פרויען צוזאמען אין איין דיינינג רום. כך דרכו של יצר. קודם רייצט ער איהם אן ער זאל זיך נאכגעיבן אלע תאוות. נאכדעים ווערט ער א פרומער און איז מעורר וועיגן עסן בתערובות. :oops: :roll:

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 2:45 am
דורך ידען
כאב געמיינט די אשכול

viewtopic.php?f=6&t=3452

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 2:56 am
דורך berlbalaguleh
ידען האט געשריבן:כאב געמיינט די אשכול

http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=6&t=3452

יא. דו ביסט גערעכט ס'באלאנגט טאקע דארט. נאר כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטן. ווען כ'האב געליינט דעם בריעף האב איך נישט געוואוסט צו איך זאל מיך רעיגן אדער לאכן. ווייל יענער בריעף שרייבער איז א גרויסער אידיאט אויך. ער איז אליינס מודה אז ער פארט צו גוי'אישע האטעלן פאר שבתים. און ער איז נאך א פרומאק אויך. נאר ס'קען זיין אז דער גאנצער בריעף איז אויפגעמאכט. ס'איז שוין געווען בריוון אין בלאט וואס זיי האבן גענומען פון תגובות אין קאווע שטיבל.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 5:33 am
דורך לאליפאפ
דעי צייטונג קאסט נאך געלט נאך אויך...

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 4:56 pm
דורך שמעקעדיג
מען גיט נישט אויף

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 11:34 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: אמאל איז בעסער אז דער הוט זעיט אויס אפגענוצט. ווייל א הוט וועלכער זעיט אויס צו שיין און אויסגעביגלט צוליב לאו מיילידזש. איז א סימן אז מ'נוצט איהם ווייניג.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 3:49 pm
דורך שמעקעדיג
אבער זעהט אויס אז באקוקן אתרוגים מעג מען לכתחילה אן א הוט (און רעקל!), ויש לנו מעשה רב!