קושיות ועיונים לסדר בראשית

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

קושיות ועיונים לסדר בראשית

שליחה דורך חקרן »

לערנענדיג בראשית פרק א', געפינען מיר ווי פאלגענד:
(א) בְּרֵאשִׁית בָּרָא אֱלֹהִים אֵת הַשָּׁמַיִם וְאֵת הָאָרֶץ:
(ב) וְהָאָרֶץ הָיְתָה תֹהוּ וָבֹהוּ וְחשֶׁךְ עַל פְּנֵי תְהוֹם וְרוּחַ אֱלֹהִים מְרַחֶפֶת עַל פְּנֵי הַמָּיִם:

אלזא, זעען מיר קלאר אז בשעת'ן בריאת העולם איז געווען אויף די וועלט א מציאות ווי וואסער, ווי דער פסוק זעלבסט איז מעיד וְרוּחַ אֱלֹהִים מְרַחֶפֶת עַל פְּנֵי הַמָּיִם, אז דער געטליכער גייסט האט געריעט אויף די וואסער. עס איז נאר נישט קלאר אויף וואספארא אופן די וואסער איז געווען און וואו פונקטליך עס האט זיך געפינען די וואסער וואס ווערט דערמאנט אין דער אויבנדערמאנטער פסוק ב'.

ביים דריטן טאג פון בריאת העולם געפינען מיר:
(ט) וַיֹּאמֶר אֱלֹהִים יִקָּווּ הַמַּיִם מִתַּחַת הַשָּׁמַיִם אֶל מָקוֹם אֶחָד וְתֵרָאֶה הַיַּבָּשָׁה וַיְהִי כֵן:
(י) וַיִּקְרָא אֱלֹהִים לַיַּבָּשָׁה אֶרֶץ וּלְמִקְוֵה הַמַּיִם קָרָא יַמִּים וַיַּרְא אֱלֹהִים כִּי טוֹב:

לויט די ווערטער איז קלאר ווי די טאג אז איידערן דריטן טאג האט נישט עקזיסטירט אזא זאך ווי יבשה און אלעס איז געווען וואסער ארום און ארום. עס בלייבט אונז בלויז איבער צו וויסן, וויפיל וואסער עס איז געווען. דאס הייסט צי זענען די וואסערן געווען טיפע וואסערן, אדער בלויז א פיס הויך וכדומה, ווייל דאס איז דאך קלאר אז אונטער די וואסער איז געווען ערד, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק ותֵרָאֶה הַיַּבָּשָׁה וַיְהִי כֵן - עס זאל געזען ווערן די ערד. איז דאך משמע אז ערד איז געווען, נאר עס איז געווען באדעקט מיט וואסער און ביים דריטן טאג האט גאט באפוילן אז די ערד זאל זיך באווייזן.

שטעלט זיך די פראגע, וויפיל פונעם כדור הארץ איז געווען אנגעפילט מיט וואסער (אויף די הייעך) און וויפיל איז געווען לופט (אויב איז בכלל געווען דער מציאות פון לופט).

ווען מען גייט צוריק צו פסוק ו', צום דיבור פונעם צווייטן טאג, ווערט עס פארענטפערט. דארט שטייט:
(ו) וַיֹּאמֶר אֱלֹהִים יְהִי רָקִיעַ בְּתוֹךְ הַמָּיִם וִיהִי מַבְדִּיל בֵּין מַיִם לָמָיִם:
(ז) וַיַּעַשׂ אֱלֹהִים אֶת הָרָקִיעַ וַיַּבְדֵּל בֵּין הַמַּיִם אֲשֶׁר מִתַּחַת לָרָקִיעַ וּבֵין הַמַּיִם אֲשֶׁר מֵעַל לָרָקִיעַ וַיְהִי כֵן:

לויט די דאזיגע ווערטער שטעלט זיך ארויס אזא מציאות:
דער גאנצער כדור הארץ איז ביזן צווייטן טאג געווען אנגעפילט גענצליך מיט וואסער, ביז אויבן ארויס פון די אטמאספערע, נישט לאזנדיג פלאץ פאר לופט (ליתר דיוק: עס איז געווען א כדור פון ערד, און העכער דעם אפגערוקט טויזנטע מייל ווייט איז געווען א כדור ארום און ארום, ביז ארויס פון די אטמאספערע. דער גאנצער דרויסנדיגע כדור איז געווען ארומגענומען מיט וואסער, ביז אויבן. די וואסער האט ארומגענומען די כדור-הארץ, נישט לאזנדיג פלאץ פאר קיין לופט).

ביים צווייטן טאג האט גאט באפוילן אז טיף אינעם וואסער זאל ווערן אן אויסשפרייטונג, וואס זאל ווערן אינעם וואסער, די אויסשפרייטונג זאל אפטיילן צווישן די אונטערשטע וואסערן און די אויברשטע, שאפנדיג דעם חלל אינמיטן וואס ווערט גערופן לופט. די לופט צווישן די צוויי וואסערן, דאס איז דער יקום אויף וואס די בריאה (אויסער די חיות הים) לעבן דערפון, לויט די שפעטערדיגע אנטוויקלונג פון די בריאה. אט די דאזיגע אויסשפרייטונג האט דער באשפער גערופן "שמים" אזוי ווי עס שטייט אין פסוק ח'.

א טאג דערנאך, אינעם דריטן טאג, האט גאט באפוילן אז עס זאל זיך ארויסזען די יבשה פון אונטער די וואסערן, און עס זאל זיך אנזען אין די... לופט - עס זאל זיך אנזען אין די נעכטיגע בריאה וואס גאט האט באשאפן. דאס הייסט, אז ווען נישט די בריאה פון נעכטן, אז עס זאל ווערן א חלל אין די וואסער, וואלט נישט צושטאנד געקומען די היינטיגע בריאה אז די יבשה זאל זיך ארויסזען, ווייל די אויבערשטע וואסערן האבן נאך אלס באדעקט די יבשה. די בריאה פונעם דריטן טאג איז געווען געבויט אויף די בריאה פונעם צווייטן טאג.

פון דארט איז עס ווייטער געפארן אז עס איז געוואקסן פון די ערד פירות און ירקות און דערנאך די בריאים, און-אזוי-ווייטער.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

חקרן האט געשריבן:שטעלט זיך די פראגע, וויפיל פונעם כדור הארץ איז געווען אנגעפילט מיט וואסער (אויף די הייעך) און וויפיל איז געווען לופט (אויב איז בכלל געווען דער מציאות פון לופט).

ווען מען גייט צוריק צו פסוק ו', צום דיבור פונעם צווייטן טאג, ווערט עס פארענטפערט. דארט שטייט:
(ו) וַיֹּאמֶר אֱלֹהִים יְהִי רָקִיעַ בְּתוֹךְ הַמָּיִם וִיהִי מַבְדִּיל בֵּין מַיִם לָמָיִם:
(ז) וַיַּעַשׂ אֱלֹהִים אֶת הָרָקִיעַ וַיַּבְדֵּל בֵּין הַמַּיִם אֲשֶׁר מִתַּחַת לָרָקִיעַ וּבֵין הַמַּיִם אֲשֶׁר מֵעַל לָרָקִיעַ וַיְהִי כֵן:

לויט די דאזיגע ווערטער שטעלט זיך ארויס אזא מציאות:
דער גאנצער כדור הארץ איז ביזן צווייטן טאג געווען אנגעפילט גענצליך מיט וואסער, ביז אויבן ארויס פון די אטמאספערע, נישט לאזנדיג פלאץ פאר לופט (ליתר דיוק: עס איז געווען א כדור פון ערד, און העכער דעם אפגערוקט טויזנטע מייל ווייט איז געווען א כדור ארום און ארום, ביז ארויס פון די אטמאספערע. דער גאנצער דרויסנדיגע כדור איז געווען ארומגענומען מיט וואסער, ביז אויבן. די וואסער האט ארומגענומען די כדור-הארץ, נישט לאזנדיג פלאץ פאר קיין לופט).

וואס איז דיר מכריח צו זאגן אז רקיע איז די אטמאספערע? וואו הייבט זיך אן די רקיע? גלייך העכערן ערד, און גייט ארויף ביז ספעיס? אדער איז רקיע גאר ספעיס אליינס? אזויווי ס'איז משמע אפאר פסוקים שפעטער:
והיו למאורת ברקיע השמים להאיר על הארץ ויהי כן. ויעש אלקים את שני המארת הגדלים את המאור הגדל לממשלת היום ואת המאור הקטן לממשלת הלילה ואת הכוכבים. ויתן אתם אלקים ברקיע השמים להאיר על הארץ.

הערה: די אטמאספערע איז נישט טויזענטע מייל דיק, אינגאנצען צוויי און זעכציג.

דא האט איר ש שטיקל שמועס וועגן די נושא.
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

לדבריך האיך יתקיים הפסוק יְהִי רָקִיעַ בְּתוֹךְ הַמָּיִם?
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

צווישן
elter-zeide
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 309
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

שליחה דורך elter-zeide »

דער רשב"ם פרעגט דאס זעלבע אין ער טייטש אויס דע גאנצע פסוק לויט זיין כלל אז אין 'מקרא יוצא מידי פשוטו', דאס דארף מען איבער לערנען א פאר מאל אז מ'זאל עס פארשטיין,
אויך שרייבט ער וועגען אין מקרא יוצא מידי פשוטו אנפאנג פ' וישב ד"ה "אלא תולדות עקב" ווי ער האט זיך געטאנט מיט זיין זיידע רש"י הקדוש וועגן פשוט פשט, אין רש"י האט מודה געווען צי עהם,
איך בין נישט אזוי אלט ווי איך זע אויס
תחכמוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 93
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2013 8:06 am
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

שליחה דורך תחכמוני »

חקרן האט געשריבן:לויט די דאזיגע ווערטער שטעלט זיך ארויס אזא מציאות:
דער גאנצער כדור הארץ איז ביזן צווייטן טאג געווען אנגעפילט גענצליך מיט וואסער, ביז אויבן ארויס פון די אטמאספערע, נישט לאזנדיג פלאץ פאר לופט (ליתר דיוק: עס איז געווען א כדור פון ערד, און העכער דעם אפגערוקט טויזנטע מייל ווייט איז געווען א כדור ארום און ארום, ביז ארויס פון די אטמאספערע. דער גאנצער דרויסנדיגע כדור איז געווען ארומגענומען מיט וואסער, ביז אויבן. די וואסער האט ארומגענומען די כדור-הארץ, נישט לאזנדיג פלאץ פאר קיין לופט).

ביים צווייטן טאג האט גאט באפוילן אז טיף אינעם וואסער זאל ווערן אן אויסשפרייטונג, וואס זאל ווערן אינעם וואסער, די אויסשפרייטונג זאל אפטיילן צווישן די אונטערשטע וואסערן און די אויברשטע, שאפנדיג דעם חלל אינמיטן וואס ווערט גערופן לופט. די לופט צווישן די צוויי וואסערן, דאס איז דער יקום אויף וואס די בריאה (אויסער די חיות הים) לעבן דערפון, לויט די שפעטערדיגע אנטוויקלונג פון די בריאה. אט די דאזיגע אויסשפרייטונג האט דער באשפער גערופן "שמים" אזוי ווי עס שטייט אין פסוק ח'.

איך ווייס נישט פונקטליך וואס דו פארדינסט מיט דיין מאדנעם פשט אבער דיין מאדעל פון די ניי-געבוירענע וועלט האט נישט קיין הענט און קיין פיס. עס איז נישט שייך "צו אנפילן די וועלט מיט וואסער און נישט לאזן פלאץ פאר די אטמאספערע". די אטמאספערע איז סך הכל א שיכט גאז וואס שוועבט ארום די וועלט. אויב וואלט די וואסער געווען העכער וואלט די אטמאספערע געווען העכער פון דעם (און פיל דיקער פון די פארע פון וואסער). מען קען נישט "ארויסשטופן די לופט".

איך וואלט נישט געבויט קיין מאדעל פון די וועלט לויט די פסוקים פון די תורה אבער כדי צו פארשטיין די פסוקים פון די תורה מיט אונזערע סייענטיפישע פארשטאנד פארלאנגט זיך צום ערשט פארשטאנד פון סייענס.
מה לך אצל סייענס כלך אצל נגעים ואהלות!
"It is error only, and not truth, that shrinks from inquiry"
Thomas Paine -
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך מורינו הרב »

http://tora.us.fm/tnk1/tora/brejit/rqia_hjmym.html

ער טענה'עט אזוי ווי דער פשט פון חקרן.
פארשפארט