בלאט 1 פון 1
גזירות שמד תשע''ד בקוויבק שבקאנאדע
נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 4:47 pm
דורך big joe
שטיצע האלט אין איין וואקסן פאר די “charter of Quebec values” נייע געזעץ, וואס גייט ווערן אינדארסירט אין דאס קומענדיגע חודש (תשרי). די געזעץ זאגט אז קיינער טאר נישט גיין מיט א רעליגיעזע קלייד אין א פלאץ וואס באקומט געלט פון די רעגירונג. פאר אחב''י מיינט עס אז מ'קען נישט גיין קיין יארמולקא אין שפיטעלער, תפיסות, פארקס, געריכט הייזער, ספארט סטעדיומס וכו' און אויב א חדר נעמט פראגראמס קען מען דארט אויך נישט גיין מיט דעם.
זייט 2007 איז שוין דא די רעיון ביי געציילטע Quebec איינוואוינער,אבער לעצטענס האט עס באקומען אסאך שטיצע און געווארן זייער פאפולער. אין א poll היינט אין די The Star Canada איז דא %67 פאר די געזעץ און עטליכע %20 אקעגן. די עיקר טענה פון די שטיצערס איז אז די געזעצן שטעלן זיך צו שטארק צו, צו פרעמדע רעליגיעס.
די לינקע זאגן אז עס איז אנטי-סעמיטיזם
די רעכטע זאגן אז דאס געשעהט ווען די לינקע אביוזן די סיסטעם און ציען איבער דאס שטריק.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 5:21 pm
דורך שמעקעדיג
big joe האט געשריבן: די עיקר טענה פון די שטיצערס איז אז די געזעצן שטעלן זיך צו שטארק צו, צו פרעמדע רעליגיעס..
קענסט דאס בעסער מסביר זיין? איך פארשטיי נישט.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 5:37 pm
דורך big joe
בעצם וועט די קריסט אויך נישט קענען גיין זיין שתי וערב'ל, אבער ער איז גרייט דאס אויפצוגעבן. ווייל ער האלט אז ווען א איד וואקט אריין אין סיטי קאונסיל מיט א קאפל (למשל Lionel Perez א חרדישע סיטי קאונסעלמאן) טוט דאס גאווערמענט זיך בייגן צו אידישקייט. וכן לגבי Muslims & Sikhs
נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 8:16 pm
דורך berlbalaguleh
big joe האט געשריבן:בעצם וועט די קריסט אויך נישט קענען גיין זיין שתי וערב'ל, אבער ער איז גרייט דאס אויפצוגעבן. ווייל ער האלט אז ווען א איד וואקט אריין אין סיטי קאונסיל מיט א קאפל (למשל Lionel Perez א חרדישע סיטי קאונסעלמאן) טוט דאס גאווערמענט זיך בייגן צו אידישקייט. וכן לגבי Muslims & Sikhs
זאג מיר נישט אז אין "דזשואיש דזשענעראל האספיטל" וועט א איד נישט קענען גיין מיט א יארמולקע. ס'וועט זיכער זיין עקסעפשאנס. און דרך אגב. וואס הערטצעך אין די היימישע געיגנט (האטשיס'ן/אוטרעמאנט( מיט די אלע לאקאלע אנטיסעמיטן ווי פיער לא סערט און סעליען פארזשעי ימ"ש. זיי רוען איין , לעצטנס?!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 9:27 pm
דורך מאיר_וואלף
ווי עס קוקט אויס וועלן זיי יא לאזען גלייבען אין באשעפער און היטען די תרי"ג מצות
עס זאל נאר זיין ווער עס וויל
נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 12:21 am
דורך איחוד פעלד
נו, וועט מען גיין א דאשעקעל. לימים וועט דער דאשעקעל ווערען א אידישער דאשעקעל. און די גוים וועלען נישט טארען טראגען קיין בעיסבאל קעפס.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 12:31 am
דורך [NAMELESS]
וואס איז פשט פון די גזירה?? פארוואס קען נישט יעדער גיין אנגעטוהן ווי אזוי זיי ווילען?? ווי אזוי איז עס א נארמאלע גוי מסביר?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 12:36 am
דורך קאווע טרינקער
גזירת שמד גאר?!
יעדע מקום האט זיך זיין דרעסס קאוד, ווי לעיקוואד האט שוין נעכטען מאריך געווען.
אז אין א בית הכסא מעג מען נישט אריינגין מיט א טלית גדול איז דאס אויך א גזירת שמד?