בלאט 1 פון 1

ווי אזוי וואלטן אונזערע חסידות'ע אויסגעקוקט ווען...

נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 5:26 pm
דורך I'm back
דא קען מען שרייבן ווי אזוי אונזערע חסידות'ע וואלטן אויסגעזען ווען זיי וואלטן געהאט/געטון פארשידענע זאכן.

------------

ווי אזוי וואלט עס אויסגעזען ווען יעדער רבי האט א אפיציעלע טוויטער אדער פעיסבוק אקאונט.

יעדער וואלט פרובירט צו האבן מער פאלאוערס וכו,

-----
דיסקלעימער, דאס איז א אפענע אשכול, נישט ווי [tag]זר זהב[/tag]... #סעלפיש. ;)

נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 5:36 pm
דורך מנשה לוסטיג
ס'גייט אזוי אויסקוקן אין גאר א קורצע צייט

נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 5:40 pm
דורך big joe
מנשה לוסטיג האט געשריבן:ס'גייט אזוי אויסקוקן אין גאר א קורצע צייט

ס'קוקט שוין אזוי אויס...
נאר אנשטאטס פעיסבוק און טוויטער, איז עס טעלעפאון ביכער, נעילת החג טישן און די מפורסם'דיגע בילדער פון טויזענטער אידן וואס זענען נאר א חלק מהקהל בצד מערבית צפונית

נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 5:52 pm
דורך געפילטע פיש
וויאזוי וואלטן חסידות אויסגעזעהן ווען איינמאל א וואך טוען זיך די רבי'ס אן פאני קאלירפולע קליידער, און די מענטשען קומען קוקן וויאזוי זיי עסן פיש, זינגען, און מאכן מאדנע פאקסן?

...ווען זיי פארן ווען מיט קארס וואס האבן טשערי לייטס אזויווי הצלה קארס.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 7:11 pm
דורך סלינקי
ווען זיי האבן ווען א אינסטעגראם וואלטן די בילדער מאגאזינען זיכער ארויס פון ביז.

followme #idontfollowback#

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 10:59 am
דורך ציבעלע-קיגל
ווי אזוי וואלטן אונזערע חסידות'ען אויסגעקוקט ווען...

אונזערע "רבי'ס" וואלטען טאקע געווען עהרליכע איד'ן...

און נישט קיין... אזוי ווי...

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 12:57 am
דורך [NAMELESS]
ווען יעדע חסיד וואלט געהאט א סעלפי פיקטשער מיט זיין רבין?