בלאט 1 פון 1
א סוכה און אלעס ארום דע סוכה
נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 6:03 pm
דורך ישמעאל הכהן
אזוי ווי מ'רעדט נאך נישט און ערגעץ דערפון וועל איך אנהויבן. איך גרייט מיר אי"ה צו מאכן אן אייגענעם סוכה דאס ערשט מאל, האב איך גארנישט עקספיריענס דערמיט, און איך האב אויך נישט צי סאך געלט. וואס איך דארף אז א סוכה פאר 5 מענטשן, מיר און ווייב און 3 קינדער. מוז נישט זיין דאס שענסטע סוכה. איינער האט מיר געזאגט וועגן א סחורה'נע סוכה אז דאס איז דעס ביליגסטע. וואס ווייסט דער עולם פון עקספיריענס?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 6:08 pm
דורך ישמעאל הכהן
וואס מיינט נישט אזוי ביליג ? געהערט אז מ'קען האבן פאר א 300 דאלער א שיינע סייז אינקלודינג סכך. א לייטערס סוכה הייבט זיך אן פון 1000. בין איך נישט גערעכט ?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 6:31 pm
דורך למדן
נישט אזוי ביליג אבער פאר $4-500 הייבט זיך עס אהן וויאיך זעה אויף די וועבסייטס
און איך מיין אז עס איז דא סחורה'נע סוכות וואס מען קען יא עקסטענדן
http://www.sukkot.com/tubular.htm זיין סוכה קען מען זייער גרינג עקסטענדן הגם איך וואלט מורא געהאט צו קויפן פון א נייעם חכם אין נארט קעראליינע, (שיין מאן דכר שמיה) ווי אויך זענען זיינע סוכות (נאך) נישט פאפולער אין די היימישע געגנטער
נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 12:32 am
דורך איחוד פעלד
לייטערס איז די בעסטע אויב האסטו נישט קיין פראבלעם צו באצאלען די גרויסע פרייזען.
עס האלט זיך אויך דער בעסטער.
סוכה דיפא, איז אויך גוט אבער די ברעטער וועגען מער.
די האלצענער סוכות, אויב מען פארקויפט עס נאך איז דער ביליגסטער אפשען. מען טאר עס נישט לייגען אין א נאסער פלאץ, ווייל עס קען ווערען פארשימעלט.
די סחורה'נער הגם זיי זענען כשר, איז עס נישט מהודר, ווייל דער ווענט שאקלען זיך, און הגם זיי מאכען א לבוד מיט פארשידינע הלכה'דיגער קונצען, זאגט שוין דער רמ"א אז דער מנהג איז צו מאכען מחיצות גמורות. ממילא איז נישט גוט צו נוצען די סחורה'נער סוכות נאר לעת הצורך.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 12:40 am
דורך קאווע טרינקער
ווענד זיך אויך וואו איר שטעלט אוועק די סוכה.
און אויב איר פלאנט צו שלאפען אין די סוכה.
און אויב איר פלאנט צו מאכן א שלאק.
א שאד איר דערמאנט זיך שפעט, די סוכה פארקויפערס זענען ביליגער נישט אין סעזאן.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 3:53 pm
דורך מזלטוב
איך האב א סחורה'נע. און איך האב עס יא פארגרעסערט לויט ווי די משפחה איז געוואקסן. עס איז די ביליגסטע און די מערסטע שפארזאם און סטאריגז' ספעיס. אבער טאקע נישט אזוי שיין. נאך א מעלה אז א בר מצוה בחור'ל קען עס אויך אליין אויפשטעלן און צאמלייגן.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 4:34 pm
דורך שרייבער
וואס איד די חילוק צווישן לייטער און סוכה דיפאט?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 9:17 pm
דורך ישמעאל הכהן
שרייבער האט געשריבן:וואס איד די חילוק צווישן לייטער און סוכה דיפאט?
איך מיין אז דע סחורה'נע איז פון סוכה דיפא
מזלטוב וויפיל האט איר באצאלט פאר'ן סוכה?