אוניווערסאלע אידן - אונזער מיסיע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
JewsAgainstGenocide
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:32 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

אוניווערסאלע אידן - אונזער מיסיע

שליחה דורך JewsAgainstGenocide »

איך האב דאס שוין געשטעלט אין אן אשכול איבער סיריע,עס איז א סטעיטמענט פון די "אוניווערסאלע אידן" ארויסגעשטעלט אויף זייער בלאט "אידן קעגן רציחות".
אבער מען האט מיר געבעטן אז איך זאל זי מער מפרסם זיין:


אונזער מיסיע - נישט בלויז סיריע
די הערצער פלאטערן הערנדיג אז די וועלטס וועק-זייגער האט זיך צעפיפן. די וועלט האט דערהערט די וויי געשריי פון די קינדער אין סיריע.
די האפנונג איז אז מען וועט נישט דרוקן דעם "סנוז" קנעפל, נאר מען וועט טון למעשה צו ראטעווען לעבנס.
מאמענטאל זעהט נישט אויס ווי מיר קענען אדער דארפן עפעס טון. די ראלי וואס מיר האבן געארבעט און פלאנירט, צו ווייזן אז עס טוט אונז וויי, אז פארגאסענע בלוט רעדט צו אונז אלס קינדער און אייניקלעך פון שארית הפליטה, און צו ערוועקן די פאליטישע פירער און מנהיגי העולם צו דערהערן די וויי געשריי, איז נישט וויכטיג לעת עתה.
אבער אונזער עצם עקזיסטענץ איז וויכטיג, די בלויזע איידיע אז חסידים האבן זיך באזעצט אויף די ערד פלאנעט, דארטן ווי מענטשן לעבן, און מען האט געפיל פאר אנדערע יצירים נבראים, האט געמאכט א גרויסע רושם, מען האט אסאך געשמועסט דערפון, גראטולירט, און פארשטענדליך פארדאמט..
די פאקט אז חרדים קענען זיין הומאניסטן איז א מהפיכה, א רענאסאנט רעוואלוציע, און ווייזט אז עס איז פארהאן אזא צייט גייסט, אז מיר האבן אויסגעטון די קינדער שיכלעך און קוקן אן זאכן מיט א ערוואקסענע בליק און אז מיר האבן אנערקענט אונזער פלאץ אין די בריאה אלס אן אור לגויים און נישט אן איזאלירטע חושך.
מאמענטאל קוקן מיר האיך יפול דבר, אונזער הארץ איז מיט די צובראכענע אלמנות ויתומים, באטריבטע טאטעס און באאבלטע מאמעס אין סיריע, אונזער הארץ איז מיט זיי אין טרויער און תפילה, און מיט האפנונג שטייען מיר מיט שפאנונג צו זעהן אויב מיר קענען עפעס העלפן.
גלייכצייטיג זענען מיר הומאניסטישע אקטיוויסטן, מיר שפירן מיט די באקריוודעטע בבית ובחוץ, די גרויסע משפחות וואס זענען פארשקלאפט אין פיצינקע דירות און פארדינען ווייניגער ווי עס קומט זיי, ווערנדיג צוטרעטן פון גרויזאמע קאפיטאליסטישע בעלי בתים.
מיר שפירן מיט קלוגע קינדער וואס לעכצן פאר בילדונג און חכמת חיים, אבער ווערן ליבערשט צעדרוקט אונטערן קאנטשיק בלייבנדיג אן תורה און אן חכמה.
מיר שפירן מיט יונגע מיידלעך און בחורים וואס ווערן געפירט צום חופה כצאן לטבח אן קיין טיפע בליק אויף זייער עתיד, א חתונה אן ליבע א הויז אן יסודות.
מיר שפירן מיט יונגע מאמעס וועמען מען שענקט נישט קיין החלטות אין לעבן, מען פארשוואנגערט אן קיין חשבון נישט אויף קיין יסודות פון הלכה אדער חכמה.
מיר שפירן מיט יונגעלייט וואס מען ווארפט אריין אין די אמתע וועלט אן קיין ערפארונג, און אן פינאנציעלע אחריות.
מיר שפירן מיט אלע אינדעווידואלן וואס טרעפן זיך בקצה המחנה, און שפירן פארקלאפט, און אויסגעשפיגן.
מיר שפירן מיט אלע גייסטיש אראפגעקלאפטע, פינאנציעל צוקוועטשטע, סעקסואליש אראפגענאגעלטע, און אחינו כל בית ישראל הנתונים בצרה ובמצוקה, המקום ירחם עליהם ויוציאם מצרה לרווחה ומאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה.
אבער מיר זענען נישט קיין מין בפני עצמו, מיר שפירן מיט די צום טויט פארמשפטע אין איראן און סאודי אראביע, די אומיושר'דיגע פאראורטיילטע אין די קראנקהאפטע אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם, די פארשקלאפטע אין כינע, די קינדער וואס ווערן פאראורטיילט צו מלחמה און צוואנגס ארבעט אין סודאן און ניגעריע און אנדערע שרעקליכע פלעצער, די ווייבער פארכאפט אין געשלעכטליכע קנעכטשאפט.
מיר שפירן מיט אלע מענטשן וואס זענען אקופירט, פארקלאפט, פארשקלאפט אונטער פיינטליכע רעזשימען, עקסטרעמע רעליגיעס, קאפיטאליסטישע שוויינען, פארמאכטע קולטס. קינדער ביי שלעכטע עלטערן, מענער און ווייבער אונטער דאמעסטישע צוואנג און יעדער וואס ליידט פון שלעכטס.
מיר האפן אז די ליכטיגקייט פון גוט ווילן זאל איין טאג אריינשיינען אין אלע פינסטערע ווינקלען, ומעט מן האור ידחה הרבה מן החושך.

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר