די חכמת שלמה פונעם ”וועד האישור” (פון: בן זומא)

יא, איך ווייס אז מ'טאר נישט סתם אזוי עפענען א אשכול און אריינפעיסטען א ארטיקל פון ערגעץ אנדערש אן צושרייבן עפעס. אבער דער ארטיקל איז אזוי מין גוט אז איך האב נישט וואס צוצולייגן. ממש צו צוקושן יעדע ווארט!! (אזוי ביני לביני האב איך שוין צוגעשריבן די פאר שורות, איז דאך שוין כשר וישר.....)
די חכמת שלמה פונעם "וועד האישור"
פון: בן זומא
א נייע מכה איז אונז באפאלן, "וועד אישור" שמה. רוב גרעסערע, עטאבלירטע מוסדות האבן אהיימגעשיקט צו די עלטערן בויגנס, וואס פרעגן אלערליי משונה'דיגע פראגן איבער די עלטערנ'ס אינטערנעט באנוץ און צוטריט. די שטראף פאר'ן נישט צוריקשיקן דעם בויגן אויסגעפילט איז, אז די קינדער וועלן אהיימגעשיקט ווערן פונעם מוסד.
אין מאנסי האט די זאך אנגענומען א גאר סאפיסטיקירטע סיסטעם. ביים צוריקשיקן דעם בויגן, פאדערט די "אישור"-ארגאניזאציע מיטצושיקן דעם סכום פון פינף-און-צוואנציג דאלאר, וואס וועט אנגעבליך גיין צו דעקן די קאסטן פון אויפהאלטן דעם "וועד".
דער געדאנק פון אזא "וועד" איז אייגנטליך זייער אין איינקלאנג מיט דעם בת-היענה אופן ווי די גאנצע אינטערנעט-מערכה לויפט, אנגעהויבן פונעם ערשטן טאג. געווענליך, נוצן מיר דעם משל מיט'ן בת היענה אנצודייטן, אז עמיצער פארמאכט זיך די אויגן, כדי נישט צו מוזן קוקן דאס מציאות אין פנים. די בת היענה פויגל האט אבער נאך שטריכן, און אין דעם פאל זענען זיי אויך נוגע. א גרויסער, שלאבעריקער גוף וואס שלעפט זיך וואקלדיג אויף צוויי אומגעלומפערטע פיס, מיט פליגל אן א מעגליכקייט צו פליען, שטייט די מערכה — ניין, נישט אויף הינערנע פיס, נאר גלאט אין דער לופטן. דער "וועד"-קערפער באשטייט פון א מיאוס'ער פארזעעניש, וואס ווייסט נישט וואס זי וויל און וואוהין זי וויל אנקומען, אבער טופעט מיט קרומע פיס און פלאטערט מיט אומפראקטישע פליגל, דעם קאפ טיף אריינגעשטעקט אין הייסן, טרוקענעם מדבר-זאמד.
איך וויל זיך נישט אפשטעלן אויף דער לעכערליכקייט פון דער מערכה קעגן אינטערנעט (בעיקר, דעם אופן ווי זי ווערט אויסגעפירט און דעם מהלך המחשבה אונטער איר), נאר ליבערשט ספעציפיש אויף דעם טפשות אונטער דעם אישור-בויגן און דעם אויספרעסן פון מענטשן געלט (נישט קיין חילוק וויפיל). דאס באצווינגען די קרבנות צו פינאנצירן א טפשות-רשעות קאמפיין, איז א חידוש אויף וועלכן סדום-ריכטער וואלטן אונטערגעהויבן די ברעמען.
זאל שוין זיין אז אינטערנעט איז א פראבלעם, איז דאס נעמען יענעמס לעבן אין די הענט און פון יענעם אוועקנעמען די בחירה אן עוולה. ווען די תורה זאגט "ובחרת בחיים", רעדט זי נישט צו עטליכע מאכט- און געלט-גייציגע מאניאקן, נאר צו יעדן איד. און היות מיר ווייסן די תורה איז נצחי, איז דער "ובחרת בחיים" פארשלאג, געשריבן בלשון יחיד, געזאגט געווארן אויך פאר דער אינטערנעט-תקופה.
דער אינטערנעט איז אבער נישט קיין פראבלעם. יא, ער ברענגט פראבלעמען, פונקט ווי דעם אויטאמאביל, טעלעפאן, און יעדער אנדערער ערשיינונג און ערפינדונג וואס באווייזט זיך אויף דער וועלט. יעדע זאך קען גענוצט ווערן אויף מערערע אופנים, נישט אלע פון זיי גוטע. די גמרא דערציילט אונז וועגן א צדוק'ישן כהן, וואס איז דורך די מאסן פארשטיינערט געווארן מיט אתרוגים. וועמען וואלט איינגעפאלן, אז אן אתרוג קען גענוצט ווערן אלץ א טויטליך וואפן? אינטערנעט איז א געצייג, א גאר-מאכטפול געצייג. איינער יאגט דורך אים אן דעם "דף", און א צווייטער בלאנזשעט אין פארנאגראפישע וועבזייטלעך. גוטס און שלעכטס, ביידע פון זיי זענען מיטן אינטערנעט אומפארגלייכליך מער צוטריטליך ווי סיי ווען פריער. דאס מאכט אבער נישט דעם אינטערנעט "שלעכט", און זיכער נישט ערגער ווי מענטשן וואס נוצן אים אלץ אויסרייד צו טעראריזירן א ריזיגן ציבור יראים ושלמים.
און אפילו אינטערנעט זאל יא בעצם זיין שלעכט און דאס באצווינגען מענטשן מיט פסול'ע מיטלען זאל יא זיין אויסגעהאלטן, איז דער צע'אישור'טער מהלך סתם אזוי מלא טפשות כרימון, ווייל יעדער, אריינגערעכנט דעם פחדן וואס שטייט אונטער דער המצאה, ווייסט אז דער צוגאנג וואס זיי האבן גענומען, פירט אין ערגעץ נישט און איז ווערד א זעץ אין דער ערד. קיינער האט נישט -און וועט נישט- אויפגעבן דעם אינטערנעט. קיינער וועט זיך מיט גארנישט טוישן לכבוד דעם אנגעפירקלטן פינף-און-צוואנציג דאלארדיגן בויגן. קיינער און גארנישט.
דער אינטערנעט איז דער סימבאל פון אולטימאטיווער פרייהייט, ווייל דאס איז גענוי וואס ער איז: פרייהייט. דו קענסט סטראשען פון היינט ביזן קומענדיגן קידוש החמה; יעדער געפינט א וועג ארום דעם טעראר. יעדער גיט זיך אן עצה, ווייל דער הכרח צווינגט דערצו. אינטערנעט איז נישט בלויז א פאקט פון לעבן, נאר א נויטווענדיגקייט. כמעט יעדער אספעקט פון לעבן איז אנגעוויזן, אויף איין אופן אדער דעם אנדערן, אויפן אינטערנעט. דער איינציגער אויסנאם איז דער "וועד-האישור" אפיס, וועלכער נוצט טייפרייטערס אויף צו שרייבן און טייבעלעך אויף אפצושיקן בריוולעך. (די $25 קומט דעקן די הוצאות פון טינט און שטריק.)
און אויב שוין יא אזוי, פארוואס בלויז לגבי אינטערנעט? אידישקייט און חרדי'שקייט איז דאך סך גרעסער ווי אינטערנעט. פארוואס נישט דארפן אויספילן א בויגן אז כ'מאך נישט קידוש אויף יין נסך; אז מיר היטן טהרת המשפחה; אז איך האב קיינמאל אינעם עבר און וועל קיינמאל אינעם עתיד נישט (זייט מיר מוחל) אשר-יצר'ן פארן בעל פעור; אז כ'וועל נישט מאניפולירן רבנים און רביים זיי זאלן מיר העלפן משוגע מאכן דעם ציבור און פון אים אויספרעסן געלט — און ווייטער פאר אלע תרי"ג מצוות און תשר"ק חרד'ישע עשרת הדברות?
ווי האט נאר יענער ראש ישיבה נאכן דורכקוקן די צוריקגעשיקטע בויגנס אויסגערופן? "ס'ארא טייערער ציבור! זיי זענען אנגעזאגט געווארן נישט צו נוצן דעם אינטערנעט, און אלע, אן אויסנאם, האבן אן קשיות געפאלגט..."
Read more: http://blogs.yiddish.forward.com/yiddis ... eph/172438

- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify]בן זומא איז זייער א געשמאקע שרייבער, אבער גראדע אין דער ארטיקל זעה איך נישט קיין שום חידושים, אדרבא, לדעתי האט ער פארפאסט די עיקר נקודה.
די ענין אז אינטערנעט איז נאר א מיטל, א כלי, פונקט ווי די קאר, די באן און אנדערע מיטלן, און מען קען עס נוצן פאר גוטס אדער שלעכטס, דער ענין איז שוין מערערע מאל אויסגעשמועסט געווארן, טאקע דא בין כותלי הק"ש. די פאקט וואס בן זומא צייגט אן אז די עולם שרייבט ליגנט ווייסט שוין אויך א יעדע איינער.
איך האב אבער יא א פראבלעם מיט די וואס מאכן אן עסק איבער די $25 וואס מען האט געמוזט באצאלן פארן וועד האישור, ווייל דאס נעמט אוועק קאנצעטראציע פון די עיקר פראבלעם מיט די וועד האישור און די פראגע בויגנס. עס מאכט עס אויסזעהן אז אויב עס וועט אויפשטיין א נדבן אדער אפילו איינער פון די רבנים וואס בעקן די וועד האישור און ער וועט באצאלן פארן וועד האישור כדי זיי זאלן נישט נעמען פון די עולם, דעמאלטס וועט שוין זיין אלעס אקעי. אבער עס איז נישט אזוי.
די מוסדות זענען די בעלי בתים אויף די מוסודות און זיי מעגן און קענען טון וואס זיי ווילן ווילאנג עס איז נישט אומלעגאל. די שאלה איז נאר אויב די זאכן וואס זיי טוען איז עטיש און נארמאל. ווען א מוסד גיבט ארויס תקנות, אפילו שטרענגע תקנות קען איך עס פארשטיין. after all מיר אידן זענען שוין געווינט צו די אלע rules פון די תורה. אבער ווען די מוסד הייבט אן אריינצוקריכן צו מיר אין שטוב צו מאכן זיכער אז איך טו די אלע זאכן, דאס איז שוין א געפערליכע breach of privacy. בן זומא האט אביסל אנגערירט די נקודה מיטן שרייבן ציניש'לעך אז די נעקסטע יאר וועט זיין א פראגע בויגן איבער יין נסך און עשיית צרכים לשם בעל פעור. אבער עס גייט ווייטער. ווי ווייט זענען מיר פון מוסדות און רבנים וואס גייען וועלן אריינלייגן קעמעראס אין אונזערע הייזער צו מאכן זיכער אז מיר פירן זיך אויף ווי זיי ווילן? אדער עכ"פ טרעקן אונזערע אנליין אקטיוועטעטן דורך געוויסע פראגראמן.
זאגט מיר, אויב וועט איר נעקסטע יאר באקומען א פראגע בויגן וואס פרעגט אזוי: שאלה א' זענט איר א תלמיד חכם? א פועל? א גמל? אדער א ספן? וויפיל מאל א וואך זענעט איר מקיים עונה? וואלט איר געענטפערט? וואלט איר געענטפערט א פראגע בויגן וואס הייסט אייך אונטערסיינען אז איר גייט נאר מיט רבינו תם'ס און נישט ח"ו מיט די אומווירדיגע ...? וואלט איר טאלערירט ווען אייערע קינדער'ס מוסדות מאכן אייך אונטער חתמ'נען אז איר שלאפט אלץ מיט א נאכט העמד און נישט אין די אינטערוועש?
איך ווייס אז די היינטיגע פראגן בויגענעס זענען בכלל נישט אזוי עקסטרעם ווי איך לייג עס אראפ, אבער מען גייט אין יענע ריכטונג, און עס איז קלאר א breach of privacy. און ממילא, ווען מען רעדט פון אזעלכע הארבע עטישע ענינים איז די פארשטינקענע $25 בכלל נישט קיין נושא.
.[/justify]

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
הוגה האט געשריבן:איך האב אבער יא א פראבלעם מיט די וואס מאכן אן עסק איבער די $25 וואס מען האט געמוזט באצאלן פארן וועד האישור, ווייל דאס נעמט אוועק קאנצעטראציע פון די עיקר פראבלעם מיט די וועד האישור און די פראגע בויגנס. עס מאכט עס אויסזעהן אז אויב עס וועט אויפשטיין א נדבן אדער אפילו איינער פון די רבנים וואס בעקן די וועד האישור און ער וועט באצאלן פארן וועד האישור כדי זיי זאלן נישט נעמען פון די עולם, דעמאלטס וועט שוין זיין אלעס אקעי. אבער עס איז נישט אזוי....
...ווען מען רעדט פון אזעלכע הארבע עטישע ענינים איז די פארשטינקענע $25 בכלל נישט קיין נושא.
איך בין מחולק מיט דיר אויף דעם פוינט. די תקנות זענען צום בעסטן נאריש און צום ערגסטן גראד רשעות, אבער אז איך זאל דארפן צאלן פאר די רשעות און "breach of privacy" קעגן מיר, דאס איז שוין מדת סדום. בבחינת הב ליה אגרא דשקל לך דמא, און דאס ציעט איבער יעדע גדר פון מענטשליכקייט אפילו לויט זייער מדומה'דיגע לשיטתם אויסגעהאלטענע פראגע בויגן.
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
דאס קומט פאר אזוי ווי איינער וואס איז באראבעוועט געווארן פון אלע זילבער און צירינג פריוואטע בילדער און חפצים און ער מאכט אן עסק אז די גנב איז א רשע ווייל ער האט עס געטון ביינאכט און האט אויפגעוועקט די משפחה. ס׳הייסט אויב די גנב וועט אויפהערן מאכן גניבות ביינאכט נאר בייטאג איז אקעי?
די 25 דאלער איז שלעכט אבער עס נעמט אוועק פאוקעס פון די עיקר talking points.
די 25 דאלער איז שלעכט אבער עס נעמט אוועק פאוקעס פון די עיקר talking points.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- לייבעלע
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 74
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 21, 2012 6:34 pm
- האט שוין געלייקט: 16 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל
ניש אמת, די 25 דולר איז קלאער יא א פרובלעם, ניש יעדער בר נש קענעס אפפארדן, ועולה על כולנא אז זיי מאכען עקספירעישן דעיטס און טשאדזשן 20 דולר מער פאר די עלטערען וואס שיקען שפעט. וויזעניץ מאנסי האט געבעטען פאר א פארשפעטיגטע אפליקעציע 70 דולר. אן עוון פלילי .
לשבחם מיזעך אבער זאגען , פין איין פאל ווייסעך ווי זיי האבען מוחל געוועהן דעים אפצאל פאר א ארעמאן מיט א שטיב מיט קינדערלעך.

- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 765
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל
לייבעלע האט געשריבן:לשבחם מיזעך אבער זאגען , פין איין פאל ווייסעך ווי זיי האבען מוחל געוועהן דעים אפצאל פאר א ארעמאן מיט א שטיב מיט קינדערלעך.
ס'קומט זיך טאקע זיי א קוש אין פיסק'ל פארן אויסערגעווענליכע גענאדע וואס זיי האבן ארויסגעוויזן און מוחל געווען פארן ארעמאן מיט א שטוב מיט קינדער די פינעף און צוואנציג דולער גזילה-געלט, מקען טאקע זען אז די אהבת ישראל וואס די וויזשניצע זיידעס האבן מיט שווייס אין מוה אריינגעפרעגלט אין די חסידים גייט נישט לאיבוד.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
קען זיך נישט צוזאמען נעמען עטליכע נארמאלע אינגעלייט וואס זענען נישט אפיציעלע באמעס און עפענען אייגענע מוסדות? אזא סארט אינדעפענדענט מוסד און זיי זאלן אין זייערע ערשטע אדווערטייזמענט מעלדן אז זיי זענען נישט אונטער דעם א"ג וועד האישור.
פון 50,000 מענטשן קען זיך נישט אזאנס שאפן?!

איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 46
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 6:16 pm
- האט שוין געלייקט: 107 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל
הוגה האט געשריבן:[justify]איך האב אבער יא א פראבלעם מיט די וואס מאכן אן עסק איבער די $25 וואס מען האט געמוזט באצאלן פארן וועד האישור, ווייל דאס נעמט אוועק קאנצעטראציע פון די עיקר פראבלעם מיט די וועד האישור און די פראגע בויגנס. עס מאכט עס אויסזעהן אז אויב עס וועט אויפשטיין א נדבן אדער אפילו איינער פון די רבנים וואס בעקן די וועד האישור און ער וועט באצאלן פארן וועד האישור כדי זיי זאלן נישט נעמען פון די עולם, דעמאלטס וועט שוין זיין אלעס אקעי. אבער עס איז נישט אזוי.
די מוסדות זענען די בעלי בתים אויף די מוסודות און זיי מעגן און קענען טון וואס זיי ווילן ווילאנג עס איז נישט אומלעגאל. די שאלה איז נאר אויב די זאכן וואס זיי טוען איז עטיש און נארמאל. ווען א מוסד גיבט ארויס תקנות, אפילו שטרענגע תקנות קען איך עס פארשטיין. after all מיר אידן זענען שוין געווינט צו די אלע rules פון די תורה. אבער ווען די מוסד הייבט אן אריינצוקריכן צו מיר אין שטוב צו מאכן זיכער אז איך טו די אלע זאכן, דאס איז שוין א געפערליכע breach of privacy. בן זומא האט אביסל אנגערירט די נקודה מיטן שרייבן ציניש'לעך אז די נעקסטע יאר וועט זיין א פראגע בויגן איבער יין נסך און עשיית צרכים לשם בעל פעור. אבער עס גייט ווייטער. ווי ווייט זענען מיר פון מוסדות און רבנים וואס גייען וועלן אריינלייגן קעמעראס אין אונזערע הייזער צו מאכן זיכער אז מיר פירן זיך אויף ווי זיי ווילן? אדער עכ"פ טרעקן אונזערע אנליין אקטיוועטעטן דורך געוויסע פראגראמן.
זאגט מיר, אויב וועט איר נעקסטע יאר באקומען א פראגע בויגן וואס פרעגט אזוי: שאלה א' זענט איר א תלמיד חכם? א פועל? א גמל? אדער א ספן? וויפיל מאל א וואך זענעט איר מקיים עונה? וואלט איר געענטפערט? וואלט איר געענטפערט א פראגע בויגן וואס הייסט אייך אונטערסיינען אז איר גייט נאר מיט רבינו תם'ס און נישט ח"ו מיט די אומווירדיגע ...? וואלט איר טאלערירט ווען אייערע קינדער'ס מוסדות מאכן אייך אונטער חתמ'נען אז איר שלאפט אלץ מיט א נאכט העמד און נישט אין די אינטערוועש?
איך ווייס אז די היינטיגע פראגן בויגענעס זענען בכלל נישט אזוי עקסטרעם ווי איך לייג עס אראפ, אבער מען גייט אין יענע ריכטונג, און עס איז קלאר א breach of privacy. און ממילא, ווען מען רעדט פון אזעלכע הארבע עטישע ענינים איז די פארשטינקענע $25 בכלל נישט קיין נושא.
.[/justify]
[left]Well written. I feel very bad what the parents in Monsey went through this year at re-registration. Although it is to my understanding that whoever really (or not really) needed, wrote sheker, it is heartbreaking that the mosdos forced those people into a situation, that they felt no choice but to lie to them. Some people come to a situation that we can’t say the real truth. It may be in business or friendship, or to a parent or shver. This can use an improvement in our circles. But when it comes to the chinuch we need to keep an integrity. When this matzav arises, that parents aren’t or can’t be honest with mosdos hachinuch of our children, it is a BREACH OF OUR CHINUCH STANDARD, and this should be a big concern. It concerns me more, that this may be an epidemia to other frum kehilos, like BP, Williamsburg, Lakewood etc
We should start thinking of different ways of how we can survive this crisis. May we all be zoche to have lots of nachas, and a good year[/left]
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
זר זהב האט געשריבן:ווער איז שולדיג? דער וואס לאזט זיך. די מאנסיע איינוואוינער זענען וויזעלס. וואלט איך געוואוינט אין מאנסי וואלט איך נישט אריינגעשיקט 25 דאלער, און אפילו נישט איין ניקל. און זאלן מיינע קינדער זיצן אינדערהיים.
סיז נישט א קינץ צו שרייבען דא אזוי. לאז מיך וויסן ווען מע האט ארויס געווארפען דיינע קינדער. איך וועל דיך גיין העלפען..
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com