בלאט 1 פון 1

מדינת ישראל, היסטאריע און הלכה

נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2012 10:10 pm
דורך ידען
עס קומט שוין דער טאג ה׳ אייר וואס די ציונים האבן איינגענומען און איבערגענומען די מדינה פון די אראבער (ענגלענדער?) און זיי זענען געווארן ווי א מדינה אין אלע מדינות.

ביי אנזער קרייז האט מען געלערנט אז א מדינה פאר משיח איז נישט מעגליך על פי תורהווייל אונז ווארטן אויף משיח זאל אונז אויסלייזן און זיכער איז די מדינה ווי עס ווערט געפירט היינט אקעגן די רצון פון באשעפער.

איך בין אבער נייגעריג צו הערן וועגן די היסטאריע פון די מדינה בכלל נאך פון פאר די ציונים האבן זיך אויף דעם ארויפגעלייגט און אויך צו הערן וואס די שיטות וועגן וויזוי זיך צו פירן מיט די מדינה וואס איז שוין ליידער א פאקט.

Re: מדינת ישראל, היסטאריע און הלכה

נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2012 10:30 pm
דורך קול גדול
ידען האט געשריבן:עס קומט שוין דער טאג ה׳ אייר וואס די ציונים האבן איינגענומען און איבערגענומען די מדינה פון די אראבער (ענגלענדער?) און זיי זענען געווארן ווי א מדינה אין אלע מדינות.

ביי אנזער קרייז האט מען געלערנט אז א מדינה פאר משיח איז נישט מעגליך על פי תורהווייל אונז ווארטן אויף משיח זאל אונז אויסלייזן און זיכער איז די מדינה ווי עס ווערט געפירט היינט אקעגן די רצון פון באשעפער.

זעסט דאך אז ס'איז מעגליך, ס'שטייט שוין מיט שטאלץ פאר פיר און זעכציג יאר.
ידען האט געשריבן:איך בין אבער נייגעריג צו הערן וועגן די היסטאריע פון די מדינה בכלל נאך פון פאר די ציונים האבן זיך אויף דעם ארויפגעלייגט און אויך צו הערן וואס די שיטות וועגן וויזוי זיך צו פירן מיט די מדינה וואס איז שוין ליידער א פאקט.


פארוואס ליידער? אפילו די אנטי ציונים דארפן זיך פרייען אז ס'איז דא א לאנד ווי מ'קען אנטלויפן אהין על כל צרה שלא תבוא, אזויווי דער סאטמארער רבי האט טאקע געטון.

Re: מדינת ישראל, היסטאריע און הלכה

נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2012 10:34 pm
דורך קול גדול
גדולי הדור חרדים וואס האבן געפייערט דעם יום העצמאות:
http://rotter.name/kolot/prime/16436.shtml

Re: מדינת ישראל, היסטאריע און הלכה

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 3:10 am
דורך טעלעפאן
קול גדול האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:איך בין אבער נייגעריג צו הערן וועגן די היסטאריע פון די מדינה בכלל נאך פון פאר די ציונים האבן זיך אויף דעם ארויפגעלייגט און אויך צו הערן וואס די שיטות וועגן וויזוי זיך צו פירן מיט די מדינה וואס איז שוין ליידער א פאקט.


פארוואס ליידער? אפילו די אנטי ציונים דארפן זיך פרייען אז ס'איז דא א לאנד ווי מ'קען אנטלויפן אהין על כל צרה שלא תבוא, אזויווי דער סאטמארער רבי האט טאקע געטון.


ווען איז דער סאטמארער רבי אנטלאפן קיין א״י?

Re: מדינת ישראל, היסטאריע און הלכה

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 8:32 am
דורך nescafe
דאס יאר ווערט דאס געפייערט דאנערשטאג, צוליב קדושת השבת

Re: מדינת ישראל, היסטאריע און הלכה

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 8:53 am
דורך יידל
קול גדול האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:עס קומט שוין דער טאג ה׳ אייר וואס די ציונים האבן איינגענומען און איבערגענומען די מדינה פון די אראבער (ענגלענדער?) און זיי זענען געווארן ווי א מדינה אין אלע מדינות.

ביי אנזער קרייז האט מען געלערנט אז א מדינה פאר משיח איז נישט מעגליך על פי תורהווייל אונז ווארטן אויף משיח זאל אונז אויסלייזן און זיכער איז די מדינה ווי עס ווערט געפירט היינט אקעגן די רצון פון באשעפער.

זעסט דאך אז ס'איז מעגליך, ס'שטייט שוין מיט שטאלץ פאר פיר און זעכציג יאר.

ידען האט געשריבן על פי תורה. דאס איז נישט מעגליך.

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 10:05 am
דורך פינטאו
קול גדול האט געשריבן:פארוואס ליידער? אפילו די אנטי ציונים דארפן זיך פרייען אז ס'איז דא א לאנד ווי מ'קען אנטלויפן אהין על כל צרה שלא תבוא, אזויווי דער סאטמארער רבי האט טאקע געטון.

הא הא הא. זאג נאר, אויף וועלכן פלאנעט לעבסטו?

Re: מדינת ישראל, היסטאריע און הלכה

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 6:18 pm
דורך קול גדול
טעלעפאן האט געשריבן:
קול גדול האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:איך בין אבער נייגעריג צו הערן וועגן די היסטאריע פון די מדינה בכלל נאך פון פאר די ציונים האבן זיך אויף דעם ארויפגעלייגט און אויך צו הערן וואס די שיטות וועגן וויזוי זיך צו פירן מיט די מדינה וואס איז שוין ליידער א פאקט.


פארוואס ליידער? אפילו די אנטי ציונים דארפן זיך פרייען אז ס'איז דא א לאנד ווי מ'קען אנטלויפן אהין על כל צרה שלא תבוא, אזויווי דער סאטמארער רבי האט טאקע געטון.


ווען איז דער סאטמארער רבי אנטלאפן קיין א״י?

ער איז אנטלאפן מיט די הילף פון די ציונים בשעת דעם האלאקאוסט.

Re: מדינת ישראל, היסטאריע און הלכה

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 6:20 pm
דורך קול גדול
יידל האט געשריבן:
קול גדול האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:עס קומט שוין דער טאג ה׳ אייר וואס די ציונים האבן איינגענומען און איבערגענומען די מדינה פון די אראבער (ענגלענדער?) און זיי זענען געווארן ווי א מדינה אין אלע מדינות.

ביי אנזער קרייז האט מען געלערנט אז א מדינה פאר משיח איז נישט מעגליך על פי תורהווייל אונז ווארטן אויף משיח זאל אונז אויסלייזן און זיכער איז די מדינה ווי עס ווערט געפירט היינט אקעגן די רצון פון באשעפער.

זעסט דאך אז ס'איז מעגליך, ס'שטייט שוין מיט שטאלץ פאר פיר און זעכציג יאר.

ידען האט געשריבן על פי תורה. דאס איז נישט מעגליך.

מהיכי תיתי? רוב ארטאדאקסישע אידן האלטן אז ס'איז יא מעגליך על פי תורה.

Re: מדינת ישראל, היסטאריע און הלכה

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 6:25 pm
דורך לאדיך אפ
ידען האט געשריבן:ביי אנזער קרייז האט מען געלערנט אז א מדינה פאר משיח איז נישט מעגליך על פי תורה

קול גדול האט געשריבן:זעסט דאך אז ס'איז מעגליך, ס'שטייט שוין מיט שטאלץ פאר פיר און זעכציג יאר.

יידל האט געשריבן:ידען האט געשריבן על פי תורה. דאס איז נישט מעגליך.

מהיכי תיתי? רוב ארטאדאקסישע אידן האלטן אז ס'איז יא מעגליך על פי תורה.[/quote]
זיי מחליט וואס איז דיין קשיא און דאן וועט מען דיך קענען ענטפערן. ידען האט געזאגט "ביי אונזער קרייז".

Re:

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 6:26 pm
דורך קול גדול
פינטאו האט געשריבן:
קול גדול האט געשריבן:פארוואס ליידער? אפילו די אנטי ציונים דארפן זיך פרייען אז ס'איז דא א לאנד ווי מ'קען אנטלויפן אהין על כל צרה שלא תבוא, אזויווי דער סאטמארער רבי האט טאקע געטון.

הא הא הא. זאג נאר, אויף וועלכן פלאנעט לעבסטו?

אויף די זעלבע פלאנעט וועלכע די אידן וואס זענען געפירט געווארן צו די גאז קאמערן האבן זיך געוואונטשן אז זיי וואלטן אנטלאפן באצייטענס.
אזויווי ס'שטייט שוין אין נביאים ובהר ציון תהיה פליטה, בפרט אז מ'האט אן ארמיי און מ'גייט נישט מער גיין ווי שאף צו די שחיטה.

Re: מדינת ישראל, היסטאריע און הלכה

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 8:20 pm
דורך שרגא
אך, איר פארשטייט נישט. קוקט דא דעם קלארן ביאור, וועלן אלע פראגעס אויטאמאטיש אוועקפאלן:

Re: מדינת ישראל, היסטאריע און הלכה

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 8:22 pm
דורך שרגא
און פארגעסט נישט: עס איז א תענית מוקדם באשטימט אויף דאנערשטאג. לייגט זיך גענוג פרי היינט צו קענען אויפשטיין פארטאגס עפעס טועם זיין (לשיטת המתירים).

Re: מדינת ישראל, היסטאריע און הלכה

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 8:27 pm
דורך ידען
איך האב טאקע געשריבן ״ביי אונזער קרייז״, אבער פאר אינטערסאנקייט וויל איך אויך הערן וועם לאדיך אפ מיינט מיט ״רוב ארטאדאקסישע אידן״ האלטן אז סע יא מעגליך.

Btw הלל זאגט מען מארגן, וואס טוהט זיך מיט יעלה ויבוא?

Re:

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 8:30 pm
דורך שרייבער
פינטאו האט געשריבן:
קול גדול האט געשריבן:פארוואס ליידער? אפילו די אנטי ציונים דארפן זיך פרייען אז ס'איז דא א לאנד ווי מ'קען אנטלויפן אהין על כל צרה שלא תבוא, אזויווי דער סאטמארער רבי האט טאקע געטון.

הא הא הא. זאג נאר, אויף וועלכן פלאנעט לעבסטו?

דער סאטמארער רבי איז געראטעוועט געווארן אין די שווייץ, ווען ער איז געפארן קיין א"י איז שוין לאנג געווען נאך די מלחמה, און ס'איז נאך געווען בעפאר די מדינה, אונטער די ענגלישע אדער אראבישע ממשלה, ס'איז פונקט ווי ער איז געפארן קיין ענגלאנד אדער מצרים, און נאך די הקמת המדינה האט ער טאקע מער נישט געוואלט וואוינען דארט

Re: מדינת ישראל, היסטאריע און הלכה

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 8:35 pm
דורך nescafe
י

Re: מדינת ישראל, היסטאריע און הלכה

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 3:56 pm
דורך מנשה לוסטיג
כלל ישראל פייערט דעם יום הצלה וואס מ'איז געראטעוועט געווארן פון גאז קאמערן. צו מ'פרייד זיך אז ס'דא א מדינה? יא! צו מ'איז צעפרידן אז עס ווערט געפירט דורך פורקי עול? ניין עס טוהט וויי, אבער פארפאלן, אראבער זענען אונזערע שונאים, און מ'קען נישט אוועקווארפן אלעס צוליב אז עס איז פארפוילט א חלק.
און אגב, די ענין פון מאכן א מלוכה אין גלות, האט סאטמאר פונקט אזוי געטון, און געראבעוועט און געטראסקעט וועם זיי האבן געוואלט אין גוטן נאמען פון דער ויואל משה, 'איך האלט נישט אז ס'איז אזוי ראנג, אבער די חלק איז סתם היפעקריטיש.
יעדע איינע פון די גדולים וואס האבן געהאלטן אנדערש פון סאטמאר, זענען געווען ראוי צו ווערן גערופן רשכבה''ג, אין פאקט איז די מדינה חי וקים, און כלל ישראל איז היבש העפי!

Re: מדינת ישראל, היסטאריע און הלכה

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 3:59 pm
דורך יואליש
קול גדול האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:עס קומט שוין דער טאג ה׳ אייר וואס די ציונים האבן איינגענומען און איבערגענומען די מדינה פון די אראבער (ענגלענדער?) און זיי זענען געווארן ווי א מדינה אין אלע מדינות.

ביי אנזער קרייז האט מען געלערנט אז א מדינה פאר משיח איז נישט מעגליך על פי תורהווייל אונז ווארטן אויף משיח זאל אונז אויסלייזן און זיכער איז די מדינה ווי עס ווערט געפירט היינט אקעגן די רצון פון באשעפער.

זעסט דאך אז ס'איז מעגליך, ס'שטייט שוין מיט שטאלץ פאר פיר און זעכציג יאר.


כל מילתא דאמר רחמנא לא תעביד אי עביד לא מהני. כל מה דעביד רחמנא לטב עביד. היכן יתקיימו שניהם? אלא הא לן (אונזער קרייז) והא להו (יענע קרייזן). וירא שמים יוצא ידי שניהם.

Re: מדינת ישראל, היסטאריע און הלכה

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 4:26 pm
דורך מנשה לוסטיג

Re: מדינת ישראל, היסטאריע און הלכה

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 7:49 pm
דורך אורח
ס'דערמאנט מיר יעצט נאך די טערער אטאקע אין פראנקרייך האט איינע פון די ציוניסטישע אגענטורען געריפען צו אידן אין פראנקרייך זיי זאלן מאכען אן עלייה כדי זיי זאלן נישט זיין אויסגעשטעלט צו די רדיפות, נישטא ווער ס'זאל לאכען

Re: מדינת ישראל, היסטאריע און הלכה

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 10:12 am
דורך שרגא
מנשה לוסטיג האט געשריבן:יעדע איינע פון די גדולים וואס האבן געהאלטן אנדערש פון סאטמאר, זענען געווען ראוי צו ווערן גערופן רשכבה''ג, אין פאקט איז די מדינה חי וקים, און כלל ישראל איז היבש העפי!

Re: מדינת ישראל, היסטאריע און הלכה

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 3:32 pm
דורך מנשה לוסטיג
סאטמאר איז... און די מדינה שטייט