בלאט 1 פון 1

פארט הוד שיסער 'נידאל האסאן' פאראורטיילט צום טויט

נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 3:33 pm
דורך שעפטל
נידאל מאליק האסאן איז פאראורטיילט געווארן צו טויט שטראף פארן הרגענען 13 מענטשן און פארוואונדערן 32 אנדערע אין א 2009 שיסעריי אין פארט הוד, טעקסעס מיליטערישע באזע, די ערגסטע מאסן מארד אין א מיליטערישע באזע אין די יו. עס. געשיכטע.

אנגעטאן אין מיליטערישע קליידונג האט האסאן, (ווערט דעם חודש 43) אויסגעהערט ווי די טויט שטראף ווערט אנאנסירט נאכדעם וואס א דזשורי פון 13 עלטערע מיליטערישע הויפטלייט האבן אזוי באשלאסן.
ווען די דזשורי וואלטן נישט געווען פאראייניגט וואלט ער באקומען לעבנלענגליכע טורמע.

ס'האט געדויערט פאר די דזשורי אביסל מער ווי צוויי שעה צו באשליסן זייער פאראייניגטע באשלוס.

ער גערופן נישט גערופן קיין עדות, אראפגעווארפן א לעצטע געלעגנהייט צו רעדן מיטוואך.

Fort_Hood_Shooting-0a679.jpg
Fort_Hood_Shooting-0a679.jpg (53.41 KiB) געזען געווארן 878 מאל

נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 3:41 pm
דורך אבי גערעדט
וואס זענען געווען זיינע מאטיווען?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 3:48 pm
דורך שעפטל
האסאן, אן אמעריקאנער געבוירענער, האט געאימעילט מיט גרויסע אל-קיידע חברה, פרעגענדיג צו אטאקירן סאלדאטן הייסט מארטירערס

נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 3:50 pm
דורך אבי גערעדט
דאן זאל ער קריגן 2 מאל טויט שטראף

נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 3:51 pm
דורך שעפטל
זייער שווער צו געבן, אבער כ'מיין זאלסט עס ארויפברענגן מיט א פאטיציע צום ווייסע הויז..

נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 4:31 pm
דורך שמעקעדיג
אז מען קען געבן 150 יאר תפיסה פאר א 75 יעריגן גנב, קען מען געבן 50 מאל טויט שטראף אויכעט. עניוועיס איז עס נאר א "סימבאלישע" שטראף.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 7:47 pm
דורך זר זהב
שעפטל האט געשריבן:האסאן, אן אמעריקאנער געבוירענער, האט געאימעילט מיט גרויסע אל-קיידע חברה, פרעגענדיג צו אטאקירן סאלדאטן הייסט מארטירערס

איינע פון זיינע פרעדיגער איז געווען אל מאליקי פון תימן, ער איז שוין אויך אין העלל

נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 7:49 pm
דורך לעמיל
דאס מיינט אז ער וועט לעבן נאך א גוטע 20 יאר מיט אלע אפיעלס

נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 9:34 pm
דורך נצבד
דאכט זיך אז ביי א מיליטערישע געריכט,קען מען נישט ארומשפילען פאר צו לאנג מיט אפיעלס אדער טעכנישע קרעפ.

דאס איז זיכער אז ביי א מיליטערישע געריכט פארלירט דער אנגעקלאגטער זייער אסאך רעכטען וואס א געווענליכער אמעריקאנער (וויפיל רעכטען עס איז נאך געבליבען...)האט

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:25 am
דורך שמעקעדיג
עס איז בלויז א מעלה, זיצן אין א מאקסימום סעקיוריטי תפיסה, אדער גאר אין סאליטערי קאנפיינמענט פאר 20 יאר ווארטנדיג אויפן טויט, איז גאר א פיינפולע לאנגזאמער טויט. כן יאבדו.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:28 am
דורך מאטי
אבי גערעדט האט געשריבן:דאן זאל ער קריגן 2 מאל טויט שטראף

פארט נישט געווען א מאלעסטער

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 2:44 am
דורך טעפל
אבי גערעדט האט געשריבן:וואס זענען געווען זיינע מאטיווען?

וויאזוי איז פלוצלינג משוגא געווארען?