בלאט 1 פון 1

עס וויל זיך מיר...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 10:48 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
עס וויל זיך מיר זינגן א ניגון פין אלע גלידער,
און פון טיפן הארצן:

א ניגון וואס אירע נאטן קען מען מיט קיין שטימע נישט זינגען,
און מיט קיין אויער נישט הערן.

א ניגון וואס איר ריטם איז רוישיגער ווי כוואליעס,
און שטורעמישער ווי ווינטן.

א ניגון וואס אירע טענער זענן שטערקער ווי הוריקענס,
און קרעפטיגער ווי צונאמיס.

א ניגון וואס איר געוועב ווייסט נישט פון קיין סטרוקטער,
און איז א פיינט פאר הארמאניע.

א ניגון וואס איר געפיל קען מען נישט מגדיר זיין,
און איר הרגשה נישט באשיידן .

אבער, איך שפיר,
ווי עס וויל זיך פון מיר ארויסרייסן,
ווי א מעכטיגער דינער .

עס וויל זיך פון מיר ארויסשלאגן
ווי א לעכטיגער בליץ.

אפשר גאר איז עס נישט קיין געזאנג, נאר א קלאג, אפשר איז עס נישט קיין קלאג נאר א געשריי, אדער אפשר איז עס א געזאנג א קלאג א געשריי אלעס אינאיינעם...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:31 pm
דורך קאווע טרינקער
איך קען דעם ניגון....
ס'גייט אויף די ווערטער "משוגענער, וואס זיך איך דא..."

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 2:40 am
דורך טעפל
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך קען דעם ניגון....
ס'גייט אויף די ווערטער "משוגענער, וואס זיך איך דא..."

וויאזוי גייט די ניגון?

Re: עס וויל זיך מיר...

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2020 4:37 pm
דורך מי אני
לאור האמור כאן לגבי שילוש ביי געזאנג עפ״י משנתו של ראזענצווייג, אויב טייטשט מען אז:

געשריי = בריאה [עמודי שמים ירופפו יתמהו מגערתו (איוב כו יא)].

קלאג = נבואה, דהיינו די רילעישענשיפ צווישן ג-ט און מענטש [וואס אין דעם איז דא דער יצה״ר אשר עליו אמר הקב״ה כביכול ״ואשר הרעותי״ (סוכה נב:)].

געזאנג = גאולה.

קען מען דא לכאורה דאס אויך נוצן. דהיינו, אז דאס צאמשטעל פון אלע דריי צוזאמען איז דאס צאמשטעל פון די דריי רילעישענשיפס, וואס קומען דאך ארויס פון דעם זעלבן פילאזאפישן ״גארנישט״ פון וואו אַרט [געזאנג, פאעזיע וכו׳] קומען.