בלאט 1 פון 1
געלערנטע וואס זענען אויסגעשטיגן פון געוועזענע היימישע שטובער
נשלח: פרייטאג אוגוסט 30, 2013 11:30 am
דורך וועפערייזער
דער אשכול בין איך מייחד פאר גרויסע לייט וואס זענען ארגינעל געקומען פון פרומע אידישע שטובער, און זענען שפעטער אויסגעוואקסן ריזיג אין די אלגעמיינע וועלט. בעיקר אין די תחומים פון חכמה. דענקער, הומאניסטן און אזוי ווייטער.
אין פיליזאפיע ליטעראטור, ארט, אדער סייענס וכדומה. אין יעדן פעלד פון טאלאנט.
Spinoza (1).jpg
1) קודם ראש וראשון. מ'האט שוין אמאל גערעדט פון איהם
ברוך שפינוזה, פון האלאנד. איבערגעלאזט די ישיבה פון מנשה בן ישראל, ביי די 18 און אויסגעוואקסן פון די גרעסטע פיליזאפן, אזש אליין אויסגעטרויטן א נייע וועג אנצוקוקן דער מושג פון גלויבן אין גאט.
2)
יהושע הלורקי, געלעבט אין 15 הונדערט. שפאניע, געווען א תלמיד פון
ר' שלמה הלוי מבורגוס (וואס האט זיך אויך געשמד'ט בעפאר אים) און נאכ'ן שרייבן זיך בריוו מיט איהם ווי ער טרייט איהם איבערצוצייגן צוריקצוקומען, האט ער זיך אויך געשמד'ט און ער איז אויסגעוואקסן שפעטער די פריוואטע דאקטער פון פויפסט בענדיקטוס דער 13'טער. ער האט אויך געפירט שפעטער גרויסע וויכוחים מיט די אידישע גדולים. רבי שלמה אבן ווירגה ברענגט אים אראפ. ער האט נאך זייענדיג פרום געשריבן ביכער אויף היילבארע געוואוקסן,
Hayyim_Nahman_Bialik_1923.jpg
3)
ביאליק, געלערנט אין וואלאזשינע ישיבה, און שפעטער געווארן פון די משכילישע קליקע, און נאכדעם זיך געצויגן קיין אדעסע. ער איז אויסגעוואקסן א ריזן מומחה אין כתיבה און אינספירירט אסאך נאך איהם.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 30, 2013 11:33 am
דורך [NAMELESS]
זייער שיין, אבער יכלה הזמן והם לא יכלו עס זענען דא הונדערטער. אלע באוואוסטע אידישע חכמים זענען ארגינעל געווען פרום, אמאל איז רוב מנין ורוב בנין געווען מקושר צו די קאמייוניטי, פרום האט געהאט אן אנדער באדייט בכלל.
חכמי ספרד ווי דער אבן עזרא, רלב"ג, רבי משה זכות,
צענדליגער חכמי איטאליע, און רוב משכילים, זענען געועון פרום מבטן ולידה.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 30, 2013 11:36 am
דורך וועפערייזער
יענע פרום מיין איך.
יעדער איינער פון זיי, פארדינט זיך איינס צוויי שורות לכה"פ. מ'זאל אביסל פארשטיין זיין אנפאנג און סוף, ווען ער האט געלעבט, און וואס ער איז אויסגעשטיגן. א.א.וו
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 9:15 am
דורך וועפערייזער
Weizmann_1948.jpg
פרופ'
חיים ווייצמאן, געבוירן אין רוסלאנד, 1874 צו חסידישע טאטע מאמע, סטאלינע חסידים. צו א פאמילע פון 12 קינדער. ער האט געלערנט אינגערהייט אין פינסק.
אין 1892 איז ער געפארן שטודירן כעמיע קיין דייטשלאנד. דערנאך קיין שווייץ וואו ער האט געהאט א פאסטן. חתונה געהאט מיט א מיידל וואס האט געלערנט דאקטעריי
ער'יז שפעטער געפארן קיין מאנצעסטער וואו ער האט באקומען א דזשאב אין א יוניווערסעטי, צעביסלעך איז ער געשטיגן אין די ציוניסטישע רייען, זיך באטייליגט ביי כמעט אלע קאנגרעסן, ער איז שפעטער געפארן קיין א"י עטליכע מאל. ער האט אהן א צאל בייגעשטייערט פאר'ן די תושבים אין לאנד, אין כמה תחומים. ספעציעל די עברית'ישע אוניווערסיטי.
ביז אין 1949 איז ער ערוועלט געווארן פאר די
ערשטע פרעזידענט אין מדינת ישראל.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 3:11 pm
דורך וועפערייזער
ראבערט סאפולסקי, געבוירן 1975. אמעריקאנע ניוראנדאקרינלוגיסט, פראפעסאר, אין בילאגיע, נוראסייענס, ניראסערדזערי, אין סטענפארד יוניווערסעטי, פארשער און מחבר.
ער איז געבוירן אין ברוקלין, צו רוסישע אימיגראנטן. אויפגעצויגן געווארן אן ארטדאקסישע פרומע איד, אלץ געחלומ'ט פון לערנען איבער חיות. ביי די 12 יאר האט ער שוין געשריבן צו פריימאטאלאגי פראפעסארן. ער גיט זיך אן אלץ אטעאיסט. ער האט אמאל ביי א רעדע פארציילט ווי ביז די 13 יאר בערך איז ער ערצויגן געווארן גאר פרום און דאן מיטאמאל האט ער זיך גענצליך אפגעהאקט מיט זיין רעליגעיזע עבר. ער האט דאס באצייכנט ווי איינע פון די באדייטפולסטע שריטן אין זיין לעבן.
ביי די 21 האט ער באקומען זיין BA אין אנטראפאלאגי פון הארווארד. דאן איזער געפארן קיין קעניע וואוינען אין די ווילדענישן; נאכדעם צוריק קיין אמעריקע, וואו ער שטודירט אין ראקפעלער יוניווערסיטי און באקומען זיין PhD אין ניוראנדאקרינאלוגי.
אין זיינע רעדעס טענה'ט ער אז רעליגיע ווערט דיאגנאזירט פאר א סארט סקיצאפרעניק דיסארדער.
(ער האט א זיסע שפראך געפלאכט מיט הומאר. ס'לוינט זיך אים צוהערן)
כ'וועל ביי דעם געלעגנהייט שרייבן א ווערטל וואס כ'האב געהערט פון אים.
מארשענט'ס זענען אראפגעקומען פון א אנדער פלאנעט באזוכן ערד, זיי האבן זיך באפריינדעט מיט די ערדלינגס און זיך אויסגעטוישט לעבנס שטייגער, פירונגען און ערפארונגען. נאכ'ן ווערן נאנט, איז געקומען ענדליך די געשמאקסטע פראגע. "וויאזוי מאכט איר די וויזויהייסטעס?" וויאזוי זענט שורש פורה? פיין! קיין פראבלעם. קומט וועלן מיר זיך ווייזן איינער דעם צווייטן.
מ'האט ליידיג געמאכט א גרויסע שטח. די מארשענט'ס אינמיטן, די ערדלינגס א קרייז ארום. די עליענס טאנצן ארויף איינער אויפ'ן צוייטן, זיי מאכן א קאדאטשקע, קאלירטע לעקטערלעך בלינצלען, טרומפייטער'ס שאלן, מ'כאפט ווידיאו קליפס. און פאַפ... די קליינע ניי געבוירן בעיבי מארטשענט, פּאָפּקערט ארויס מתוך המחנה.
יעצט איז די רייע פאר די היומענ'ס צו באווייזן נפלאות הבורא.
קומט ארויס צוגיין א ארימע קאפל, א מאן און פרוי, ודבק איש באחותו, הויבן אן ארבעטן שווער, און ביז אפאר מינוט, איז די זאך פארריבער. די עליענס קוקן ערשטוינט, און הייבן אויגן ברעמען... וואס איז דאס? פרעגן זיי. וואו איז די בעיבי??
אהה.. די קינד?.. דאס נעמט נאך א 9 מאנאטן, האבן די ערדלינגס געענטפערט.
די מארשענט'ס קוקן פארוואונדערט איינער אויפ'ן צווייטן און פרעגן אויפאמאל:
"אויב אזוי, וואו האט איר זיך אזוי געיאגט?"
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 3:30 pm
דורך עסקן בדברים
חיים סוֹמפּוֹלינסקי
Haim Sompolinsky
נולד ב-1949
פרופ' חיים סוֹמפּוֹלינסקי (Haim Sompolinsky; נולד ב-1949) הוא פיזיקאי וחוקר מדעי המוח המתמחה ברשתות נוירונים. הוא כיהן כראש המרכז לחישוביות עצבית שבמרכז אדמונד ולילי ספרא למדעי המוח באוניברסיטה העברית בירושלים, וכיום במכון רקח לפיזיקה באוניברסיטה.
סומפולינסקי נולד למשפחה יוצאת דנמרק. למד בישיבת היישוב החדש בתל אביב ובישיבת פוניבז'. לאחר מכן למד פיזיקה באוניברסיטת בר-אילן, עד לסיום הדוקטורט ב-1980. בשנים 1980-1982 עבד על פוסט-דוקטורט באוניברסיטת הרווארד. בשנת 1987 התמנה כפרופסור.
כיום סומפולינסקי הוא חוקר במכון רקח לפיזיקה, חבר בהנהלת המרכז למדעי המוח ועומד בראש תוכנית שוורץ לחקר המדעים והמוח באוניברסיטת הרווארד. הוא חבר של כבוד באקדמיה האמריקאית לאמנויות ולמדעים. הוא זוכה "פרס לנדאו" למדעי המוח לשנת 2007, וכן "פרס שוורץ" למדעי מוח תאורטיים וחישוביים לשנת 2011, עבור "מחקריו החלוציים בפיתוח מודלים מתמטיים ומסגרת תאורטית להבנה של תהליכים ברשתות נוירונים". בשנת 2010 דורג כאחד מ-100 האנשים המשפיעים בישראל.
סומפולינסקי גורס כי מחֵקר מדעי המוח עולה שאין בחירה חופשית, וכי החלטות של בני-אדם מתקבלות באופן דטרמיניסטי.
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%97%D7% ... 7%A7%D7%99
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 3:32 pm
דורך וועפערייזער
נעה, דאס קען איך אויך.
כאטש אפאר ווערטער אידיש פארגינסטו מיר נישט?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 4:54 pm
דורך עסקן בדברים
I'm sorry, it takes me too long to type in yiddish
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 7:50 pm
דורך דעת תורה
סימפולינסקי איז נאך א פרומער איד היינט?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 9:11 pm
דורך מנשה לוסטיג
כ'האב ארויסגעפרינט די זעקס הונדערט בלעטער פון 'מיין לעבן' פון זאנוועל קווארטין, אויך א זון פון א טשערנאבליר חסידישער חסיד. און שיין אויסגעשטיגן אלץ וועלטס חזן ווי ער שילדערט באריכות.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 11:07 pm
דורך I'm back
מנשה לוסטיג האט געשריבן:כ'האב ארויסגעפרינט די זעקס הונדערט בלעטער פון 'מיין לעבן' פון זאנוועל קווארטין, אויך א זון פון א טשערנאבליר חסידישער חסיד. און שיין אויסגעשטיגן אלץ וועלטס חזן ווי ער שילדערט באריכות.
ווי האסטו געקויפט די פאפיר?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 9:56 am
דורך עסקן בדברים
דעת תורה האט געשריבן:סימפולינסקי איז נאך א פרומער איד היינט?
יא
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 12:54 am
דורך מנשה לוסטיג
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7% ... 7%99%D7%A9דא איז די פלאץ ווי די טויזענטע ביכער זענען געהאלטן, אינעם שפילבערג יידישע ארכיווען, און כ'וואלט זייער געוואלט דארט באזוכן איין טאג.
אסאך יודיש געלערנטע האבן דארט א אפדענק
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 11:24 am
דורך יאיר
מנשה לוסטיג איז אויפגעוואקסן אין א היימישע שטוב, זיין רבי האט אים אפילו געשלאגן, כמבואר באריכות, און ער איז אויסגעשטיגן אלס דער וועלטס גרעסטער קאמידיען אין דער היימישער אידיש.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 11:53 am
דורך וועפערייזער
אפשר קומט עס אונטערן קעפל "א ליצנות אויסגעוואקסן פון א היימישער שטוב"