בלאט 1 פון 1

והשיבנו סלחתי, אדער ס'לאכסטו?

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 31, 2013 10:50 pm
דורך טאמבל סאס
איך גיי צו סליחות מוצאי שבת פריש
מיט מיין חבר אינאיינעם מ'שטעלט זיך ביי א טיש
א געשטאפטע שוהל'כל פון די טשולנט שמעקט
דערנעבן זיצט א אידל און דרימלט, ער האטצעך קענטיג שווער דערוועקט

זיידעס אינגעלייט, בחורים קינד און קייט
שטערן טיכלאך מאמעס, צעפלאך ביי דער זייט
א צעלעכערטע מחיצה צעשיידט מיר פון די ווייבער
ווייסע קעפ זיך שאקלען, איך פרוביר דורכזען א אבר

די טישן נאך באדעקט מיטן ווייסן פלאסטיק
שלעכטע מחשבות, אין מח באמבלען האסטיג
עס ווילט זיך מיר דעם טישטאך אויפדעקן א רגע
אפשר אזוי פארטרייבן די געדאנקען זיי מיטשען ווי א פגע

חטאנו יוצרינו, פארוואס שטעלסטו אונטער אזוי פיהל
דו שיקסט מיר די מחשבות איבעראל, אפילו אין שוהל
אויב לאזטו אזוי ווייניג, קומען זיי אין קאפ נאכאנאד
ווידעראום, איכה היתה כזונה, ביסטו אבער נישט אינטרעסאנט

די שולכל ביסלעכווייז אנגעפאקט זי ווערט
אלע סארטן רעקלאך, היטן צעקוועטשטע, און לאנגע בערד
רוקט זיך אריין א קניידל ער האלט ביים צווייטן חלום
א דריטער טוט א טובה, באלד זאגט ער עושה שלום

א פיפטער גלייכט אשמנו, ער קלאפט זיך אויפ'ן בויך
עס פריידט אים ביידע זייטן, זיינע דיכטלאך אויך
עשה און מי שענה ער ליבט זי דאך אזוי
ציילט עס כמין חומר, צעזינגט זיך מיט האניג'ס רחם אוי.

מיין חבר איך מיט אים האבן ערנסט באשטימט
מ'קומט אהין נאר דארט, ווייל נאך חצות מ'ברומט.
אזוי מיר קענען תיכף, אנרירן דער קושן
דעם מארגענדיגן זונטאג ס'וועט אונז נישט צעמישן

דער בעל תפילה אייגעבויגן, א טלית א ברוינליכער
א שטימע דממה דקה ציטערט גאר אומזיכער
גארגלט זיך א וויילע, א מינוט'קעלע ער ציהט
אבער ער פארלירט עס, א טאן ארויף אראפ, ער פליהט

מיין חבר שיסט א קייקל, ער קוילערט אינעם בעקיש
איך פאלג אים נאך א גאנג, כ'דארף נישט פיהלן לעקיש
דער חזן טאקע זייגט, פארט ברויך א רבי ס'ברעטל
און ווען ער שרייט ושם נאמר לאכט דאס גאנצע שטעטל

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 31, 2013 10:54 pm
דורך רויטע וואנצעס
:like געוואלדיג!