בלאט 1 פון 1

נייע אינטערסאנטע אויסדרוקן (חידושים)

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 3:19 pm
דורך שמואל הלוי
אין די אידישע שפראך איז דא אסאך אינטערסאנטע אויסדרוקן, ווי צב"ש אויף איינעם וואס רעדט אסאך: "ער האט א פיסק אויף שרויפן", ער רעדט ווי א באבע", "מאלענט וואסער", ואולי קען מען גרינדן א באזונדערע אשכול אויף די אלע סארט אויסדרוקן, אבער דער דאזיגער אשכול וועט זיין געווידמעט פאר חידושים אין אינטערסאנטע אויסדרוקן.

איך וועל זיין דער מתחיל:
לעצטענס האב איך געהערט א חידוש פון א אויסדרוק אויף איינעם וואס האט א גרויסע בארד "ער האט א גרויסע ברייטע משה רבינו בארד". און אויף איינעם מיט א קליין בערדל "ער האט א קליינטשיג מים אחרונים בערדל".

Re: נייע אינטערסאנטע אויסדרוקן (חידושים)

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 3:31 pm
דורך שמעקעדיג
אפשר קען דיר דאס זיין אינטערעסאנט...

Re: נייע אינטערסאנטע אויסדרוקן (חידושים)

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 3:38 pm
דורך שמואל הלוי
דאנקע הרב שמעקעדיג, אבער ווי שוין געשריבן אנהייב אשכול איז די דאזיגע אשכול בלויז פאר "פרישע חידושים" אין אויסדרוקן.

Re: נייע אינטערסאנטע אויסדרוקן (חידושים)

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 3:41 pm
דורך שמואל הלוי
איך גלויב אז ידידינו פעדער וועט זיך מחי' זיין מיט די אשכול, ער האט מסתמא א ים מיט פרישע נייע אינטערסאנטע אויסדרוקן ממה שחנן ה' אותו.

Re: נייע אינטערסאנטע אויסדרוקן (חידושים)

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:34 pm
דורך קרעמער1
'אשפ"ג' איז די לעצטע חידוש בעולם האונטערנעץ

http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7%A9%D7%A4%D7%92

Re: נייע אינטערסאנטע אויסדרוקן (חידושים)

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 9:14 pm
דורך יידל
א נייער חידוש האב איך געזען דא אין קאווע שטיבל אז "אפדעיטעט" איז אין אידיש "דערהיינטיגט" (קרעדיט: זר זהב)

Re: נייע אינטערסאנטע אויסדרוקן (חידושים)

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 10:09 pm
דורך ידען
שמואל

מיינסט צו זאגן חידושים וואס דו האסט ביז היינט נישט געהערט.

די משה רבינו בארד האב איך טאקע נאכנישט געהערט אבער די מים אחרונים בערדל האב איז שוין אנאל געהערט.

Re: נייע אינטערסאנטע אויסדרוקן (חידושים)

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 11:41 pm
דורך gehlungen
Tzeezoogn in leebhoobn kost nisht kein gelt :גוווט:

Re: נייע אינטערסאנטע אויסדרוקן (חידושים)

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 11:54 pm
דורך משה געציל
gehlungen האט געשריבן:Tzeezoogn in leebhoobn kost nisht kein gelt :גוווט:

דער קעפל פונעם אשכול ליינט זיך "נייע" אינטערעסאנטע אויסדרוקן, אפשר איז בכלל אידיש ניי פאר דיר?

נשלח: מיטוואך מאי 30, 2012 6:18 am
דורך דולה ומשקה
שמואל הלוי האט געשריבן:לעצטענס האב איך געהערט א חידוש פון א אויסדרוק אויף איינעם וואס האט א גרויסע בארד "ער האט א גרויסע ברייטע משה רבינו בארד". און אויף איינעם מיט א קליין בערדל "ער האט א קליינטשיג מים אחרונים בערדל".

איך האב גראדע געהערט דעם אויסדריק פאר א גרויסע ברייטע בארד "ער האט א נחשון בן עמינדב בארד".
און פאר קליינע בערדל "ער האט א גדי בן סיסי בארד".

פארוואס דאס ווערטל גייט אזוי ווייס איך נישט, מאן יימר אז דייקא נחשון האט געהאט דעם גרויסע בארד און גדי דאס קליינע בערדל, אולי פארקערט?

נשלח: מיטוואך מאי 30, 2012 11:49 am
דורך טעפל
דולה ומשקה האט געשריבן:

אדער נחמי בן וופסי

נשלח: מיטוואך מאי 30, 2012 2:19 pm
דורך יידל
געזען אז מהר"א פון סאטמאר איז אויפגעקומען מיט א חידוש פון אן אויסדרוק פאר סעלפאנס און אידיש, והיינו: "טאשן טעלעפאנען".

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 11:46 am
דורך משולם שטיינפעלד
יידל האט געשריבן:געזען אז מהר"א פון סאטמאר איז אויפגעקומען מיט א חידוש פון אן אויסדרוק פאר סעלפאנס און אידיש, והיינו: "טאשן טעלעפאנען".

מיינסט אפשר צו זאגן טאשן קאמפיוטער?

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 12:07 pm
דורך Java
אריבערגעפירט די תגובות איבער וואס מ'מעג יא אדער נישט שרייבן צום "איבער וואס מ'מעג יא אדער נישט שרייבן" אשכול.

נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 11:22 am
דורך געפילטע פיש
viewtopic.php?p=17017#p17017

טעפל האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:
ברוין האט געשריבן:ווי קען מען עפנען אזא אשכול אן אראפברענגען די באקאנטע שטיקל וואס די בלאט האט נישט לאנג צוריק געברענגט.

ביי די מעשה וואס האט זיך געקאכט נישט לאנג צוריק ווען א בילד איז ארום געפארן ווי מ'זעט סאלדאטן זענען משתין אויף טויטע אפגאנע קערפער. האט די בלאט עס באשריבן אבער די קעפל איז געווען "סאלדאטן געכאפט שיסן ליצנות אויף טויטע אפגאנע קערפער"

דאס איז געווען אין "די צייטונג".

ס'קען אפשר ווערען א נייער אויסדרוק אנטשולדיג'ס איך דארף גיין שיסען ליצנות.

נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 12:24 pm
דורך ניו יארק
געפילטע פיש האט געשריבן:http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=17017#p17017

טעפל האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:
ברוין האט געשריבן:ווי קען מען עפנען אזא אשכול אן אראפברענגען די באקאנטע שטיקל וואס די בלאט האט נישט לאנג צוריק געברענגט.

ביי די מעשה וואס האט זיך געקאכט נישט לאנג צוריק ווען א בילד איז ארום געפארן ווי מ'זעט סאלדאטן זענען משתין אויף טויטע אפגאנע קערפער. האט די בלאט עס באשריבן אבער די קעפל איז געווען "סאלדאטן געכאפט שיסן ליצנות אויף טויטע אפגאנע קערפער"

דאס איז געווען אין "די צייטונג".

ס'קען אפשר ווערען א נייער אויסדרוק אנטשולדיג'ס איך דארף גיין שיסען ליצנות.

נו.... ליצנות!

נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2012 4:10 pm
דורך שמואל הלוי
א פרישע אינטערסאנטע אויסדרוק האב איך געהערט ביי א משפחה וואו מ'איז זייער מקפיד צו רעדן בלשון נקיה, און דאס איז: "יו"ט'דיגע וואסער".
אזוי רופן זיי א געוויסע סארט וואסער וואס גייט ארויס פונעם מענטש'ס קערפער (ע"ש הפסוק שלש רגלים וד"ל).

נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2012 4:32 pm
דורך יואליש
יידל האט געשריבן:א נייער חידוש האב איך געזען דא אין קאווע שטיבל אז "אפדעיטעט" איז אין אידיש "דערהיינטיגט" (קרעדיט: זר זהב)

דערהיינטיגט איז ייוו"א יידיש, און נישט חסידיש אידיש. דאכט זיך מ'קען עס זעהן אויפן פארווערטס וועבזייטל.

נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2012 9:16 pm
דורך בן תמליון
א נייער אויסדרוק האה איך באמערקט האט זיך אריינגעגליטשט במחנינו איז ווען איינער רעדא א שארפע דרשה ארויס בחרב ובחנית זאגט זיך "דער סטוטשיקאווער רב האט זיך אויפגעריסן ביי זיין דרשה".

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 6:49 am
דורך מורינו הרב
יידל האט געשריבן:געזען אז מהר"א פון סאטמאר איז אויפגעקומען מיט א חידוש פון אן אויסדרוק פאר סעלפאנס און אידיש, והיינו: "טאשן טעלעפאנען".

אפשר איז כדאי צו עפענען אן אשכול, איבער אלע סארט פאני אויסדירן פון רבי'ס און רבנים... איך מיין אז עס וועט זיין אינטערעסאנט, למשל "טעלעוויזיע כלים" (אויף סעלפאנ'ס), ועוד...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 12:38 am
דורך [NAMELESS]
דולה ומשקה האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:לעצטענס האב איך געהערט א חידוש פון א אויסדרוק אויף איינעם וואס האט א גרויסע בארד "ער האט א גרויסע ברייטע משה רבינו בארד". און אויף איינעם מיט א קליין בערדל "ער האט א קליינטשיג מים אחרונים בערדל".

איך האב גראדע געהערט דעם אויסדריק פאר א גרויסע ברייטע בארד "ער האט א נחשון בן עמינדב בארד".
און פאר קליינע בערדל "ער האט א גדי בן סיסי בארד".
פארוואס דאס ווערטל גייט אזוי ווייס איך נישט, מאן יימר אז דייקא נחשון האט געהאט דעם גרויסע בארד און גדי דאס קליינע בערדל, אולי פארקערט?

ואני שמעתי אזוי:

נחשון בן עמינדב האט געטראגן א ריזיגע ברייטע בארד.
נחבי בן ופסי האט געטראגן א קליין ליטווישן בערדל.
און גדי בן סוסי האט געטראגן א שטאטוס-קווא קמץ בערדל.

והמבין יבין עומקה ורומה...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:45 am
דורך יהושע חיים
שמואל הלוי האט געשריבן:א פרישע אינטערסאנטע אויסדרוק האב איך געהערט ביי א משפחה וואו מ'איז זייער מקפיד צו רעדן בלשון נקיה, און דאס איז: "יו"ט'דיגע וואסער".
אזוי רופן זיי א געוויסע סארט וואסער וואס גייט ארויס פונעם מענטש'ס קערפער (ע"ש הפסוק שלש רגלים וד"ל).

נישט קיין שאלה פון "המבזה את המועדות"?????