בלאט 1 פון 2

תחל שנה וברכותיה... (כעין פאעזיע)

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 2:01 pm
דורך שמעקעדיג
לעצטע יאר ביי אחות קטנה
איך טראכט מיר אזוי, מה נשתנה
וויפל יארן עס זענען שוין אריבער געלאפן אין מיין לעבן
וויפיל מאל מען האט שוין געהאפט אז תכלה שנה וקללותיה

יעדעס יאר נאכאמאל
זינגט מען אחות קטנה,
פול מיט האפענונג אז דאס יאר איז עס שוין אמת'דיג
און תחל שנה וברכותיה
מען וועט אריבערמישן א נייעם בלעטל
אנהייבן פון פריש

אוועק פון די צרות, גענוג איז גענוג
דער נייער יאר וועט ברענגען בלויז בשורות טובות
מיר וועלן זיך איבערבעטן מיט גאט
און פארבלייבן גוטע פריינד

אלול - א'ני ל'דודי ו'דודי ל'י
מיר זאלן דאס אנהאלטן אויך אויף ווייטער
שיינע פשעטלעך און ווערטלעך מיטן ה' פון השנה
דאס יאר זאל שוין ענדליך זיין דאס ריכטיגע יאר

זינט מיינע יונגע יארן, האב איך דאס כסדר געהערט
ר"ה א ניי יאר, מען טוט תשובה, מען בעהט זיך איבער
יום כיפור איז א טאג פון סליחת עוון
עיצומו של יום מכפר, אף לשאינם שבים

די אלטע חשבונות פאלן אוועק, מען הייבט אן פריש
פון טיפן הארצן וואונטשט מען זיך
לשנה טובה תכתב ותחתם
די קינדערלעך, אזוי הארציג זיי וואונטשן

*

ליידער אבער וואס א יאר עס גייט פארביי
זע איך נישט די רעזולטאטן פון די מחילה וסליחה
עס ווערט מיר קאלט אין די ביינער
וואס האבן מיר דען גע'פועל'ט אין די הייליגע טעג

לעצטע יאר פעסט באשלאסן
דאס יאר וועט זיין דער יאר
איינרייסן מיט געוויין און טרערן
שערי דמעות לא ננעלו
זיכער וועט מען קענען עפעס אויס'פועל'ן
צרות ישראל זאלן שוין פארמינערט ווערן

אויפגעשטאנען סליחות פארטאגס
זיך ארויסגעריסן פון טיפן קורצן מוצאי שבת שלאף
א קיל ציפעדיג סליחות ווינטל בלאזט
א מקוה'לע א טבילה מען כאפט
מיט א צובראכן געמיט הייבט מען אן וויינען
לך ה' הצדקה ולנו בושת הפנים

געפאסט א האלבן טאג, כמנהג רבותינו
פרובירט מדקדק צו זיין בקלה כבחמורה
געדאווענט בעסער, געלערנט פלייסיגער
געשאנקען א שמייכל פארן חבר, געזוכט צו טאן חסד

ערב ראש השנה מען שטייט שוין אויף צו זכור ברית
א לאנגע סליחות, די פוס שיער צעברעכן זיך
די לאנגע יוצרות און פיוטים צום סוף
א הארץ קען צוגיין צוהערנדיג דאס געפעכט
מיט אלע מיני טענות פרובירט מען צו פועל'ן ביי גאט
אם כבנים אם כעבדים, אבער ביטע, רחמנות!

עס ווערט שוין פארנאכטס, די שטערנס ערשיינען אונטער די וואלקענעס
מיט א געשפאנטן געמיט גייט מען אין ביהמ"ד
די לעצטע תפלה פון יאר איז מלא התעוררות
מען זינגט אחות קטנה, דער גאנצער עולם ביינאזאם
מען וויינט און פארפירט, תכלה שנה וקללותיה
מען האפט און מען בעהט, תחל שנה וברכותיה

מען זינגט א שיינעם נוסח ביי מעריב
מען שרייעט תקעו בחודש שופר
נאך מעריב מען וואונטשט זיך הערצליך
לשנה טובה תכתב ותחתם

מיט האפענונגס-פולע הערצער
אז דאס יאר זאל טאקע זיין לחיים טובים ולשלום
מען גייט צו די זיידעס און רבני העיר
לברך ולהתברך מיט א זיסע יאר

מען קומט אהיים אין שטוב
מען מאכט אלע סימנים פון חז"ל
מען טינקט עפל אין האניג, קאפ פון א פיש
נישט קיין חריין, קיין זויערס, נאר פול מיט יהי רצונ'ס

לך אכול בשמחה את לחמך, זאגט די הלכה
כי כבר רצה אלקים את מעשיך
פארלאז דיך אז גאט האט מקבל געווען די תפלות
און מהיום והלאה וועט שוין זיין זיס

צופרי מען שרייעט מיט ציטער "המלך"
מען טוט קרוינען דעם באשעפער אלס אונזער קעניג
מען בלאזט שופר אין ביהמ"ד
דאס שטעלט כביכול גאט פון כסא דין צו רחמים

אבער אוי ואבוי! אוי מה היה לנו
מוצאי יו"ט הייבן אן קומען שמועות מחרידות,
א יונג בחור'ל פלוצים נסתלק געווארן
א יונג קינד אין א ביהכ"ס זיך דערטרונקען

רבונא דעלמא כולא
איך שפיר אויסגעשפילט ביז די טיפענישן
זו תפלה וזו שכרה?
איז דאס די רעזולטאטן פון אונזערע בקשות און הפצרות?
אבער מיר גייען ווייטער אן מיט אמונה
מתפלל זיין און מען פרובירט האפן אויף ווייטער

אזוי גייען אדורך די עשרת ימי תשובה
מלא סליחות וסגולות, קרבנות כפרות ותשליך
מיר בעטן אויף סליחה וכפרה,
מיט א הבטחה אויף א בעסערן יאר

עס דערנענטערט זיך יוכ"פ אליינס
דער פארכטיגער טאג, מיר זענען ווי די מלאכים
ווייס ווי שניי, ריינע אויסגעלייטערטע נשמות
נישטא קיין חומר, אלעס איז נשתנה לצורה
א העכערע וועלט, קיין גשמיות עס עקזיסטירט גארנישט
נישטא קיין שטן קיין יצה"ר, בלויז ווייסע קיטלען און נאסע מחזורים

מבוקר ועד ערב איין קייט פון תפלות ובקשות
מיט האפענונג אז ויאמר ה' סלחתי כדברך
טיף אין הארץ מען איז זיכער אז מען פועל'ט אלעס גוטס
פתח לנו שער בעת נעילת שער,
חתמנו לחיים, מלך חפץ בחיים!
בטוח אני באלה, די תפלות רייסן יעדנס הארץ

היום תאמצנו, היום תקבל ברחמים את תפלתינו,
ה' הוא האלקים! און א תקיעה שאלט אין ביהמ"ד
לשנה הבאה בירושלים,
א פריידיגע אטמאספערע נעמט יעדן ארום
פושט צורה ולובש צורה,
ביז מינוטן נישטא מער קיין זכר פון די אימת הדין

פול מיט האפענונג יעדעס אידיש הארץ
אז מיר האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס
מען קומט אהיים אין שטוב
מיט שמחה מען וואשט זיך צו א סעודה

עס קומט סוכות, ב"ה דאגות און הכנות ביז די לעצטע מינוט
זיך איינגעהאנדעלט א שיינעם פרי עץ הדר כהלכה
צומארגנס מען גייט ארויס מיט די לולבים אין דער הייך
לפי שישראל ואומות העולם מקטרגין בראש השנה
וכשישראל יוצאין ולולביהם ואתרוגיהם בידם
זאגט דער מדרש, מיד הכל יודעין שישראל נוצחין בדין

די ימי השמחה זענען א באווייז אז מיר זענען די געווינער
מיר קענען שוין מהיום והלאה זיין פרייליך
מיר שפירן פארזיכערט אז דער קומענדיגער יאר
וועט שוין זיין מלא שמחה, ישועות ונחמות

מען קען זיך נישט געזעגענען, קשה עלי פרידתכם,
גאט בעהט זיך: עכבו עמי יום אחד!
מיט די תורה טאנצט מען פול מיט פרייד
הקפות מען לויפט ביז אין די נאכט אריין

* * *

א גאנץ יאר איז פארלאפן
מיינע געפילן זענען אויפגעברויזט און אנטוישט
איך קוק צוריק אויפן יאר, מראשית השנה ועד אחריתה
און טראכט ביי מיר מיט ווייטאג,
זענען די שפיטעלער ווייניגער פול מיט חולי ישראל?
האט הצלה געהאט ווייניגער פאון קאלס דעם יאר?

דער מצב איז ליידער פארקערט, גאר ערגער
רופא חולימ'ס בודזשעט איז נאר געשטיגן
רינועל האט געהאט פיל מער נירן-טראנספלאציעס ווי בעפאר
די גמ"ח'ן האבן געמוזט פארבארגן פיל מער געלט ווי לעצטע יאר
די טורמעס האבן אריינגענומען נאך פילע היימישע אידן
מיט אומדערהערטע טערמינען, א בראך אויף זיי און זייער משפחה

וויפיל אידן דרייען זיך נאך אלץ ארום צובראכן אן פרנסות
וויפיל שלום בית פראבלעמען און גיטין געווען דאס יאר
וויפיל טראגעדיעס און הארצרייסענדע פאסירונגען
א יונג פארפאלק מיטן צוקונפטיגן קינד, ברוטאל פארשניטן
הצרות האחרונות משכחות את הראשונות
גאנצע שטיקער תוכחה ווערט אויף אונז מקויים

אין רוחניות איז גארנישט בעסער
די נסיונות ווערן נאר שטערקער
שטיקער פאלן פון כלל ישראל, אן רחמנות,
אפגעפארענע און OTD וכל שום וחניכא דאית להו,
פון-טרערן דורכגענעצטע קישענעס
וואס די עלטערן און די משפחות פארגיסן
און אפילו די ערליכע פון אינדרויסן
פלאגן זיך אויך אין הארצן צו סורווייווען

ובכל זאת שמך לא שכחנו
מיר פרובירן מיט די לצטע כוחות
די אמונה הענגט אויף א האר
עס איז אין סכנה, שווער זיך צו האלטן

היינו ללעג וקלס בגויים
אלע מאכן חוזק פון אונז, ליצנות
אויף אלע שמוציגע בלאגס, א פחד צו קוקן
טראץ דעם אלעם געבן מיר נישט אויף

מיר בעטן, השקיפה ממעון קדשך מן השמים
עורה, למה תישן! וועק זיך אויף, גאטעניו, געוואלד
עס האלט שוין ביי חרב חדה מונחת על צוארינו
אין לנו על מי להשען, אלא על אבינו

אבער ליידער קוקט אויס פון אויבן-אויף
אז אונזער פאטער קוקט נישט אום אויף אונז
אלקי, אקרא יומם ולא תענה ולילה ולא דומיה לי
רחוק מישועתי דברי שאגתי

און כאטש מיר גלייבן אז ער איז מציץ מן החרכים
פארט איז דער הסתר פנים פיל גרעסער
א שוידערליכן חשכות הגלות, גדול מנשוא
מיר האבן זיך נישט אזוינס פארגעשטעלט אין וויסטן חלום

* * *

אצינד האלטן מיר ווידעראמאל פארן נייעם יאר
ליידער איז די האפענונג פארלאשן
די הערצער פארשטאפט, פול מיט אנגסט
די טרערן קוועלער פארטרוקענט

מען גייט שוין נאכאמאל זינגען אחות קטנה
מען גייט נאכאמאל בעטן – כמעט צום 2000'סטן מאל
תכלה שנה וקללותיה, תחל שנה וברכותיה
אבער די ווערטער קלינגען פרעמד, גארנישט היימיש

וויפיל איז דען דער שיעור צו בעטן און האפן,
און עס שטעלט זיך ליידער ארויס אז לשוא תוחלתי
דער צוקונפט איז פארהוילן, שרעקעדיג, אומזיכער
מלחמות, שנאת ישראל, צרות יגון ואנחה

מיר בעטן דיר, פאטער זיסער
עשה עמנו אות לטובה
וייראו שונאינו ויבושו
איינמאל פאר אלעמאל

מיר זאלן שוין זוכה זיין
והסר ממנו יגון ואנחה
מיר זאלן שוין זוכה זיין צו זעהן ישועת ה'
הראנו ה' חסדך, אפענע ישועות

עס זאל זיך גיסן ברכות און השפעות
בני חיי ומזוני רויחי אן קיין צמצום,
די קינדערלאזע זאלן אויפגעראכטן ווערן
די זיווג'לאזע זאלן טרעפן די באשערטע

פרנסה מיט א שמוץ אריבער מער וויפיל מ'דארף
הרחבת הדעת מען זאל דיך קענען דינען
עס זאל הערשן שלום אויף דער וועלט, בפרט צווישן אידן
די וועלט זאל זיין א איינגענעמע פלאץ

ברענג צוריק אונזער האפענונג
לאז אונז נישט אויסגעשפילט
זיי מקבל אונזערע קרבנות
מאך אונז נישט פילן ווי דער חודש תשרי איז ארויסגעווארפן
און מיר זאלן שוין קענען זינגען מיט א אמת'ע צפיה
תחל שנה וברכותיה...


----------------


איך פארשטיי נישט צופיל צו פאעזיע.
איך שרייב נאר אפ מיינע מחשבות,
און צוטייל עס אויף שורות
ממילא ליגט עס נישט אין קונסט פארום
אויב וויל איינער מאכן דערפון א שיינעם פאום,
אדרבה! נישטא קיין השגת גבול

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 2:27 pm
דורך בן תמליון
הערליך שיין און הארציק.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 3:34 pm
דורך טאמבל סאס
בעיוטיפעל. ס'האט מיר בארירט רגשי ליבי, און מעורר געווען שטארק צו תשובה. דאנקע שיינע שמעקעדיג. וואו איז פינקי ווען מ'דארף מער'אים.
נאר א טאן אויף דעם פעהלט נאך.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 3:52 pm
דורך שמעקעדיג
א דאנק פאר די באדאנקערס.
טאמבעלע, כ'האב באמת נישט אינזין געהאט צו מעורר זיין צו תשובה, איך האב אינזין געהאט צו מעורר זיין דעם רצון העליון כלפי כלל ישראל,
אבער אויב האט עס מעורר געווען צו תשובה, איז דאס א באונעס, והיה זה שכרי.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 4:07 pm
דורך טישו באקס
שמעקעדיג.
איך בין זיכער אז דיינע דיבורים האבן געמאכט א רעש אויבן אין הימל!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 10:57 pm
דורך הוגה
[justify]זייער שיין שמעקעדיג! דאס שיינקייט איז נישט צוליב די רייכע שפראך, אויך נישט צוליב די פאעזיע מיטן גראם. קיין טראפ הומאר, און קיין שום לאגיק אדער פשט'ל. אבער עס איז מלא אמת, honesty און לויטער געפילן. דאס שפיגלט אפ אקוראט ווי אזוי אסאך ערליכע אידן שפירן גענעננדיג זיך צו די טעג וואס זענען מוקדש לתפילה, הן בביה"כ והן אין דער היים. עס פרעגט זיך פון זיך אליינס, פארוואס עפעס בעטן? ווער הערט? וואס וועט עס אויפטון? סתם זיך גרייטן א פרישע אנטוישונג? אבער מיט דעם אלעם גייען אלע ווייטער אין שול. איינער די גאנצע צייט, איינער נאר די ערשטע סליחות. איינער קומט אן צו שחרית, די צווייטע צו די תקיעות, און די דריטע טשעקט אריין ערשט ביי ונתנה תוקף.

סקעפטישערהייט ווארפט ער די טלית איבער דאס פנים און די קוואל פון טרערן עפנט זיך ברייט. אלע פיין, רוחניות'דיג ווי גשמיות'דיג פליסן איבער דאס הארץ כאטש דער איינמאל א יאר. נאכן ענדיגן ווייסט ער נישט מער ווי ער האט געוואוסט פריער, ער איז נישט מער זיכער ווי פריער אבער דאס אויסוויינען איז נישט שלעכט, עס איז ווי אן oil change איין מאל א יאר.

תכלה שנה וקללותיה תחל שנה וברכותיה. איז דאס דען א געבעט? ווער הארכט די געבעט? און וועם קימערט עס אויסער מיר? אפשר איז צייט פאר א נייע בליק.

ביים זמן שקיעת החמה פונעם יאר, ווען מען גרייט זיך אריינצוטרעטן אינעם נייע יאר, מאכט מען א חשבון פונעם פארגאנגענע יאר צו זעהן אלעס וואס מיר האבן ליידער מיטגעמאכט, אלע צער און ווייטאג. אבער מיר זענען שטארקע מענטשן און מיר זענען זיך מחזק אז קומענדיגע יאר וועט זיין נאר מלא ברכות. איי, פאר יאר, פאר צוויי יאר און דריי האב איך געמיינט די זעלבע, אבער דאס יאר וועט טאקע אזוי זיין. מיר זענען פאזאטיוו, און מיר האפן אזוי, מיר פאוקעסן אויף די גוטס.


.[/justify]

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 11:02 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג, ווער דארף פאעזיע? ווען הארץ רעדט צו הארץ, בלוט רעדט צו בלוט. דיין פשוטע מאמע לשון וואס ברענגט ארויס די טיפע רגשי אבדון וצפיה לישועה שטייגט איבער אלע קיצעלדיגע לשונות. ס'הארץ רייסט ווען מ'קוקט זיך אום, וואו שטייען מיר אויפן וועלט, איז עפעס בעסער געווארן? פאר אלע וואס זענען ב"ה געהאלפן געווארן דעם יאר, זענען דאפעלט פון דעם אומגליקליך געווארן ל"ע, לעינינו עשקו עמלינו ממושך וממורט ממנו, נתנו עולם עלינו, סבלנו על שכמינו, עבדים משלו בנו, פורק אין מידם, צרות רבות סבבונו,און אזוי ווייט האלטן מיר אז אפילו ווען קראנו ה' אלוקינו, דאך רחקת ממנו בעוונינו. וואס וועט זיין די סוף?

-----
הוגה האקט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 11:19 pm
דורך רויטע וואנצעס
פאעזיע איז א מוגבל. ער שניידט די ווערטער און געפיהלן צום גראם. ממילא פעלט טייל מאל אין טעם. אבער ווערטער וואס פליסן בלי הגבלה, איז ריינע און אמת'ע מחשבה.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 5:22 pm
דורך שמעקעדיג
איך וויל מיך אליינס לייקן.
איך קוק איבער דעם אשכול, שוין לאנג פארגעסן כ'האב עס געשריבן, ס'גלייבט זיך מיר נישט, יעדע שורה נעמט מיך איבער נאכאמאל, יעדע ווארט אזוי ווייטאגליך אמת (ליידער),
איי איי, וואס וועט זיין תכלית מיט אונז אין גלות.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 6:06 pm
דורך Chasidishmashpia
wow wow wow major

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 10:28 pm
דורך ישראל קאפקע
WOW שמעקעדיג דו האסט א מעכטיגע פעדער,
איך בין נישט אייביג אין די גוסטע פון פאעזיע, סאו איך האב נישט געליינט ביז איצט,

וואס זאל איך דיר זאגן ר' שמעקעדיג, ליידער ווער איך נישט נתעורר אזוי לייכט אדער שנעל, אבער דיין הארציגע שורות, אן קיין גראמען מוזיק אדער אנדערע קונצן האט מיר מוראדיג בארירט, אפי' א שטיקל הירהור תשובה געברענגט,

וויאזוי אפאר פשוטע ווערטער האבן זיך ארומגעשפילט מיט מיינע געפילן, פון צער, ווייטאג, האפענונג, סעודה אום ראש השנה, פאסטן, יום כיפור דאווענען, די אנגענעמע סוכות, דערנאך יאר שפעטער די יאוש, די געפיל פון דיספעיר, ממש היפנאטירט, ווי אין א צויבער, (:o :( 8-) :shock: :cry: :) :roll: :x :D :roll: :( :?: :?: :?: :? :o (מיט אנטשולדיגוג צו ר'בערל בעל עגלה))

א אמתן יישר כח, שמעקעדיג, איך ווארט נאר אויף א מער אפטעמיסטישן אינסטאלאציע צווישן יום כיפור און סוכות!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 9:30 pm
דורך שמעקעדיג
ארויפגעברענגט נאכאמאל לכבוד די ימים הנוראים הבעל"ט.
די ווערטער האט נאך דער "חכימא דיהודאי" :o געשריבן מיט ... יאר צוריק אבער האט נאך אלץ נישט פארלוירן איר אקטואליטעט.

Re: תחל שנה וברכותיה... (כעין פאעזיע)

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 10:18 pm
דורך פליקער
שמעקעדיג עפעס בייז בליט ברעינגט עס מיר ארויס, מיר מיזן זיך איבערבעיטן ר' לוי יצחק בארדיטשעווער סטייל.

Re: תחל שנה וברכותיה... (כעין פאעזיע)

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 10:23 pm
דורך פליקער
איך בין גרייט צי מאכן א בייט, א בייט וועלן מיר מאכן, איך וועל דיר געיבן, איך וועל דיר געיבן א פליפ פאון אוי וויי טאטע, און דו וועסט מיר ציריק געיבן א סמארט פאון, אוי וויי טאטע, זאלסט נישט מיינען דעטס אלל, ניין זאג איך דיר, דו וועסט מיר צוגעיבן, דו וועסט מיר צו געיבן, פייוו דזשי, פייאה'ס אן א פילטער מיט א הכשר אוי וויי טאטע..

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 8:38 am
דורך יודישע שרייבער
טייערע [tag]שמעקעדיג[/tag], א דאנק פארן אראפשרייבן די געפילן און קשיות וואס זייער אסאך פון אונז שפירן, דיינע ווערטער רייסט דאס הארץ! עס איז טאקע נישט קיין גראמען, אבער דיין הארץ און געפיל קען מען שפירן.
עס פעלט בעצם נישט אויס צו מאכן גראמען דערפון, עס איז דאך ממש אריגינאל פון הארץ ארויס, אבער אזויווי איך האב א שטיקל געפיל צו פאעזיע וועל איך אי״ה פראבירן עפעס צו אויסארבעטן דערפון און מיט דעם וועל איך מקיים זיין דברי @שמעקעדיג:
שמעקעדיג האט געשריבן:איך פארשטיי נישט צופיל צו פאעזיע.
איך שרייב נאר אפ מיינע מחשבות,
און צוטייל עס אויף שורות
ממילא ליגט עס נישט אין קונסט פארום

אויב וויל איינער מאכן דערפון א שיינעם פאום,
אדרבה! נישטא קיין השגת גבול


נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 10:17 am
דורך פרייוויליג
קיינמאל נישט באגעגנד די אשכול. איך בין זייער בארירט געווארן.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 11:47 am
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג, צו פאעזיע פארשטיי איך נישט ווער ווייסט וואס, אבער צו הארץ פארשטיי איך יא. דו האסט מיר אזאנס צושאקלט. איך האב ניטאמאל געהעריג קאנסידערט אז עס איז צוויי טעג צו ר"ה, און דא אזא ראוליקאוסטער, מיר צוטרייסעלט אין א געוויין.

די יואוש, פארלוירענקייט, האפענונג, שטויס נאך א שטויס אבער לך ה' הצדקה מיט א פרישקייט ווי כאילו סאיז נישט געווען קיין תשרי'ס די לעצטע צוואנציג יאר.

שמעקעדיג, מיינע געפילן ברויזן ווילד אן וויסן א וועג ארויס.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 12:27 pm
דורך הוגה
[justify]הלוואי ווען מ'קען ווען לייק'ן נאכאמאל (און אינאיינוועגס לייק'ן מיין אייגענע תגובה פון פאריאר אויך). עס איז אקטואל היינט פונקט ווי אלע יארן ביז היינט.

פאריאר האב איך מוצאי ראש השנה אראפגעשריבן די פאלגענדע קורצע שטריכן פון מיינע געפילן יענע טאג.


ראיתי אותו
בוכה מתחת טליתו
שמעתי אותה
מייללת מאחורי המחיצה
הייתי מבולבל
תהיתי
למה הוא בוכה?
למי היא מייללת?
ועל מה?
ואז שמעתי אותם
מתחננים
מי לא בקיצו
מי בחרב
מי ברעב
הם פשוט מתחננים למות
באיזה אופן שיהיה
ואז התחלתי גם אני
לבכות וליילל איתם


.[/justify]

Re: תחל שנה וברכותיה... (כעין פאעזיע)

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 1:03 pm
דורך mevakesh
אוץ' שארף און בייסיג
דאס איז אייגנס؟

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 1:08 pm
דורך הוגה
mevakesh האט געשריבן:אוץ' שארף און בייסיג
דאס איז אייגנס؟


אייגנס. סיי די געפילן און סיי די ווערטער. :(

Re: תחל שנה וברכותיה... (כעין פאעזיע)

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 1:36 pm
דורך mevakesh
דאס איז באמת א ביטערע איראניע אנשטאט צו זיין פארנומען מיט ממליך זיין כבודו בעולם לייגט מען דעם דגוש אויף די פחדים וואס מען האט

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 1:51 pm
דורך ונבנתה העיר
הוגה, ס'איז געוואלדיג. א גאנץ יאר האט מען געדארפט ווארטן אויף דעם?

מענין וכו', איינער פון די גרויסע חסידים ביים בעל התניא איז געווען ר' שמואל מונקעס, אזא לעבעדיגער טיפוס געווען, וכמה סיפורים נאמרים על חשבונו.

אויפן וועג צום רבי'ן אויף ר"ה איז ער איבערגעשלאפן ביי אן אלטער פארפאלק. ס'קומט אינמיטן די נאכט צו זאגן סליחות וועקן זיי אים אויף: סליחות! מ'דארף אויפשטיין זאגן סליחות.

וואס איז דאס סליחות? פרעגט ער זיי.

אה, סליחות... מען בעט דעם אייבערשטן ס'זאל זיין ברייט צו עסן דעם קומענדיגען יאר.

פע... זאגט ר' שמואל, אלטע לייט שטייען אויף אינמיטן די נאכט רעדן פון עסן...

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 2:42 pm
דורך אחד העם
הוגה האט געשריבן:[justify]הלוואי ווען מ'קען ווען לייק'ן נאכאמאל (און אינאיינוועגס לייק'ן מיין אייגענע תגובה פון פאריאר אויך). עס איז אקטואל היינט פונקט ווי אלע יארן ביז היינט.

פאריאר האב איך מוצאי ראש השנה אראפגעשריבן די פאלגענדע קורצע שטריכן פון מיינע געפילן יענע טאג.


ראיתי אותו
בוכה מתחת טליתו
שמעתי אותה
מייללת מאחורי המחיצה
הייתי מבולבל
תהיתי
למה הוא בוכה?
למי היא מייללת?
ועל מה?
ואז שמעתי אותם
מתחננים
מי לא בקיצו
מי בחרב
מי ברעב
הם פשוט מתחננים למות
באיזה אופן שיהיה
ואז התחלתי גם אני
לבכות וליילל איתם


.[/justify]


[tag]הוגה[/tag] דאס איז פאעזיע במלוא הדרה, די ווערטער, די אויסלייג, די מושג, געוואלדיג!
לאמיר דיר זעהן אביסל מער אין קונסט.