בלאט 1 פון 1

הגלה נא חביבי - פאעזיע

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 2:46 pm
דורך [NAMELESS]
הגלה נא ופרוס חביבי
אנטפלעק זיך גאט
אין די ענדלאזיגקייט פון יופי
אין קינדישע שמייכל
אין קערפערליכע שיינקייט
אין פרוכטליכע זיסקייט
אין קונסטליכע וואונדער
אין בלומיגע שמעק
אין אן אונטערן ביימל געשמאק
אין רוישיגע וואסערן שיינקייט

הגלה נא ופרוס חביבי
אנטפלעק זיך גאט
אין די אינסוף פון אהבה
אין די בונד צווישן מענטשן
אין די געפילן פון א הארץ
אין די טיפקייט פון א מח
אין קלוגשאפט פון געדאנק
אין הארץ בענקעניש
אין מח בליץ

אוי, גאט, גענוג שוין זיך אנטפלעקט
אין ענדלאזיגקייט פון כאאס
אין פיינטשאפט און חורבן
אין קרענקליך ווייטאג
אין וואנזיניגע קריג
אין גרויזאמקייט פון דעסטרוקציע

מיר האבן דיר שוין גענוג געזעהן אין חשכות
אין אינסוף פון נעפל
אין וואולקאן אויסברוכן און ברודער קריגן
אין טירוף הדעת און רגש'דיגע פארטייבונג

הגלה נא ופרוס חביבי עלי!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 2:49 pm
דורך ידען
זייער שיין

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 2:51 pm
דורך בן תמליון
הערליך קופערניקעס. בלייבט אונז נאר צו ענטפערן א הילכיקן אמן.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 3:32 pm
דורך טאמבל סאס
הערליך און מיט רוישנדע צאפעלענדיגע פלאטערענדע געפיהלן. וענו כל העם אחריו ואמרו אמן.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 3:47 pm
דורך [NAMELESS]
צוריק דערלאנגען לייקס אויף קאמפלימענטן איז עס עגאאיסטיש? ניין עס איז בבחינת לחיים טובים ולשלום
וסימנך האדמור שליט"א ביי ביקור גומלין.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 4:27 pm
דורך איחוד פעלד
כ'וואלט מציע געוועהן אלע פאעזיעס צוזאמען לייגען אין איין אשכול, אזוי וועלען די פאעזיעס נישט פארלוירען גיין אין דער תהום האשכולות........

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 4:31 pm
דורך [NAMELESS]
איך וואלט מציע געווען א פרישע פאעזיע פארמעסט, ויהירא לן שמעתא כבימי [tag]לעמאן דזשוס[/tag]
אבער, פארשטייט זיך אז [tag]פשוט קאמפליצירט[/tag] און [tag]יואליש[/tag] און [tag]ממי שאמרו[/tag] און אלע אנדערע חכמים מוזן צוריקקומען דערפאר אז עס זאל זיין מיט וועמען צו גיין צום טיש, און עס וועט זיין כפליים לתושיה מיט די נייע מעכטיגע כלים, הוגה, רויטע וואנצעס, נהורא נפישא, הערשי, שליח און אלע אנדערע חכמי ישראל.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 5:21 pm
דורך אביגדור
פנים זועפות. הסתרה.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 5:54 pm
דורך מאטי
וכמאמר החכם: איר פרעגט וויאזוי האט געקענט געשען א שואה מיט גאט ? און איך פרעג וויאזוי האט געקענט געשען א שואה אן גאט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 8:08 pm
דורך [NAMELESS]
בים נדמה להם כגיבור ואיש מלחמה, בסיני כזקן מלא רחמים. אין די באקאנטע יצירה "יאסל ראקאווער רעדט צו גאט" איז ער זיך מתלונן בצל שד-י זיך באקלאגענדיג "דיין געטליכקייט האב איך געזעהן אין די אינסוף פון נאצישע בעסטאליטעט"
אינסוף פון שלעכטס צייגט אויך דעם סופער-נעטוראל.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 8:28 pm
דורך איחוד פעלד
יא גוט.

אבער ווען מען זאגט אז מען דארף תשובה טוהן ווייל אויב נישט וועט דער אויבערשטער שופך כעס זיין, איז דאך משמע אז טאמער וועט מען זיין גוט וועט זיין גוט, איז ממילא ווען אין די שואה וואלטען נאר די שקצים אומגעקומען וואלט טאקע געוועהן א קלארע ראי' אז אית דין ואית דיין, אבער היות אלעס צוזאמען איז געגאנגען אין קאלעך אויבן, און געראטעוועט געווארען זענען אויך שקצים מיט צדיקים, איז די גרויסע קשיא דא, און אויף דעם העלפט נישט קיין תירוצים אז דער סופער נייטראל ווייזט אויף א באשעפער.

נאר וואס דען? אויב גלייבט מען אין א באשעפער איז נישט שייך צו פרעגען קיין קשיות, און אויב גלייבט מען חלילה נישט, איז דאך אויך נישטא קיין קשיות.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 9:14 pm
דורך מאטי
מרעדט נישט דא פון דער חלק הדין והיושר פון דער שואה צו ס׳איז זיך געקומען צו נישט, דאס איז א באזונדער נושא.

מ׳רעדט דא פון דער חלק וואס ס׳האט זיך אפגעטון דארט למעלה מן הטבע׳דיגע צרות וואס אויב וואלט דאס נישט ווירקליך פאסירט וואלט זיך דאס געהערט ווי פיקציע. דער איינציגער וועג וויאזוי אזא פארנעם פון הריגות זאל אנגיין אומגעשטערט בעת דאס איבריגע וועלט שטייט פון דער זייט ציניש,און נאך צענדליגער אבנארמאלע פאקטן וואס איז פארגעקומען. דאס שרייט ארויס סופער נייטראליזם אויפן העכסטן פארנעם.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 9:23 pm
דורך [NAMELESS]
ריין לאגיש קען מען זאגן אז די שואה צייגט סך הכל אויף מענטשליכע קאמפלעקסעט אז די מין האנושי קען טאטאל אויסשאלטערן איר אנושיות און ווערן מלאכי מוות, אבער דאס אליין איז א וואונדערליכע mighty ערשיינונג, און מיר רופן עס גאט ווייל גאט מיינט מען דאך נישט דעם זקן הסובב את הגלגל, נאר דעם מה למעלה ומה למטה ומה מעבר לשכלנו ונסיוננו.