בלאט 1 פון 1

פארוואס איז יוכ"פ נישט פאר ראש השנה?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 4:43 pm
דורך אליצפן
ס'איז אויבנאויף א פשוטע שאלה וואס אויף דעם וואלט געדארפט זיין צענדליגער תירוצים און מהלכים, אבער לא עלה בידי צו געפינען א תירוץ המתיישב על הלב.
פאר וואס גייען מיר צו צום יום הדין, פאר די עשי''ת און פאר יום כיפור? וואלט נישט געמאכט פיל מער סענס אז מ'זאל קודם ווארפן אלע עבירות אין ים, נאכדעם עס אוועקגעבן צום עוף, און נאכדעם פארברענגען א גאנצן טאג פאסטן, וויינען און תשובה טון, און הערשט נאכדעם זאל מען זיך שטעלן אריבערגיין כבני מרון?
איך מיין וויאזוי ערווארטן מיר צו געווינען דעם יום הדין, אויב האלטן מיר נאך פאר אלע תשובה טוערייען, און ניטאמאל מעג מען דערמאנען דעם ווארט חטא, פארגעט עבאוט תשובה טון?

איי וועט איר פרעגן אלול? דאס איז א לעצטיגער זאך, און על פי תורה, און אין די גמרא איז בכלל נישט דא אזא מושג פון אלול, אויסער דער פאקט אז ס'איז איינס פון די צוועלף און צומאל דרייצן חדשים, וואס געפאלט פונקט אויס פאר תשרי.
און דער פאקט אז דער גזר דין ווערט נישט נחתם ביז יום כיפור מאכט נישט קיין סאך בעסער, ווייז אי משום הא וואס איז די פוינט פון ראש השנה? מאך דער גאנצער יום הדין יום כיפור און פארטיג.