בלאט 1 פון 2
פארשידענע אויסדרוקן אין די אידישע שפראך
נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 3:58 pm
דורך שמואל הלוי
לאור מיין אנדערע
אשכול וואס איך האב היינט געגרינדעט איבער "חידושים אין אויסדרוקן", גרינד איך יעצט די אשכול פאר אויסדרוקן אין די אידישע שפראך וואס איז שוין באקאנט.
דארט אין יענעם אשכול האב איך געשריבן איבער א חידוש פון א אויסדרוק אויף איינעם וואס האט א קליינע בארד: "א קליינטשיג מים אחרונים בערדל", קען מען צושטעלן צו דעם אנדערע אויסדרוקן וואס איז שוין באקאנט דהיינו: "א קליינע ציגעלע בארד" "א קליין קמץ בערדל".
Re: פארשידענע אויסדרוקן אין די אידישע שפראך
נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 6:37 pm
דורך לאדיך אפ
http://chasyiddish.blogspot.com/2011/10 ... ns_23.html דא איז דא קעניינאהארע א גאנצע הויפן מיט אידישע אויסדרוקן...
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:43 am
דורך ציבעלע-קיגל
א קמץ בארד
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 12:51 pm
דורך berlbalaguleh
שמואל הלוי האט געשריבן:לאור מיין אנדערע
אשכול וואס איך האב היינט געגרינדעט איבער "חידושים אין אויסדרוקן", גרינד איך יעצט די אשכול פאר אויסדרוקן אין די אידישע שפראך וואס איז שוין באקאנט.
דארט אין יענעם אשכול האב איך געשריבן איבער א חידוש פון א אויסדרוק אויף איינעם וואס האט א קליינע בארד: "א קליינטשיג מים אחרונים בערדל", קען מען צושטעלן צו דעם אנדערע אויסדרוקן וואס איז שוין באקאנט דהיינו: "א קליינע ציגעלע בארד" "א קליין קמץ בערדל".
נאך אן אויסדרוק: גרויס ווי א טל ומטר אין א קליין סידור'ל...
(לכאורה די אנטיטהעסיס, אדער אנטאנים פון "קידוש לבנה אותיות".)
נ.ב.: דער יצר הרע האט געברענט מורא'דיג שטארק ביי מיר צו קאמענטירן אויף אן אלטן אשכול. הגם ס'איז דא א קאמענטירער פון היינט. און איך האב מיך נישט געקענט גובר זיין אויף איהם/איהר... כאטש ס'איז נישט מוצא חן בעיני עטליכע חשוב'ע ניקס (לכה"פ איינעם וואס כ'ווייס(...
נשלח: פרייטאג יאנואר 29, 2016 12:07 am
דורך שמעקעדיג
פריער, עסנדיג אביסל טועמיה לכבוד ליל ששי, טשולענט מיט 'קישקע', איז מיר שווער געווארן, פון וואו נעמט זיך דער אויסדרוק 'קישקע' אויף א שטיקל טשולענט קוגל? וואס האט דער קוגל מיט די קישקעס איינגעשטויסן?
נשלח: פרייטאג יאנואר 29, 2016 12:30 am
דורך געוואלדיג
צוליב די זעלבע סיבה וואס געפילטע פיש הייסט געפילטע, די צומאלענע פיש פלעגט מען אריינלייגן אין די הויט פון די פיש און אנפולן די הויט מיט די געמאלענע פיש, איז עס געווען געפילטע פיש.
די מעהל ושאר מרעין... פלעגט מען אריין לייגן אין די קישקע און אנפולן די קישקע מיט די געמישעכטס, ונקרא שמו בישראל קישקע.
Re: פארשידענע אויסדרוקן אין די אידישע שפראך
נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 7:50 pm
דורך ביליג
אין ארץ ישראל קען מען נאך האבן די אמת'ע קישקע.
דא אין אמעריקא איז נישט לעגאל צו עס פארקויפן.
כ'ווייס נישט צו דו האסט שוין געהערט פון 'העלדזל' דאס אעז די זעלבע געדאנק ווי קישקע נאר אנגעפילט די גארגל פון א הינדל.
Re: פארשידענע אויסדרוקן אין די אידישע שפראך
נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 8:25 pm
דורך פליקער
שמעקעדיג האט געשריבן:פריער, עסנדיג אביסל טועמיה לכבוד ליל ששי, טשולענט מיט 'קישקע', איז מיר שווער געווארן, פון וואו נעמט זיך דער אויסדרוק 'קישקע' אויף א שטיקל טשולענט קוגל? וואס האט דער קוגל מיט די קישקעס איינגעשטויסן?
די נאמען איז געשאפען געווארן דורך א דאקטער וואס האט געמאכט א אטאפסי און געזען א קישקע און עס איז זייער ענדלעך געווען צי די באוויסטע מעהל קיגל, זינט דאן האט עס באקומען דיזן צונאמען
Sent from my VS987 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 8:58 pm
דורך berlbalaguleh
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:א קמץ בארד
וואסי פשט...? נאר, א שפיץ בערדל צוזאמען מיט די וואנצעס זעהט אויס ווי א קמץ...כנלענ"ד
נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 9:00 pm
דורך berlbalaguleh
פליקער האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:פריער, עסנדיג אביסל טועמיה לכבוד ליל ששי, טשולענט מיט 'קישקע', איז מיר שווער געווארן, פון וואו נעמט זיך דער אויסדרוק 'קישקע' אויף א שטיקל טשולענט קוגל? וואס האט דער קוגל מיט די קישקעס איינגעשטויסן?
די נאמען איז געשאפען געווארן דורך א דאקטער וואס האט געמאכט א אטאפסי און געזען א קישקע און עס איז זייער ענדלעך געווען צי די באוויסטע מעהל קיגל, זינט דאן האט עס באקומען דיזן צונאמען
Sent from my VS987 using Tapatalk
ועוד יש לומר: אז אמאל, פאר ס'איז געווען די פלעסטיק אין וואס מ'לייגט אריין די מעהל קוגל, האט מען עס אריין געלייגט אין א קישקע פון א טשיקן אדער א בהמה...!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 9:02 pm
דורך berlbalaguleh
פון וואו נעמט זיך דער אויסדרוק...קידוש לבנה אותיות....
אזוי גרויס ווי א ...טל ומטר אין א קליין סידור'ל...!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 9:16 pm
דורך דער דאס
קידוש לבנה זאגט מען ביינאכט, ווען ס'איז טינקל, ברויך מען גרויסע אותיות צו קענען קלאר ליינען.
איז אזוי געווארן אז גרויסע אותיות, רופט מען 'קידוש לבנה' אותיות.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 9:28 pm
דורך דער דאס
יש לומר: אז 'טל ומטר' שרייבט מען אביסל גרעסער (באלד) ווי די גאנצע ברכה, כדי מ'זאל געדענקען ווען מ'זאגט וואס, אין א קליין סידור'ל זעט עס אויס זייער גרויס.
שטימט? אויב נישט פרעג מיך אפ..
נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 9:50 pm
דורך berlbalaguleh
דער דאס האט געשריבן:יש לומר: אז 'טל ומטר' שרייבט מען אביסל גרעסער (באלד) ווי די גאנצע ברכה, כדי מ'זאל געדענקען ווען מ'זאגט וואס, אין א קליין סידור'ל זעט עס אויס זייער גרויס.
שטימט? אויב נישט פרעג מיך אפ..
ונהפוך הוא: פונקט פארקערט. אין מיין סידור איז ...ותן טל ומטר"...קלענער ווי די אנדערע ווערטער. און אין א קליין סידור איז עס נאך קלענער...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 10:35 pm
דורך דער דאס
ווען די ביסט גערעכט, ביסטו גערעכט!
מוז מען איינזעצן, אז ס'איז 'בלשון סגי נהור'...
(כ'האב יעצט אויפגעמאכט יעדע סידור וואס כ'האב אינדערהיים....)
נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2016 1:04 am
דורך דער דאס
וואס איז פשט פון דער אויסדרוק, אנטלויף (ווער נעלם) ווי דער שד פון ויהי נועם?
Re: פארשידענע אויסדרוקן אין די אידישע שפראך
נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2016 1:09 am
דורך קל וחומר
ערשטע מאל כ'הער דעם אויסדרוק!
העפענס טו בי עי גוד וואן...
לערן פירוש המלות פון ויהי נועם וועט דיר אי"ה קלאר ווערן.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2016 1:10 am
דורך שלום על ישראל
דער דאס האט געשריבן:וואס איז פשט פון דער אויסדרוק, אנטלויף (ווער נעלם) ווי דער שד פון ויהי נועם?
וואס איז די שאלה, עס איז איינע פון צענדליגע אויסדריקן אין די אידישע שפראך. ויהי נועם איז באוויסט צו פארטרייבן שדים.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2016 5:19 am
דורך berlbalaguleh
דער דאס האט געשריבן:וואס איז פשט פון דער אויסדרוק, אנטלויף (ווער נעלם) ווי דער שד פון ויהי נועם?
דער דאס: ווייל זאגן ויהי נועם איז א סגולה צו פארטרייבן שדים.
קל וחומר האט שוין געענטפערט. איך בין נאר מפרש זיינע ווערטער...
ס'דא נאך א ווערטל...ער אנטלויפט ווי א שד פון וויירוך...!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2016 11:03 am
דורך נהורא נפישא
ער געפינט זיך דארט ווי גאט אין אדעס.
א שפריכווארט וואס טוט אנדייטן אז דער יעניגער לעבט א טאג אן קיינע שטערונגען.
אין אדעס האט קיינער נישט באלמוטשעט גאט, קיינער האט דארט נישט געבעטן אדער פארלאנגט עפעס פון גאט.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2016 2:12 am
דורך דער דאס
berlbalaguleh האט געשריבן:דער דאס האט געשריבן:וואס איז פשט פון דער אויסדרוק, אנטלויף (ווער נעלם) ווי דער שד פון ויהי נועם?
דער דאס: ווייל זאגן ויהי נועם איז א סגולה צו פארטרייבן שדים.
קל וחומר האט שוין געענטפערט. איך בין נאר מפרש זיינע ווערטער...
ס'דא נאך א ווערטל...ער אנטלויפט ווי א שד פון וויירוך...!
אפשר בין אלטמאדיש, אבער אז איך גיי נישט פרעגן גיי איך נישט וויסן, זיי אזוי גוט און ערקלער מיך, מה זה
וויירוך?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2016 11:33 pm
דורך וואלווי
דער דאס האט געשריבן:וואס איז פשט פון דער אויסדרוק, אנטלויף (ווער נעלם) ווי דער שד פון ויהי נועם?
חוץ די אלע גוטע פשטים איז דא וואס זאגען נישט ארויס הויך די שמות שדים און ויהי נועם "מחץ יעוף יומם, מדבר באפל יהלוך מקטב ישוד וגו' דאס הייסט זיי ווערען טאקע נעלם
נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2016 11:36 pm
דורך וואלווי
וואס באדייט די נאמען "קנאק יענק'ל" פאר משקה?