בלאט 1 פון 1
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 7:47 pm
דורך נולד מאוחר
מענטשען כאפן נישט השגחה פרטית איז פונקט אזוי ביי די וואס זענען אומגעקומען רח''ל. סדא פונקט אזאלכע מעשוית פונקט יענע טאג האט ער געכאפט א פריערדיגע מנין ווייל זיין קונד האט עם אטיפגעוועקט פרי, ציליב די טריפ . און ער איז אנגעקטמען פריער און אפיס און געשטארבן.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 7:49 pm
דורך זר זהב
אבער יענע זענען דאך נישטא צו פארציילן זייערע השגחה פרטיותער...
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 8:07 pm
דורך טאמבל סאס
נו, איז דאך גוט. קען מען דאך מאכן פיהל מער..!
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 8:17 pm
דורך [NAMELESS]
זייער א שיין ביכל.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 8:37 pm
דורך [NAMELESS]
שלום עליכם איר זענט דא זעלטן, מאכט אייך באקוועם און באקענט אייך מיטן מנהג המקום.
דא איז נישט קיין וויסנשאפטליכע בוך רעצענזיע פארום, נאר א קאווע שטיבל ווי מען שמועסט פון סיי וואס און מענין לבנין באותו קנין קומט מען אן צו בך בטחו. פארפאלן, עס עס.
און מה שנוגע די בוך איז עס זייער גוט געשריבן אבער די טעמא איז כנראה נישט נושא חן דא ביי די חברי השטיבל וואס האבן מגיב געווען, ווייל א מעגא טראגעדיע קומט א טרויעריגע יזכור בוך און נישט קיין שגאכע פראטיס געשיכטעס.
מיר פארגינען א טאלאנטפולן שרייבער וואס האט געמאכט א בוך אויף א פאפולערע טעמא און לאמיר האפן ער האט גוט פארקויפט אבער איך זעה נישט צינישקייט אין שמועסן איבער די השגחה פרטית קולטור.
נאך עפעס טענות קארל?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 8:45 pm
דורך [NAMELESS]
זייער א שיינע ביך. איך האב געליינט די ערשטע מהדורה גלייך נאך סעפטעמבער 11 , און אלע חלקים פון די ביך האבן מיך איבערגענימען. סיי די מורא'דיגע השגחה פרטית (די מערסטע געדענק איך די טעיפ פון ר' יוסף חיים גרינוואלד וואס האט געראטעוועט א איד) און אויך די ארטיקלעך וועגן סעפטעמבער אילעווען אליינס.
די שפראך איז געוועהן אביסל שווער טאקע (אסאך הויעכע ווערטער וואס נישט אלעס האב איך פארשטאנען) אבער יעצט זעה איך אז מ'האט געמאכט די שפראך גרינגער.
די ערשטע מהדורה
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 10:29 pm
דורך מאראנצןזאפט
שמעון ראלינצקי האט אן אינטערוייו אויף קול מבשר איבער דעם ביכל, פרעגט ער אים דארט איבער עפעס גראמאטישע כללים אויף דאס ווארט "דראמאטיש". למעשה האקט זיך עס אפ און מ'הערט נישט וואס ער וויל.
האט ער מיך געמאכט נייגעריג, בעט מען אלע וואס זענען בידידות מיט שמעון (!) זאלן אים אנפרעגן וואס ער האט געוואלט דארט.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 10:55 pm
דורך משולם שטיינפעלד
ראשעקאל האט געשריבן:זייער א שיינע ביך. איך האב געליינט די ערשטע מהדורה גלייך נאך סעפטעמבער 11 , און אלע חלקים פון די ביך האבן מיך איבערגענימען. סיי די מורא'דיגע השגחה פרטית (די מערסטע געדענק איך די טעיפ פון ר' יוסף חיים גרינוואלד וואס האט געראטעוועט א איד) און אויך די ארטיקלעך וועגן סעפטעמבער אילעווען אליינס.
די שפראך איז געוועהן אביסל שווער טאקע (אסאך הויעכע ווערטער וואס נישט אלעס האב איך פארשטאנען) אבער יעצט זעה איך אז מ'האט געמאכט די שפראך גרינגער.
די ערשטע מהדורה
אויף די דעקל פון די ערשטע מהדורה איז געווען א גרויסע טעות מיטן אידישע דאטום פונעם טעראר אטאקע, עס איז געשטאנען כ"א אנשטאט כ"ג אלול.
אויף די מהדורה שני' האבן זיי גענצליך עלימינירט די אידישע דאטום, א זאך וואס פאסט לכאורה אויף א ביכל געווידמעט אויף השגחה פרטית
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 9:54 am
דורך שמעקעדיג
ראשעקאל האט געשריבן:איך האב געליינט די ערשטע מהדורה גלייך נאך סעפטעמבער 11, און אלע חלקים פון די בוך האבן מיך איבערגענומען.
מיך אויך, עס איז געווען כמים קרים צו ליינען אפאר ערשטהאנטיגע סיפורים פון דעם שרעקליכן טראגעדיע.
מיר געפעלט שטארק די "לאגא" פונעם נייעם בוך, די ווא"ו'ין פון טווין טאוערס זענען א בילד פון די צוויילינג געביידעס.
קופערניקוס, איך פארשטיי באמת נישט דיין טענה, אלמלי דאס וואלט געווען דער איינציגער באשרייבונג פון דעם סעפט. 11 פארשטיי איך דיין סברא, הלמאי מען גיט ארויס בלויז "שגאכע פראטיס" מעשיות,
אבער מיר האבן דאך שוין בוכלעך און צייטונגען באשריבן מינים ממינים שונים, בנוסף צו קליפס און ווידעאס אין די טויזענטער. נו מה כל הרעש אז איינער נעמט עס פון אן אנדערן קוק-ווינקל, און באשרייבט די געראטעוועטע? איז עס נישט ווערד?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 1:35 pm
דורך טעפל
אין די ביכלעך פונעם קריג, וואס יעדער באשרייבט זיינע ניסים, שרייבען זיי נישט זייערע האשגאכע פראטית (אזוי שרייבט מען עס קופי?) מעשיות אפילו מליונע זענען נעבעך דערהארגעט??
נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:33 pm
דורך berlbalaguleh
נולד מאוחר האט געשריבן:מענטשען כאפן נישט השגחה פרטית איז פונקט אזוי ביי די וואס זענען אומגעקומען רח''ל. סדא פונקט אזאלכע מעשוית פונקט יענע טאג האט ער געכאפט א פריערדיגע מנין ווייל זיין קונד האט עם אטיפגעוועקט פרי, ציליב די טריפ . און ער איז אנגעקטמען פריער און אפיס און געשטארבן.
איך ווייס לכה"פ איין אזא מעשה מיט אלע אינטרעסאנטע פרטים ארום דעים. געהערט מכלי ראשון. פון דעם רב הביהמ"ד.
והנה: מיט בערך 25 יאר צוריק איז געוועין אן עקספלאוזשן אין בארא פארק ביי א פלאמבינג סופליי געשעפט. ומעשה שהיה כך היה. צו דעם פלאמבינג סופליי סטאר האט מען געברענגט א דעליווערי פון די גאז טאנקען (אסעטילין, וכדומה.) וואס די פלאמבערס נוצן ביי זייער ארבעט. איינס פון די טאנקן האט זיך ארויסגעגליטשט בשעת די דעליווערי, און איז אריינגעפאלן אין בעיסמענט, וואו ס'האט געקראכט און די גאז איז ארויסגערינען. די גאז אין די לופט פון בנין האט זיך אנגעצינדן און דאס האט גורם געוועין אז די איבעריגע געז טאנקען מכל המינים זאלן אויך אויפרייסן. דער אויפרייס האט צושאקלט דעם גאנצן בנין. אויך האט עס אראפגעריסן א ריזיגן עיר קאנדישאן וואס איז געוועין אין א פענצטער. די עיר קאנדישאן איז ארויפגעפאלן אויף די קאפ פון צוויי יודן וועלכע זענען פונקט דאן אריבערגעגאנגען דארט.
איין יוד איז געוועין פון ארץ ישראל. איהם האביך נישט געקענט. דער צווייטער יוד איז געוועין אן עלטערער בחור, וועלכער האט יענעם טאג געדאוונט פאר'ן עמוד און געגעיבן תיקון אין ביהמ"ד, "בטעות". ער האט געזאגט אז ער האט יארצייט נאך זיין טאטן. ווען מ'האט עים מעורר געוועין אז זיין טאטנ'ס יארצייט איז ערשט דעם נעקסטן טאג האט ער גארנישט געזאגט. א פאר מינוט נאכדעים וואס ער איז ארויס געגאנגען פון ביהמ"ד איז ער אדורך ביי יענעם פלאץ... און איז שוין ליידער נישט געוועין בין החיים...!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:41 pm
דורך outspoken
די 'קול מבשר' מעשה פון מענדעלע ח. (אוי אנטשולדיגט הצדיק נסתר הרב מנדל ווייס זי''ע) שטייט אויך דארט?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:44 pm
דורך berlbalaguleh
outspoken האט געשריבן:די 'קול מבשר' מעשה פון מענדעלע ח. (אוי אנטשולדיגט הצדיק נסתר הרב מנדל ווייס זי''ע) שטייט אויך דארט?
אוטספאוקען: איך האב געמיינט אז דו גייסט מגיב זיין אויף מיין מעשה. בכא"ו וואס איז געוועין די מעשה מיט מענדל דער ח---. דו מאכסט מיך געפערליך נייגעריג...!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 3:33 pm
דורך נולד מאוחר
berlbalaguleh האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:מענטשען כאפן נישט השגחה פרטית איז פונקט אזוי ביי די וואס זענען אומגעקומען רח''ל. סדא פונקט אזאלכע מעשוית פונקט יענע טאג האט ער געכאפט א פריערדיגע מנין ווייל זיין קונד האט עם אטיפגעוועקט פרי, ציליב די טריפ . און ער איז אנגעקטמען פריער און אפיס און געשטארבן.
איך ווייס לכה"פ איין אזא מעשה מיט אלע אינטרעסאנטע פרטים ארום דעים. געהערט מכלי ראשון. פון דעם רב הביהמ"ד.
והנה: מיט בערך 25 יאר צוריק איז געוועין אן עקספלאוזשן אין בארא פארק ביי א פלאמבינג סופליי געשעפט. ומעשה שהיה כך היה. צו דעם פלאמבינג סופליי סטאר האט מען געברענגט א דעליווערי פון די גאז טאנקען (אסעטילין, וכדומה.) וואס די פלאמבערס נוצן ביי זייער ארבעט. איינס פון די טאנקן האט זיך ארויסגעגליטשט בשעת די דעליווערי, און איז אריינגעפאלן אין בעיסמענט, וואו ס'האט געקראכט און די גאז איז ארויסגערינען. די גאז אין די לופט פון בנין האט זיך אנגעצינדן און דאס האט גורם געוועין אז די איבעריגע געז טאנקען מכל המינים זאלן אויך אויפרייסן. דער אויפרייס האט צושאקלט דעם גאנצן בנין. אויך האט עס אראפגעריסן א ריזיגן עיר קאנדישאן וואס איז געוועין אין א פענצטער. די עיר קאנדישאן איז ארויפגעפאלן אויף די קאפ פון צוויי יודן וועלכע זענען פונקט דאן אריבערגעגאנגען דארט.
איין יוד איז געוועין פון ארץ ישראל. איהם האביך נישט געקענט. דער צווייטער יוד איז געוועין אן עלטערער בחור, וועלכער האט יענעם טאג געדאוונט פאר'ן עמוד און געגעיבן תיקון אין ביהמ"ד, "בטעות". ער האט געזאגט אז ער האט יארצייט נאך זיין טאטן. ווען מ'האט עים מעורר געוועין אז זיין טאטנ'ס יארצייט איז ערשט דעם נעקסטן טאג האט ער גארנישט געזאגט. א פאר מינוט נאכדעים וואס ער איז ארויס געגאנגען פון ביהמ"ד איז ער אדורך ביי יענעם פלאץ... און איז שוין ליידער נישט געוועין בין החיים...!
Wow ממש השגה פרטית!