בלאט 1 פון 1

לשנה טובה - שמאעזיע

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 1:35 am
דורך זר זהב
לשנה טובה - שמאעזיע

דער שמש ברימט
א נייע יאר ס'קומט
מ'זאגט שוין סליחות
יאר נאך יאר טועכעס
אן א לחלוחית
צו אלע רוחות
פארכמורעטע טיפ אידן
זענען צופרידן
א גוטע ריזען
ס'דאך זייער סיזען
זיי זענען ידו ברמה
אין מיר א נקמה
די טיפ וואס א גאנץ יאר לאכן
מוזן זיך נעבעך יעצט מאכן
אבער נישט אונטערשטעליג
זוכן פאר השם צו זיין געפעליג
אין שול כ'וויין
די פרומע קענען נישט פארשטיין
וואס וועט דא זיין
ער גנב'ט מיין שטיק ס'נישט שיין
איך ווער ריין
יענער שוין נישט אליין
ס'וועט זיין פיין
כ'וועל האבן א חן
מיין נשמה שיין
בעט אויס א גוט יאר
פאר שאאר
יעדער פון קאווע שטיבל
צי ער גייט מיט שיך אדער שטיוול
א פאפא בעלזע אדער זאלביטובע
זיך אויסבעטן א שנה טובה
-------
איך קען אויך! :oops:

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 1:41 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
סאיז אינטערסאנט אנצומערקן אז לעצטענס ווער עס האט נאר הענט און פיס אין שטיבל פארפאסט פאזיעס. אויסער איין ניק וואס מען הערט נישט פון אים און דאס איז: חזקיהו המלך.
לפי"ז טראכט איך אז די גאנצע פאזיע גייסט וואס הערשט לעצטענס דא אין שטיבל האט עפעס א שייכות מיט די פלארייד אין די וואסער. וואספארא שייכות עס האט ווייס איך נאכנישט פונקטליך כ'וועל דאס לאזן פאר חזקיהו מסביר זיין בטוב טעם ודעת, היו נכונים פאר א לאנגן שבת תשובה דרשה פון חזקיהו המלך!!!
שא, שא, דער קעניג גייט..

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 1:48 am
דורך מאטי
נא נא ער איז שוין איינמאהל אקטיוו ער איז פאראייוועלטעט געווארן.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 8:09 am
דורך הוגה
זר, זייער פיין! וואלסט געקענט זיין א געוואלדיגע rapper. האסט א גוטע פאך אין דער האנט, פרנסה קלה ונקיה.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 8:20 am
דורך טאמבל סאס
נקיה?? ווייס איך נישט.
"מ'זאגט שוין סליחות
יאר נאך יאר טועכעס -- אן א לחלוחית" :לאךהויך:

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 8:55 am
דורך גנדי
הוגה האט געשריבן:זר, זייער פיין! וואלסט געקענט זיין א געוואלדיגע rapper. האסט א גוטע פאך אין דער האנט, פרנסה קלה ונקיה.


פרנסה קלה! ונקיה?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 9:47 am
דורך טעפל
זר זייער שיין
הארט ווי א שטיין
קענסט דאך יא
מיר אלע שרייען אהה
שיינע שמאעזיע
געבויעט אויף פאנטאזיע
א גוט יאר אויף דיר
און אויך אויף מיר
------
דאס קען איך אויך.. ;)

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 8:10 pm
דורך אויס מענטש
זר טוט ריכטיג פרובירן
מיט יעדן זיך שיין צופירן
ווייזן ברייטקייט
און גרייטקייט
צו ווינטשן יעדן אין די ראי'
פון בעלזא ביז
זאבולטוב,
יעדן האלטן חשוב
אבער אין די זייט נאכאלץ א חשבון אנגעשמירט
מיט די אנדערע סאטמאר ער האלט און פירט
וועלמיר אלע אין א קווייער
אים ווינטשן די גאנצע חבריא
א געזונט יאר אויף דיר
א יאר אן סומעטאכעס
דא צו בלייבן להאכעס

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 8:12 pm
דורך אויס מענטש
זר גייסט תשובה טון פארן איבערלאזן דעם שטיבל?

האב עס אינזין ביי וזר לא התערב במחנינו

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 8:40 pm
דורך משה געציל
די קעפל איז ציקער זיס...

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 07, 2013 9:10 pm
דורך מאראנצןזאפט
זר איך בין נישט אנגעקומען צו קאמענטירן ביז יעצט נאך התרת נדרים...

דו ביזט דע בעסט
פאקסט איין קעניע וועסט
איך גיי פאר דיר קרעזי
שענער פון דזשעי זי
וואס איז געווען איז געשען
קאמפעטישאן פאר ליל וועין
די מצוה מ'טוט
אן אתרוג א היט
איך געב נישט קיין ש*ט
א לולב וואס פיט
פארפאקט אין א קיט
הדסים המשולש וחוט
ערבות ס'איז גוט
חלה האניג מיט
ענד דעטס עבאוט איט

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 07, 2013 10:03 pm
דורך איחוד פעלד
דער קעניג האט געשיקט דער פאלגענדע
זיי זאגען איך האב אן אגענדע
אבער מיר שרייבען נישט גראמען
ווייל אזוי האב איך בקבלה פין מיין מאמען
אז גראמען זענען ליגענט
און נישט אינטעליגענט
מים,
גראמט מיט חיים
אבער מען ווערט פין דעם צו'חושט
ווייל פלארייד איז דארט אריין געמישט
באראק האסיין
גראמט מיט שיין
מיאוס און גארנישט קיין מאן
א אייניקעל פין כנען.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 9:01 am
דורך יואב
---