אנעים זמירות ושירים אארוג
דעם שבת צופרי נאכן דאווענען, ביים פיוט אנעים זמירות ושירים אארוג, האט איך מיר פונקט דערמאנט אין א ווארט. (פונעם ליובאוויטשן רעבין)
ס'געווען א חסיד וואס האט געדאוונט יום כיפור אין ביהמ"ד און פון גרויס דביקות והתלהבות נישט געמערקט אז די פאסטונג איז געקומען צו א ענדע און ער קען שוין גיין עסן. (קען זיין ס'האט אים פשוט געדרוקט נאך פון די איינפאסטונג און די "סיסטעם האט נישט געטויגט")
ווען די מתפללים זענען צומארגנס געקומען אין שטיבל האבן זיי געטראפן דעם חסיד נאך ארומטאנצן דעם עמוד, און ער זינגט מיט גרויס דביקות "אנעים זמירות ושירים אארוג, כי אליך נפשי תערוג; נפשי חמדה בצל ידיך לדעת כל רז סודך."
יום הקדוש זענען די אידן דומה למלאכי השרת, און נאכדעם אבער דארפן זיי זיך אומקערן צו די געווענליכע טעגליכע לעבנסשטייגער. אבער אפילו דעמאלטס אין די פשוטע טעג, האלטן זיי אין איין בענקען צו די רוחניות'דיגע דערהויבענקייט וואס זיי האבן געשפירט יום כיפור און ביי תפילת נעילה.
דערפאר דארף א מענטש דורכן גאנצן יאר פרובירן זיך דערנענטערן צום בורא עולם דורכ'ן לערנען די סודות ופנימיות התורה. 'כל רז סודיך'.
קען מען צולייגן אז דערפאר זעהט מען אזעלכע וואס אגאנץ יאר זענען זיי פארנומען רעדן און שרייבן איבער תשובה, התרוממות לאלוקינו. וויאזוי אוועקצושטיין פון חטאים. און וויאזוי מען קען פון יעדן מאמר חכמינו ז'ל און יעדע גמרא ארויסדרונגען א לימוד פאר אונז וויאזוי זיך צו היטן פון די פגעי הזמן. דאס איז 'לדעת כל רז סודיך' אההה!!
נו וויאזוי מאכט מען א PDF ??
אנעים זמירות.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
אנעים זמירות.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
ס'האט מיר גענומען א מינוט צו כאפן די דזשאוק - די לעצטע ליניע.
ערענסטערהייט גערעדט, ס'וויכטיג צו געדענקן אז לדעת כל רז סודיך גייט ארויף אויף זיך, און נישט צו לערנען יענעם, אפילו א געוועזענע גוטע חבר.

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
רעדנדיג פון דביקות.... וואלט איך געוואלט מיט אייך מיטטיילן וואס איז האב אליינס בייגעוואוינט.
איך האב געהאט די זכיה צו זען א צדיק אמת, וואס האבן געדינט דעם הייליגן באשעפער, מיט געוואלדיגע מוחין, מיט אן התפשטת הגשמיות, מיט א פלאקער און א ברען, וואס מיר קליינע מענטשען קענען זיך גארנישט פארשטעלן.
2 מעשיות געדענק איך, וואס קען מיר נישט ארויס גיין פון זיכרון.
1) איינמאל שלחנו הטהור בליל שבת קודש, האט דער צדיק געברענט מיט א אש להבה, ממש א שטיק פייער, א מין דביקות,ממש שלא מעלמא הדין, עס איז געווען זקוקין דנורא יוצאין ממנו בקדישה ובטהרה, ופניו היה כמראה הקשת ביום ענן, ממש הפחד...
ווען ער האט אנגעהויבן צו זינגען דעם פיוט פון הרה''ק רבי ישראל נגארה זי''ע, ק-ה ריבון עלם.... ער האט אזאנ'ס געברענט אז עס איז געווען נורא נוראות, געוואלדיג שבגעוואלדיג, ווען דער צדיק האט געהאלטן ביי רברבין עובדיך ותקיפון, מכיך רמיא וזקיף .... האט מען אריין געברענגט צום שלחן הטהור פלעשער אייז קאלטע שכר... לכבוד שבת.... פארשטייט זיך...
און אט האט דאס פאסירט... דער צדיק באטאפט די פלעשער מיט זיינע הייליגע הענט... און ריפט זיך אן צו די ארומיגע צושויער מיט א שמחה עלאה.... אה די פלעשער שוויצן.... מען האט ממש געקענט זען וואו צדיק לייכט בקדישה עלאה.... נאר פון טראכטן אז מען גייט שוין אט אט אריין גיסען אונעם הייליגען גוף זייינעם, א פאר פלעשער אייז קאלטע שכר ... און דער צדיק זינגט ווייטער וואו גארנישט וואלט פאסירט, או או... וזקיף כפיפין.... מכיך רמיא... או..... הייליג.... .....
ומה נהדר היה א מראה, לראות דביקות כזה.......
2) דער זעלבער צדיק האט אויך געהאט א ענין, צו ציגרייטען צו די שבת מיטאג סעודה, גרויסע עצמות עם מוחין, דאס מיינט ביי אונז אויף פשוט אידיש, גרויסע מארעך ביינער, דאס איז ביי אים געווען חק ולא יעבור.
וואו הייליג איז געווען דאס בילד זיך אזוי צו ציקיקען, מידי שבת בשבתו, וואו דער צדיק נאגט אויס די הייליגע ביינער, און טשאשקעט זיך דער מיט אזוי ארום, ממש וואו ער וואלט זיך גטשאשקעט מיט זיין לאנג אויסגעבעטענעם בן יחיד'ל, איי איי וואויל איז צו די אויגן וואס האבן דאס צוגעזען... אזא עבודה ....
איין שבת זענען געקימען אפאר בחורים, באנדיטען, פאסקיצוועניקעס, און זיי זענען אריין און קאך, און עס האט פאסירט וואס עס האט פאסירט, די הייליגע מארעך ביינער האבן זיך צושמייכלט צו זיי, און א בחור איז דאך א בחור, און זיי האבן נישט געקענט איינהאלטען דאס ייצר... און זיי האבן געמאכט די מעשה מיט די ביינער.. ולא נודע כי בא אל קרבנה... געמאכט א בורא נפשות ... מיט א פתח שין... און שוין.
איך קען אייך גארנישט פארציילן וואס עס האט זיך אפגעטאן, ממש תשעה באב און מיטן שבט, דער צדיק האט אזוי געקרעכצט, ממש גניחא גנח, אוי האט דער צדיק געהאט א פארשטערטן שבת. און ער האט באקימען שילשול פון צער און עגמ''נ, ער האט אפי' ארויסגעלאזט א לטיתא דרבן... אויף די בחורים.... א קיצור דער מעשה האט נישט געטויגט....
איי איי איי וואס פארשטייען מיר דען?
איר וועט דאך אוודאי וועלן וויסן ווער דער צדיק איז געווען, וועל אייך זאגן דאס איז געווען נישט קיין צווייטטער נאר רבי הערשעלע קרעשניפער אליינס......
עס איז ידוע ער פרעגט צו עסן שבת 4 קיגלן: עפל קיגל, מעל קיגל, לאקשען קיקל, קארטאפל קיגל, וואס די ר''ת דערפון איז עמלק, ער פרעגט זאגן מיט דעם איז מען מקיים מצות מחיות עמלק, ומי יבוא בסוד קדושים...
איינמאל מוצאי שבת הערט דער גבאי וואו דער רבי זיצט, דארט וואו מען גרייט זיך צום דאווענען, און הכנה שטיבל, און נאך אזעלעכע סעודת שבת, האט די רבי געהאט שוועריקייטען ארויסצוגעבן די אלע הייליגע מאכלים, און עס איז געגאנגען קולות דארט כמובן, הערט די גבאי וואו דער רבי שרייט אזוי בתוך הקולות, שייגאץ ארויס... דער גבאי האט תיכף געכאפט אז דער עמלק וואס ליגט ביים רבי'ן און די בני מעים.. מאכט אן די אלע פראבלעמען... זי''ע

- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
ר' הערשעלע איז נאך געווען צו יעדע צייט אזא ערליכער איד ווי דיין רבי'ן. די ליצנות איז סרת טעם.
וואס איז די זשאוק פון די אשכול? עס איז נישט שיין וואס מען טוט צו טאמבל סאוס. ער שטרענגט זיך אן צו שרייבן א ארטיקל פאר אונז, לאכט מען דערפון.

האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
פשי קאך לעפל. זייער שיין, זאג אונז נאך.
נאר ידיד טייערע! לכאורה דארף מען אויך וויסן צו די זעלבע צייט, אז לאו דוקא נאר פון רבי'ס קען מען זיך לערנען. מאן יימר אז אפ' פון פשוטע מילכיגער'ס, און תהלים אידן'ן וואס טרונקען שנאפס נאכ'ן דאווענען קען מען זיך נישט אסאך אפלערנען?? און אפילו מיט א שמוץ לכתחילה אריבער!!.
ווערט ביז מיין קומענדיגע סעריע. אלו דברים שאין להם 'שיעור'...
אין קאווע שטיבל וואלט מען מיך שוין צאמגעלייקט.