בלאט 1 פון 1
לולבי ארץ ישראל
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 2:19 pm
דורך הערשי
ולקחתם לכם כפות תמרים
ומהדרין מארצות זרים
כך הונהגו מייקרי השערים
ותולים ברבותינו התמרים
לבל ישתכרו המומרים
איז דא עפעס הלכה'דיגע חששות אין קויפן אן א"י לולב? ס'דאך נישט נוהג דערביי קיין ערלה, תרומות ומעשרות, שביעית, אדער ארויסטראגען פירות א"י לחו"ל.
וואס איז דער ווינט אין סאטמערע קהילות נישט צו נעמען פון א"י? חשש איסור, סתם הרגשים, קלאפן דער קאנקורענט, אדער פראסט א בויקאט אויף מדינת ישראל?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 3:35 pm
דורך נהורא נפישא
Since you carry the Star of David with pride I don't think you should bother with these things.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 3:59 pm
דורך הערשי
תורה היא וללמוד אני צריך.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 4:22 pm
דורך נהורא נפישא
סאיז אינטערסאנט אז ארגינאל איז די סיבה פארן איסור ארויסצוטראגן פירות פון ארץ ישראל דוקא יא כדאי נישט אריינצולייגן דעם ישוב אין א סכנה דורכן ארויסטראגן זאכן וואס זענען חיי נפש און דערפאר אין א צייט וואס די עקענאמיע פון ישראל איז שטארק אנגעוואנדן אויף אגריקולטור און די עקספארט דאן איז פאר די זעלבע סיבה דוקא יא א מצוה צו עקספארטירן פירות פון ארץ ישראל גיי פארשטיי וויאזוי מאיז מחזיק את החבל בשתי ראשים.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 6:18 pm
דורך היימישער ליטוואק
איך האב געמיינט אז שפאניע איז טמא!!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 6:50 pm
דורך שליח
הערשי האט געשריבן:ס'דאך נישט נוהג דערביי קיין ערלה, תרומות ומעשרות, שביעית, אדער ארויסטראגען פירות א"י לחו"ל.
להערה בעלמא, קדושת שמיטה איז טאקע נישטא ביי לולבים (עכ"פ בזמנינו וואס מ'נוצט זיי נישט פאר בעזימער), אבער איסור נעבד קען יא זיין, אויב קומט עס פון א אילן שנושא פירות.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 8:37 pm
דורך משה געציל
היימישער ליטוואק האט געשריבן:איך האב געמיינט אז שפאניע איז טמא!!
אזוי? אפשר זאל מען אויפהערן גענצליך שטיצן די איינוואוינער פון די טמנא מדינה?