בלאט 1 פון 1

עצלות המוח

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 10:55 pm
דורך יאיר
מאכט זיך אמאל, אזוי בין תנור לכיריים, בשעה אשר לא יום ולא לילה, ווען דער מוח ווערט פארפרוירן און עס אנטזאגט זיך אויסצופירן די באפעלן פון איר בעל הבית. אסאך מאל פאסירט עס אויף די טמא'נע כלי הנקרא אינטערנעט, ווען מ'מישט און מ'קוקט און מ'טוט גארנישט אויף, אנדערע מאל פאסירט עס סתם אינמיטן א גרינער ויאמר. ס'זעצט זיך אראפ עפעס אזא שטויביגע פוילקייט אויף דעם גאנצן גרעיער געגנט דארט אויבן אין קאפ, און ס'ווילט זיך פשוט אריינגיין אין א ד' על ד' און קלאצן אויף די פיר ווענט עד שיבא פנחס.
וואס טוט מען אין אזא פאל? האט איינער עפעס א עצה?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 11:03 pm
דורך גנדי
ווען איך באקום אן עצלות המח קום איך אהער קיין קאווע שטיבעל...

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 11:05 pm
דורך יאיר
גנדי האט געשריבן:ווען איך באקום אן עצלות המח קום איך אהער קיין קאווע שטיבעל...

דאס איז דאך דער חורבן. מ'בלייבט איינגעזינקען אין די קאווע ביז מ'ווערט דערטראנקען.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 11:19 pm
דורך [NAMELESS]
יא, די וועלט איז פיל מיט שוועריגקייטן און פראבלעמען, עצלות המח איז נאך א גלות סימפטאם, און אויף דעם בעטן מיר שוין שיבוא פנחס במהרה בימינו

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 11:56 pm
דורך ידען
גנדי האט געשריבן:ווען איך באקום אן עצלות המח קום איך אהער קיין קאווע שטיבעל...

וויזוי זאגט מען אויף איינער וואס איז אלע מאל אין קאווע שטיבל?

א עצל?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 12:01 am
דורך גאנצל
די גאנצע אשכול קומט פון עצלות המוח......... עצלות צו נוצן דעם מח

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 12:11 am
דורך יאיר
ידען האט געשריבן:
גנדי האט געשריבן:ווען איך באקום אן עצלות המח קום איך אהער קיין קאווע שטיבעל...

וויזוי זאגט מען אויף איינער וואס איז אלע מאל אין קאווע שטיבל?

א עצל?

אן עצל? א שטיין!
גאנצל האט געשריבן:די גאנצע אשכול קומט פון עצלות המוח......... עצלות צו נוצן דעם מח

אודאי, וואס איז די שאלה. אבוויעסלי ווען איך בין אין די אתערותא דלעילא גיסטע ברויך איך נישט שרייבן אזא אשכול.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 12:25 am
דורך געפילטע פיש
יאיר, פאר אזא מוח פרירונג איז נישטא קיין עצה, ירעה עד שיסתאב.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 5:07 am
דורך שליח
[tag]יאיר[/tag], זינגט דאס איבער אחת ושבע.

דער כלל איז, אז ווי יעדע זאך ארבעט דאס אויך מיט inertia, איז די עצה פשוט 'עפעס' צו טון, to get things rolling. איין זאך וואס איך נוץ צומאל איז: נעמט א רענדאם נומער (למשל 22), פארדאפלט עס אין מח מיט זיך (484 = 22 * 22), דערנאך נעמט די תוצאה און פארדאפלט עס מיט זיך, און אזוי ווייטער. פרובירט עס צו מאכן די שנעלסטע וואס מעגליך, קיינער פארהערט אייך סייווי נישט קיין מאטעמאטיקס, ביז איר הייבט אן צו שוויצן. אז איר האלט שוין ביי די מדריגה איז עס שוין נישט ווייט פון גילוי פנחס.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 6:28 am
דורך טאמבל סאס
שליח, איך האב נישט פארשטאנען. וואס מיינסטו 'מיט זיך' ? מיינסט מסתמא "דאפל עס אזויפיהל".

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 6:35 am
דורך טאמבל סאס
יאיר, איך טוה פארשידנס, די ערשטע אפציע איז א שאווער מיט מוזיק.
אדער לייענט מען די נייעס
מ'קוקט יוטיוב וויאזוי דער זן ומפרנס, איז משביע לכל 'חי'.
אויב האסטו פעיסבוק ביסטו שוין א געהאלפענער
אדער זעצט מען זיך ביים רעדל, הויכע מוזיק, און מ'לאזט זיך ארויס אויפ'ן הייוועי אויף הויכע ספיד.
און אז דאס אלעס ארבעט אויך נישט, גיסט מען אריין אין גארגל א שאט, צוויי. ס'דא וואס זענען גורס א פיינט ביר, און משם ואילך איז דיין פלאץ אין בעט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 10:52 am
דורך גאנצל
יאיר האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:
גנדי האט געשריבן:ווען איך באקום אן עצלות המח קום איך אהער קיין קאווע שטיבעל...

וויזוי זאגט מען אויף איינער וואס איז אלע מאל אין קאווע שטיבל?

א עצל?

אן עצל? א שטיין!
גאנצל האט געשריבן:די גאנצע אשכול קומט פון עצלות המוח......... עצלות צו נוצן דעם מח

אודאי, וואס איז די שאלה. אבוויעסלי ווען איך בין אין די אתערותא דלעילא גיסטע ברויך איך נישט שרייבן אזא אשכול.



אקעי איך הער. דעמאלס האף איך אז ס'מאכט זיך נישט ביי דיר אסאךלתתא'דיגע מאמענטען

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 7:00 pm
דורך טאמבל סאס
יאיר, קענסט אייביג אריינגיין אין מאחורי הפרגוד.