ברויך מען זיך רעכענען מיט פאליטיק ביי א שמחה?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 141
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 3:17 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 105 מאל

איך וויל נישט יעצט עפענען א צימעס אשכול, איך וויל זיך בלויז האלטען צו די נושא פון נאכדעם וואס ס'איז א פאקט אז סאיז דא פאליטיק, וואס א רעכטדענקיגער פערזאן זאל/מיז טאן.
יעדער ווייסט אז ס'איז דא ביי ביידע זייטען פון די סאטמארע צדדים,גענוג און נאך מענטשען וואס עסען נישט דעם אנדערען צד'ס קהילה פלייש,
היצטערט,א מענטש וואס ביי זיך אינדערהיים קויפט ער נאר זיין אייגענע קהילה פלייש פשוט אלס שטיצען די אייגענע מוסדות, אבער ווען ער גייט צו א צווייטענס הויז אדער שמחה וועט ער געהעריג עסען פון די אנדערע צד'ס "טריפה'נע..." פלייש,
יעצט ווען ער רופט א גאסט צו זיך אהיים,אדער ער מאכט א שמחה און ארדערט די פלייש פון זיין קהילה'ס שחיטה, וואס זאגט די שכל הישר? זאל ער ארדערען "אויך" די אנדערע צד'ס פלייש, פאר די אנדערע צד'ס חסידים? פשוט ווייל די מענטשען קומען זיך באטייליגען צו דיין שמחה אדער אלס גאסט, ווילסטו דאך זיי זאלען נהנה זיין פון דיר,שפיעל נישט מיט מיט די נארישע שטותים ביי דיין אייגענע שמחה.
אדער איז נארמאל און שכל'דיג צו לאזען די מענטשען הינגערען אדער עסען אינדערהיים? דו קומסט צו מיר אהיים אדער שמחה,העסטו עסען וואס איך שטעל צו,און "דו" זאלסט לאזען פאליטיק און מקוה.

- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
מ'זעהט א אינטערעסאנטע זאך ביי אברהם אבינו'ס הכנסת אורחים. פון איין זייט גלייך ווען די אורחים קומען אן, דרייט ער זיי א קאפ אז זיי זאלן זיך וואשן די פיס ווי רש"י זאגט אלס עבודה זרה, וואס איז קלאר געווען אין די אינטערעסע פון אברהם, שפעטער אבער געט ער זיי צו עסן בשר וחלב און אלעם גוטן וואס אויף דעם האט אברהם מחמיר געווען כמבואר בספרים. און מיט אמאל גייט אים דאס גארנישט אן נאר פארקערט, ער זוכט זייער טובה און הנאה.
ס'דא כמה תרוצים אויף דעם, על פי פשט איז די סיבה ווייל בני נח זענען נזהרין אויף ע"ז און נישט אויף אברהם'ס חומרות.
למעשה זעהט מען אבער פון דעם א געוואלדיגע מעשה רב, אז ווען ס'קומט צו יסודות הדת ממש קוקט מען נישט אויף גארנישט מ'הייסט די געסט אויסטוען די שיך און גיסן וואסער מ'דרייט זיי א קאפ, אבער ווען ס'קומט צו די מצוה פון הכנסת אורחים לייגט מען נישט די אייגענע חומרות אויף זיי און מ'מאכט די געסט צופרידן אזוי ווי זיי זענען געווינט צו עסן. נאכמער ס'שטייט אין פסוק ואל הבקר רץ אברהם, ער האט ספעציעל געשאכטן בהמות פאר זיי.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רויטע וואנצעס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
די שאלה האלט שוין ביי סטעפ 2. קודם ברויך מען מברר זיין וואס טוט מען ווען מען האט באקאנטע פון אסאך דרגות און קרייזן, און לאמיר זאגן אז יעדער איינער עסט נאר פון זיין קרייז'ס השגחה, מען איז באמת מקפיד דערויף. נאכדעם ברויך מען זען ווי איז דער דין ביי אזא פאל ווי די סאטמארע פאליטיק, וואס פאר 7 יאר צוריק איז יעדן'ס פלייש גוט געווען פאר יעדן, נאר נאכדעם וואס די אהרונים האבן געשטורעמט מיט "שטיין זאלץ" און "ממליחה ואילך" האבן די זאלי'ס צוריק געשלאגן מיט "צומת הגידין" און "מוסקאווי", און די קעלבלעך משני הצדדים האבן עס אפגעקויפט פאר גוט געלט.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)

- גנדי
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1181
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
- האט שוין געלייקט: 2151 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל
איך האב געמאכט א שמחה. האט די וויין געשעפט גיזאגט. קויף אפאר ברוינפען מיט א הכשר פאר די וואס זענען מקפיד. האב איך אים געזאגט. איך האלט נישט אז ברוינפן דארף א הכשר. ווער עס איז מקפיד דארף נישט טרינקן.
(אפשר שפיר איך אזוי ווייל יארן צוריק ווען איך האב געמאכט א שמחה אין שול האבן די פרומע גע׳גנב׳ט מיין טייערע באטל ברוינפן אן א הכשר אין עס באהאלטען. מוצאי שבת האבן זיי מיר אויסגעזאגט די באהעלטעניש)

You must be the change you want to see in the world
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- הערשי
- ידיד השטיבל
- הודעות: 347
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 203 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 948 מאל
שטארק ווייטאגליכע נושא. כמעט וואס ס'איז געווארן צוויי תורות בישראל חלילה. בית שמאי און בית הלל לא נמנעו מלישא נשים כאטש וואס צרת הבת פראדוצירט ממזרים, און דא פסל'ט מען שחיטות איבער נארישקייטן. אוי לדור שכך עלתה בימיו.
לדעתי, אזוי לאנג ווי איר סערווירט כשר גלאט ברויכט איר נישט נתפעל ווערן פון די מחזיקים במחלוקות. אידן עסן מיט אידן. לאכל את העברים לחם איז א תועבה למצרים. אוודאי ברויכט איר איינמעלדן די הכשר ביי א שמחה, אבער נישט אקאמאדירן. כ"ש ביי אייך אין שטוב. אז דער איידעם איז א פערד זאל ער עסן שטרוי.

היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
כ'מיין ס'וואלט געווען א גוטע געדאנק זיך צוצושטעלן צו ביידע צדדים אזוי: געב נישט קיין פלייש בכלל, פאר די ארויני וועסטע זאגן אז לכבוד אים האסטע נישט צוגעשטעלט 82 פלייש און פארן זאלי וועסטע זאגן אז לכבוד אים האט מען נישט צוגעשטעלט קר"י פלייש. והכל על מקומו
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
הערשי האט געשריבן:שטארק ווייטאגליכע נושא. כמעט וואס ס'איז געווארן צוויי תורות בישראל חלילה. בית שמאי און בית הלל לא נמנעו מלישא נשים כאטש וואס צרת הבת פראדוצירט ממזרים, און דא פסל'ט מען שחיטות איבער נארישקייטן. אוי לדור שכך עלתה בימיו.
. אוודאי ברויכט איר איינמעלדן די הכשר ביי א שמחה, אבער נישט אקאמאדירן.
אין די גמרא איז מבואר די הערליכקייט פון די הארמאניע פון שמאי און הלל, איז געווען דער טראסט. מען האט געטראסט דעם בית שמאי איד אז ער וועט אים נישט אריין פאפן מיט א זאך וואס איז נישט אויסגעהאלטן לויט הלל.
דאס איז דאך אקוראט וואס דו שלאגסט פאר...
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1844
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
- האט שוין געלייקט: 673 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל
לענ"ד, אויב רוב פון דיין משפחה באלאנגט צו דיין חסידות, אפגעזען ווער דער ציבור איז, שטעל צו פון דיין חסידות, אויב ביסטו דער איינציגער אין משפחה אהער, און די איבריגע איז אהין, וואלט איך דיר געראטן זאלסט צושטעלן פון ביידע (פשוט אלס דיין באקוועמליכקייט וד"ל).
לגוף הענין, מיעל מארט פלייש איז נישט טריפה (וכן דעת מו"ר מסאקמיר שליט"א [קרעדיט וואדריזש רב]), מען פארלאזט זיך נאר אויף גאר אסאך קולות, איך האב אמאל געלערנט אין שו"ע ביי הלכות סעודה אז ווען מען איז צוגאסט ביי א פרעמדן מעג מען (צו מען דארף) מיקל זיין פון חומרות כדי נישט צו פארשעמען דעם גאסט געבער.
ממילא מנהגי, וכך מנהג הרבה יראים ושלמים חסידים ו"אנשי" מעשה, ווען מען איז ביי יענעם אינדערהיים צוגאסט, פרעגט מען ניטאמאל וועמענס פלייש ס'איז, ווען מען קען צופאטשעקט מען אביסל די פלייש כאילו מען האט עפעס געגעסן, און די פלייש איז בדרך כלל סוף סעודה, קען מען האבן א תי' אז מען איז שוין פיל און מען קען נישט עסן.
ווען מען איז ביי א שמחה וואס מען האלט נישט א אויג אויף דיר, קענסטו פלעין איגנארן די פלייש, מאך נישט קיין צימעס און קיין איבערקערעניש, ושלום על ישראל.

- outspoken
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1227
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
- האט שוין געלייקט: 269 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל
ביין א שמחה וואס איז געווען אין א נאטראלע זאל האב איך באשטעלט קאהן'ס פלייש וואס ס'האט געקאסט אביסל מער (כפרה געלט פאר די סאטמארע מחלוקה)
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 17, 2013 9:02 pm
- געפינט זיך: צווישען די שמויגערס
- האט שוין געלייקט: 34 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל
שרייבער האט געשריבן:איך וואלט געטוישט דעם קעפל "ברויך מען זיך רעכענען מיט כשרות ביי א שמחה"
ווייל מיט פאליטיק דארף מען זיך זיכער נישט רעכענען, די שאלה איז דא א געהעריגע כשרות שאלה (חומרות ביי כשרות)
ווי באקאנט איז דא א חסידות וואס האבן גרויסע חומרות ביי די שחיטה אין עס קאסט טייער זייער פלייש. זיי עסן נישט ביי קיין שמחות וואס מען סערווירט נישט זייער הכשר, ווען מען טראגט אן א שידוך איז דאס איינע פון די נושאים וואס ווערן גווענדליך גוט אויסגעשמועסט פון פריער למשל קען איך מער פון איינער פון דעם קרייז וואס איינער איז געווארן א איידעם אין די ״פרעמד״ אין פאר די שידוך שליסן האט מען גערעדט וועגן די פלייש שחיטה נושא אין דער מחותן האט געזאגט אז ער וועט טוישן אלע טעפ אין שטוב אין אנהייבין צו קויפן נאר זייער פלייש. ער האט זיך נאכדעם געמאכט א חשבון עס קאסט אים סך הכל א אלף דולר מער א יאר אין ער באצאלט מיט א שמייכיל
לענייני אז מען מיינט די כשרות נושא אין נישט פאליטיק וועלן זיך רוב בעלי שמחה צושטעלן
״יעדע שמויגער פאר זיך טויג ער״
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 141
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 3:17 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 105 מאל
שרייבער:
איך האב בדוקא געשריבען "פאליטיק" און נישט "כשרות", יעדער-ביידע צדדים- העכער די 23 יאר, וועט דיר מודה זיין און א גוטע מינוט, אז די גאנצע פלייש סומאטוכע איז נאקעטע פאליטיק.
לאמיך דיר אביסעל מסביר זיין (אפילו איך האב באמת נישט געוואלט אריינגיין און די עצם פאליטיק דיון) וויבאלד די רגע וואס איך האלט ווען אז עס האט מיט "כשרות" צוטאן, וואלט איך זיכער נישט געטראכט פון זיך צושטעלען צו די מענטשען וואס קומען צו מיר, און דאס נישט עסען דאס פלייש וואס איך עס, שרייט הויך אין קלאר, "דו,אין דיינע קינדער עסען טריפה א גאנץ יאר".
לאמיר אנהייבען מיטען צד מהרז"ל,
זייער נישט עסען ארונישע פלייש, קען איך בדוחק גדול אריינטייטשען און כשרות אישו, און אויך נאר צו זאגען אז "טאמער" עס מאכט זיך א פראבלעם, וועלען די באהערדע פון די ארונים ארומשפיעלען פאר צוויי דריי וואכען, ביזען ערלעדיגען די פראבלעם און פראבירען צו איבערצייגען יעדעם, אז פון היינט און ווייטער זענען זיי ווייטער דאס מהודר'דיגסטע פלייש, ווייל דער אנדערער האט אויך די זעלבע פראבלעם, נאר זיי האבען נישט קעיר גענומען דערפון, און די ארונים האבען יא, ווי -לויט די זאלוינים טענה'ען- ס'האט זיך ארויסגעשטעלט שוין צוויי מאהל, ביי די מוסקאווי און די צומות הגידין פרשיות, וואס די ארונים האבען געדרייט די טישען אקעגען די זאלוינים, נאכען ווערען געפאקט ביי א פראבלעם.
אבער איך גלייב נישט אז ס'איז דא קיין סאך זאלוינים וואס באשולדיגען די ארונים מיטען סערווירען-לכתחילה- זייער עולם טריפות.=פאליטיק
היצט די צד ארונים,
זיי האבען דאך פאר זעכציג יאר געהעריג געגעסען אט די פלייש וואס זיי רייסען יעצט ארונטער,
נעוואדע נאך וואס די זאלוינים האבען פארפירט-לויט די ארונים בלויז פאר פאליטיק- אז די ארונישע שחיטה פירט ארום זייער ציבור מיט ליגענטס און ווילען נישט "תיכף מודה זיין" און פאררעכטען די פראבלעמען, וואס נאך צוויי דריי וואכען האבען זיי יא געטאן, האבען זיי "געמוזט" צוריקשלאגען קעגען די זאלוינישע פלייש,
אבער דא איז געקומען א טעות -וואס רוב ארונים וועלען שטילערהייט מודה זיין אז סאיז געווען א פאטאלער טעות- דער רבי אליינס האט זיך איינגעטונקען דערין, און כמה וכמה פעמים גערעדט און בארעדט ברבים, סוי יעצט "מוז שוין" יעדער ארוני שרייען אז ער מיינט בלויז "כשרות" און נישט פאליטיק, ווייל וואס האט דער רבי מיט פאליטיק צוטאן?ער איז דאך סאך סאך העכער פון נארישע פאליטיק.= פאליטיק

מענין לענין באותו ענין. אויב טראג איך און די עירוב, און איך בין א גאסט ערגעץ וואס יענער איז קעגן דעם עירוב, דארף איך מיך ביקן צו יענעמס תורה, און זיך רעכענען מיט זיינע געפיהלן, אדער איך טו וואס איך וויל? (אמאל איז עס די אייגענע עלטערן, אפשר דארט האט עס שוין מיט כיבוד אב.)
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3150
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
- האט שוין געלייקט: 414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל
נצבד האט געשריבן:שרייבער:
איך האב בדוקא געשריבען "פאליטיק" און נישט "כשרות", יעדער-ביידע צדדים- העכער די 23 יאר, וועט דיר מודה זיין און א גוטע מינוט, אז די גאנצע פלייש סומאטוכע איז נאקעטע פאליטיק.
לאמיך דיר אביסעל מסביר זיין (אפילו איך האב באמת נישט געוואלט אריינגיין און די עצם פאליטיק דיון) וויבאלד די רגע וואס איך האלט ווען אז עס האט מיט "כשרות" צוטאן, וואלט איך זיכער נישט געטראכט פון זיך צושטעלען צו די מענטשען וואס קומען צו מיר, און דאס נישט עסען דאס פלייש וואס איך עס, שרייט הויך אין קלאר, "דו,אין דיינע קינדער עסען טריפה א גאנץ יאר".
לאמיר אנהייבען מיטען צד מהרז"ל,
זייער נישט עסען ארונישע פלייש, קען איך בדוחק גדול אריינטייטשען און כשרות אישו, און אויך נאר צו זאגען אז "טאמער" עס מאכט זיך א פראבלעם, וועלען די באהערדע פון די ארונים ארומשפיעלען פאר צוויי דריי וואכען, ביזען ערלעדיגען די פראבלעם און פראבירען צו איבערצייגען יעדעם, אז פון היינט און ווייטער זענען זיי ווייטער דאס מהודר'דיגסטע פלייש, ווייל דער אנדערער האט אויך די זעלבע פראבלעם, נאר זיי האבען נישט קעיר גענומען דערפון, און די ארונים האבען יא, ווי -לויט די זאלוינים טענה'ען- ס'האט זיך ארויסגעשטעלט שוין צוויי מאהל, ביי די מוסקאווי און די צומות הגידין פרשיות, וואס די ארונים האבען געדרייט די טישען אקעגען די זאלוינים, נאכען ווערען געפאקט ביי א פראבלעם.
אבער איך גלייב נישט אז ס'איז דא קיין סאך זאלוינים וואס באשולדיגען די ארונים מיטען סערווירען-לכתחילה- זייער עולם טריפות.=פאליטיק
היצט די צד ארונים,
זיי האבען דאך פאר זעכציג יאר געהעריג געגעסען אט די פלייש וואס זיי רייסען יעצט ארונטער,
נעוואדע נאך וואס די זאלוינים האבען פארפירט-לויט די ארונים בלויז פאר פאליטיק- אז די ארונישע שחיטה פירט ארום זייער ציבור מיט ליגענטס און ווילען נישט "תיכף מודה זיין" און פאררעכטען די פראבלעמען, וואס נאך צוויי דריי וואכען האבען זיי יא געטאן, האבען זיי "געמוזט" צוריקשלאגען קעגען די זאלוינישע פלייש,
אבער דא איז געקומען א טעות -וואס רוב ארונים וועלען שטילערהייט מודה זיין אז סאיז געווען א פאטאלער טעות- דער רבי אליינס האט זיך איינגעטונקען דערין, און כמה וכמה פעמים גערעדט און בארעדט ברבים, סוי יעצט "מוז שוין" יעדער ארוני שרייען אז ער מיינט בלויז "כשרות" און נישט פאליטיק, ווייל וואס האט דער רבי מיט פאליטיק צוטאן?ער איז דאך סאך סאך העכער פון נארישע פאליטיק.= פאליטיק
איך וואלט דיר גענטפערט אויף דיינע דברי חכמה אבער אזוי ווי איך זעי ווילסטו נישט רעדןפון"כשרות נאר פון פאליטיק" וועל איך עס יעצט לאזן אין א זייט