בלאט 1 פון 3

ערב ראש השנה 'צו טון' ליסטע

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 1:04 pm
דורך ישמעאל הכהן
מ'שטייט אויף פרי צו א לאנגע סליחות

מ'קויפט א נייעם מעסער

נישט פארגעסן צו קופן שהחיינו פירות

רינדיכיגע חלות מיט א הענט פארום דערויף

מ'רופט אן די עלטערן און זיידעס ווינטשן א גוט יאר

דע חבירים איז גענוג נאר מיט טעקסטן א גוט יאר

התרת נדרים

זיך שערן האר און נעגל

וואס נאך?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 1:19 pm
דורך שמעקעדיג
קויפן א נייע לוח אויפן וואנט (אחוץ אויב איז שוין איינס ארויסגעפאלן פון "דער איד", דאן איז גענוג ארויפקלעבן)

א פרוזבול בעפאר די שמיטה יאר

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 2:06 pm
דורך הירשל ציג
איך האב זיך געשארען אום ח' אלול, דארף איך נאכאמאל יעצט ערב יו"ט צו קען איך ווארטען ביז ערב סוכות, אויך ערב יו"ט

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 2:11 pm
דורך I'm back
הירשל ציג האט געשריבן:איך האב זיך געשארען אום ח' אלול, דארף איך נאכאמאל יעצט ערב יו"ט צו קען איך ווארטען ביז ערב סוכות, אויך ערב יו"ט


איר געדענקט די פונקטליכע דאטום ווען איר האט זיך געשוירן דאס לעצטע מאל?!?!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 2:26 pm
דורך אביגדור
שמעקעדיג האט געשריבן:קויפן א נייע לוח אויפן וואנט (אחוץ אויב איז שוין איינס ארויסגעפאלן פון "דער איד", דאן איז גענוג ארויפקלעבן)

א פרוזבול בעפאר די שמיטה יאר

דאס יאר איז פרוזבול?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 2:27 pm
דורך אביגדור
עירוב תבשילין

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 2:35 pm
דורך ישמעאל הכהן
איך האב פארגעסן דאס וויכטיסטע

תשובה טון

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 2:40 pm
דורך שמעקעדיג
תשובה טון איז אויף די ערב ר"ה ליסטע?
אדער הייבסטע אן אלול, אדער דערמאנסטו זיך ביי תפלת זכה, ווען דער רבי שרייעט "עשרתם, ערבתם, הדליקו את הנר"
די פארשלעפטע דערמאנען זיך הושענא רבה ווען דער קעניג פארלאזט שוין דעם אוידיענץ.
אבער ערב ר"ה?? וואו האסטו געזעהן די מנהגים, ביי דיין זיידן??

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 2:41 pm
דורך הירשל ציג
I'm back האט געשריבן:
הירשל ציג האט געשריבן:איך האב זיך געשארען אום ח' אלול, דארף איך נאכאמאל יעצט ערב יו"ט צו קען איך ווארטען ביז ערב סוכות, אויך ערב יו"ט


איר געדענקט די פונקטליכע דאטום ווען איר האט זיך געשוירן דאס לעצטע מאל?!?!

איך געדענק משום סיבה. א פלומעניצע האט געמאלסט חתונה געהאט

נו וואס איז די תשובה?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 2:47 pm
דורך שרייבער
איך מיין ס'האט א מקור אין ספרים צו זיין אפגעשוירן אויף ראש השנה

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 3:29 pm
דורך סאו וואט
אוודאי. דו ווייסט נישט?
דער הייליגע צאדיק הסקווירא פון ספרינג וועלי, האט געטראפען א טור ברקת.....

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 3:42 pm
דורך הירשל ציג
כ'זעה אז זיך שערן ערה ר"ה איז כמעט יהרג ואל יעבור ביים היימישן ציבור. די שאלה איז וואס קומט פריער. העלפן אין שטוב וכדומה אדער שטיין אין די רייע ביים שערער? (כ'שער זיך נישט אין מקוה מכמה סיבות)

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 3:51 pm
דורך שרייבער
הירשל ציג האט געשריבן:כ'זעה אז זיך שערן ערה ר"ה איז כמעט יהרג ואל יעבור ביים היימישן ציבור. די שאלה איז וואס קומט פריער. העלפן אין שטוב וכדומה אדער שטיין אין די רייע ביים שערער? (כ'שער זיך נישט אין מקוה מכמה סיבות)

ס'איז נישט ספירה, קענסט דיך שערן היינט אויך, איך האב מיר שוין געשוירן פאר שבת

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 3:57 pm
דורך הירשל ציג
שרייבער האט געשריבן:
הירשל ציג האט געשריבן:כ'זעה אז זיך שערן ערה ר"ה איז כמעט יהרג ואל יעבור ביים היימישן ציבור. די שאלה איז וואס קומט פריער. העלפן אין שטוב וכדומה אדער שטיין אין די רייע ביים שערער? (כ'שער זיך נישט אין מקוה מכמה סיבות)

ס'איז נישט ספירה, קענסט דיך שערן היינט אויך, איך האב מיר שוין געשוירן פאר שבת

פאר שבת איז געווען 2 וואכען דערנאך, ווער שערט זיך יעדע 2 וואכען??

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 4:13 pm
דורך קינות גירושין
הירשל ציג האט געשריבן:איך האב זיך געשארען אום ח' אלול, דארף איך נאכאמאל יעצט ערב יו"ט צו קען איך ווארטען ביז ערב סוכות, אויך ערב יו"ט

יעדעם כאפט א התעוררת אויף א אנדערע וועג,ווען הירשל וויל זיך הייליגען קומט ער אויף ק״ש פרעגן שאלות אבא האיך מעשרין את המלח

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 4:19 pm
דורך הירשל ציג
קינות גירושין האט געשריבן:
הירשל ציג האט געשריבן:איך האב זיך געשארען אום ח' אלול, דארף איך נאכאמאל יעצט ערב יו"ט צו קען איך ווארטען ביז ערב סוכות, אויך ערב יו"ט

יעדעם כאפט א התעוררת אויף א אנדערע וועג,ווען הירשל וויל זיך הייליגען קומט ער אויף ק״ש פרעגן שאלות אבא האיך מעשרין את המלח


זעהט אויס ביינאייך איז די התעוררות יענעם צו קלאפן...

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 4:59 pm
דורך diff
מגלחים זקנם טור

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 5:00 pm
דורך קאווע טרינקער
קויפן טישואס.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 5:20 pm
דורך שמעקעדיג
טובל'ען די נייע מעסער
קויפן און אנגרייטן האניג ביים טיש
מחזורימ'לעך
אנשטעלן וועקער זייגער בעפארן עלות (להנוהגים כן)
רוקן די שבת זייגערס פון די געוענליכע שבת שעות צו די שפעטער ר"ה שעות, עירקאנדישאן און לעקטערס וכו'.
יש נשים הנוהגים ללכת למקוה
ויש נשים הלובשים על ר"ה רק טיכל לבן

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 5:46 pm
דורך היימישער
שטייט און מטה אפרים אז מען זיך אפשערן ערב יו"ט, צו ווייזען אז מען איז זיכער אז מען גייט באקומען א גיט יאר און מען איז רעדי פריש אפגעשוירן

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 5:48 pm
דורך ישמעאל הכהן
איך לייד פון סטעידזש פרייט, אויך התרת נדרים איז מיר א אפקומעניש. איך גיי קיינמאל נישט צו צום עמוד, אפילו א עליה איז א דורכגאנג. יעדעס יאר ווינטש איך אז מ'מוז נישט מאכן התרת נדרים

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 5:52 pm
דורך שמעקעדיג
אפשר ווייסט טאקע איינער פארוואס מאכט מען יעדעס יאר נאכאמאל התרת נדרים, נאכדעם וואס יעדן יאר איז מען מגלה דעת אז אלע נדרים מהיום והלאה איז בטל ומבוטל?
און דערנאך איז מען עס מבטל נאכאמאל יוכ"פ ביי כל נדרי.
בפרט היינטיגע צייטן וואס קיינער מאכט נישט קיין נדרים און כמעט נישט קיין קבלות.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 5:53 pm
דורך היימישער
איך האב א חבר וואס האט די זעלבע פראבלעם, שטעל איך ציזאם אפאר גיטע חבירם אזוי שעמט ער זיך נישט אזוי שטארק