הרב
אשר לעווין איז לדעתי פון די, אויב נישט דער בעסטער שרייבער ביים היימישן עולם. מעשי ידיו זענען שרייבווערק פונעם סאמע העכסטן קאליבאר. זיין מעלה איז אז מ'קען נישט אנצייגן אויף א ספעציפישן מעלה. ער איז ממש א כל בו אין שרייבעריי, קאלירפול ביז גאר. ער האט געוואלדיגע תוכן, א שיין תלמיד חכם אויסגעקאכט אין תורה שבכתב ובעל פה, א ידען נפלא איבער אידישע היסטאריע, עקסטרעמע הומאר, רייכע משלים און מליצות, ברייטע דמיון, אויסנאם גוטע ארטיקיולעטער און אנאליזער,שארף צום פינטל ווען נוטיג, און ווארעם און צוגעלאזן ווען ס'פארלאנגט זיך. אויך פארמאגט ער א זעלטן רייכע וואקאביולאר הן אין אידיש, און ווי אויך אין לשה"ק. איך ווייס נישט צו ער שרייבט אין ענגליש, אדרבה אויב איינער ווייסט עפעס דערפון, און קען דאס באשטעטיגן וואלט איך שטארק הנאה געהאט.
חוץ פון דעם אז לאבין איז א רעבישע נאמען האב איך קיינמאל קיין אהנונג געהאט, און כ'האב נאך אלץ נישט, ווער דער טאלאנטפולער אינגערמאן איז. כ'פלעג זיך כסדר אויס'משל'ן וויאזוי דער צדיק זעהט אויס, און פארשטייט זיך אז יעדעס מאל כ'האב געלעזט א צווייט קאליר ארטיקל האט זיך דער דמיון ארויסגעלאזט אויף א פרישן יאגד צו כאפן געשטאלטן מיט די פעהיגקייט צו איבערצייגן מיין מח אט דאס איז דער האנט פון וואנען ס'זעלטן גאלדענע פענע שלענגלט זיך פונעם ארבל, און פארשווארצט דעם גליקליכן פאפיר.
געווען איז דאס בערך פאר צוויי יאר צוריק, ווען איינס פון זיינע שפיץ מייסטערווערק האבן געגרייכט די פאליצעס פון די היימישע געשעפטן. דאס איז געוועזן זיין ארטיקל איבער זיין באזוך אינעם קעניגרייך פונעם מלאך המוות--"אוישוויץ". דאס איז געוועזן דער ערשטער מאל כ'האב געזעהן א בילד פון אים אויפן דעקל פונעם שפאקטיוו. זיין געשטאלט איז געוועזן היבש קאנטראדיקטיוו מיט די אויסגע'משל'טע געשטאלטן ס'פלעגן זיך בייטן אין מיינע מח קעמערלעך, אין א בדיעבד'יגן פארזוך צו איבערצייגן מיין אומבאהאלפענע נייגער אז ער איז טאקע דער הרב לעווין.
אן איידל נידריג רויטער אינגערמאנטשיק, מיט אן ענווה'דיגן גרימאסע אויסגעגאסן אויף זיין געזיכט. גרויסע חסידישע גאלד-שווארצע ברילן, געוויס בכוונה ארויפגעלייגט 'אויף' זיינע האלב-געמאכטע פיאות נישט צו פארשעמען פרומקייט, און טאקע שווארצע זאקן מיטן רעבישן פראכט ווי מיט שטאלץ צו זיין גלאררייכע ייחוס. געשטאנען איז ער דארט צוזאמען מיט העסקן ר' בנציון ווידער פון מאנסי ביים אוישוויצער קאלעך אויוון איינגעהילט אין א טלית, מיט א קל מלא רחמים'דיגע טרערן גלאנץ.
קען זיין ס'איז צוליב דעם וואס איך בין אבסעסט מיטן שואה, און כ'האב שטארק געפיהל דערצו. לדעתי איז אבער יענע ארטיקל געוועזן א זעלטנהייט, און כ'וואלט געוואלט הערן די מיינונג פון אנדערע. הרב לעווין האט דארטן געשילדערט זיין באזוך מיט רויטע פארבן, און האט באוויזן צו דערשלאגן מיינע שיטערע טרערן צו א געדיכט ציפעדיגן זאלציגקייט.
לעצענס זעהט מען פון איהם בילדער ווי ער רייזט ארום דער וועלט, דורכפירענדיג גלאבאלע פארש מיסיעס פאר דער שטערן. אוישוויץ, טאקיא, מאסקווע, און נאך. אויף די בילדער זעהט מען איהם שטענדיג אויפגעלייגט, אלץ מיט א פרישע וועג צו אטראקטירן חן. זאל דאס זיין דער טלית אין אוישוויץ וועלעכס טוהט דראמאטאזירן דעם גהינם, צו דער בא'חן'נטער דאטשיק אויפן קאפ, וועלעכס ערוועקט נאסטאלגיע צום יהדות החרדית אינדערהיים.
ער איז א ווארימער נשמה מיט גרייטקייט פאר אנדערע. הן פון א ריין אידישן שטאנדפונקט טוהט ער רעפלאקטירן די אידישע מידה פון רחמנות; און אויך פון א ברייטהארציג הומאנטערישן שטאנדפונקט, א היימישער טשעמפיאן פאר מענטשן רעכטן. ס'איז אוממעגליך דאס צו פארזעהן פון צווישן די שורות פון זיינע ארטיקלן ווי ס'איז שטארק מערקבאר, און שטארט כסדר ארויס מיט אלע פארבן. בערך פאר צוויי יאר צוריק האב איך זיך דערוויסט פון זיינע פדיון שבויים אקטיוויטעטן, טאקע פון דרור. ער האט געגעבן איין תשעה באב אן אינטערוויא אויף קול מבשר פאר יוסי געשטעטנער איבער תפיסות אין אמעריקע, און בפרט די ביטערע לאגע אין וואס היימישע ארעסטאנטן געפינען זיך. ער איז געקומען רעדן איבער רובשקין אין מאנסי, האב איך אים זייער געוואלט זעהן, אבער פונקט האט זיך געמאכט קאמפליקאציעס איך זאל קענען אנקומען אהין. איך געדענק טאקע אינדערפריה האב איך געזעהן פאשקעווילן אויף איהם, כ'האב געהאפט דאס וועט נישט אפעקטירן זיין אנוועזנהייט, כ'האב שטארק געהאפט איהם צו זעהן, און אויב מעגליך טוישן מיט אים א ווארט.
יאנקל פרייליך פלעגט פאר יארן זיין ביי מיר א הויפט פאקטאר אין קויפן דער שטערן. זיין הומאריסטישן פענע און שארפע אויגן, האט נישט אויסגעקוקט ס'קומט פון א שרייבער מעלמא הדין. כ'האב געטראפן אמאל שמעון ראלינצקי, און כ'האב אים א פרעג געטאהן ווער דער מאדנער ערנסט גערעדטער 'יאנקל פרייליך' איז. זיין ענטפער ס'איז דער זעלביגער רויטער אינגערמאנטשיק פונעם שטרענגן קוק ווינקל, האט פארשטייט זיך געהויבן הרב לעווין'ס פערזענדליכקייט אין מיינע אויגן.
כ'האב געמיינט ער איז בלויז א סטאר אין אידיש שרייבווערק. למעשה האב איך זיך דערוויסט אז לשון קודש האט זיך נישט וואס צו שעמען מיטן אריינעמען אזא שרייבער אינערהאלב אירע ברייטע ראמען. ער האט באלאכטן דעם
הפעמון יעדעס ווארט ממש מתוק מדבש. אויך האט ער פארפאסט א הארציגן קינה אויפן שואה וועלעכע קען צולאזן א שטיין אין סאבסטאנץ, און האט זיך בכלל נישט וואס צו שעמען מיט די גרעסטע קינות קאמפאזירער אין קוואליטעט. מ'האט דאס שוין ציטירט
דא אינעם שטיבל.
כלפי זיין שרייבן דא אינעם שטיבל האב איך שוין אויך חושד געוועזן צאללאזע ניקס, אריינגערעכנט טאקע מאראנץזאפט אויף וועמען מיינע חשדות זענען מיט רעכט זייער הויעך. מאראנץזאפט איך בין דיר טאקע נישט חושד צו זיין הרב חידא ווייס, און אויך נישט ר' מאטל זילבער. אבער הרב לעווין קענט איר גאר מעגליך זיין.
צום שלוס: כ'האב קיין אהנונג ווער דער לעווין איז, כ'האב אים נאך קיינמאל באגעגנט אפילו. כ'האב שוין אבער פאר א לאנגע צייט שטארקע שעצונג צו זיין מייסטערווערק און ווארימער כאראקטער. אין א צייט ווען היימישע דזשורנאליזם איז טיף אין דער אדמה, און צו ליינען עפעס זאכליך ברויך מען נישטערן אויפן געוועב, איז ער ממש פון יחידי סגולה מיט א זכות צו באלייכטן אידישע היימען מיט זיין זעלטן רייכער פענע. זאל דאס זיין איבער אידישע היסטאריע, זאכליכע ראציאנאלע מוסר איבער דברים העומדים ברומו של עולם, שרעקעדיגע הומאר, און סתם רייכע ארטיקלן. איך האב שוין לאנג געוואלט באשרייבן דעם צדיק, און אז ס'איז יעצט אונטערגעקומען, האב איך נישט געוואלט פארפאסן דעם געלענהייט.
הרב לעווין, איך ווייס נישט צו איר שרייבט דא, איך ווייס נישט צו איר ליינט אפילו קאווע שטיבל. איך ווייס נישט צו מיינע שורות וועלן בכלל אנקומען צו אייך, וויסן זאלט איר אז שכרך הרבה מאוד. מיר באלעקן זיך מיט אייערע ארטיקלן. קיפ איט אפ, יו ראק!