בלאט 1 פון 2
הצלה - חילול שבת ויו"ט - שיטת ר"מ וויזשניץ מאנסי
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 12:13 pm
דורך איחוד פעלד
די וואס זענען גענוג אלט צו געדענקען ווייסען צו זאגען אז ר' מאטעלע האט צווישען אלע זיינע מחאות אויך שטארק מוחה געוועהן אויף הצלה, און גע'טענה'ט אז זיי פירען זיך נישט כהלכה אין שבת ויו"ט, און פארדעם האט ער געהייסען זיינע חסידים באקאטירען הצלה, און עס איז אפילו געוועהן א פאל ווי איינער איז צאמגעפאלען און איז ליידער געשטארבען וועגען מען האט נישט צוגעלאזט די הצלה זאל אים ראטעווען דאס לעבען.
אהן אריינגיין אין די לעצטע מעשה, וואס איז שוין ווי פארשטייט זיך א גוזמא'דיגע שיטה, וויל איך רעדען בנוגע דער זאך אליין, חילול שבת מיט הצלה.
עס איז דא צוויי ענינים ווי דער הצלה איז מחלל שבת, פאר דער קאל קומט אריין און נאכדעם.
פאר דער קאל, גייען די הצלה מעמבערס מיט וואקי טאקיס און ראדיאס וואס זיי הערען דארט די קאלס וואס קומען אריין, לויט ווי עס איז אנגענומען אין די היינטיגע וועלט, זענען די כלים מוקצה. אויך פירען זיי זיך צו דרייען די וואליאם פין די וואקי טאקיס ארויף און אראפ כרצונם, למשל ווען עס איז שטיל ביהמ"ד מאכען זיי עס שטילער, און ווען די גערויש איז גרעסער דרייען זיי עס ארויף.
נאך דער קאל איז דא דער באקאנטער פראבלעם פין צוריקפארען אהיים.
כידוע האבען די היינטיגע פוסקים דורך געאקערט די שאלות, און זיי זענען דאס מתיר מיט היתרים, אמאהל בעסער און אמאהל שוואכער, איך דער שרייבער פין דער שורות קען נישט פארשטיין די היתר פין ר' משה פיינשטיין אז מען מעג צוריקפארען אין שבת אליין, מיט א היתר פין שמא וועלען די הצלות נישט וועלען גיין, עיין במשנה ברורה תקכ"ו וואס דרייט דארט ארום מיט דעם סארט היתר לגבי פארען קובר זיין א מת אין יו"ט שני, ווי מען קען זעהן ווי שוואך דער היתר איז.
האט אבער ר' מאטעלע געטענה'ט אז נאך אלע היתירים ברענגט עס אריין א שטארקע קלות ביי הצלה מענטשען לגבי שבת בכלל, און אויף דעם פרט קען איך זאגען, אז ער איז לכאורה גאנץ גערעכט.
אין די פורום
בחדרי חרדים שטייט אז עס איז דא הצלה מעמבער וואס ברענגט זיין הצלה טראק יעדעס שבת און יו"ט אין ביהמ"ד, און נאכען דאווענען פארט ער אהיים, און די היתר דארף זיין פין איינער פין די גדולי ההוראה ר' שמואל אליעזר שטערען!
ראש השנה התפללתי בבית הכנסת ערלוי ברחוב מהרש"ל בבני ברק ,
ונדהמתי לראות כי כל יום מימי החג בשעה 08:30 בבוקר מגיע למקום אמבולנס של מד"א (כתוב עליו דן 51) וכונן של "הצלה גוש דן" מנחם א. נוהג בו, וחונה את האמבולנס בנחותא ללא עול שבת וחג,
ובסיום התפילה נכנס חזרה לאמבולנס של מד"א ונוסע חזרה לביתו.
וואס גייט דא פאר?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 12:30 pm
דורך קאווע טרינקער
איחוד פעלד האט געשריבן:אין די פורום
בחדרי חרדים שטייט אז עס איז דא הצלה מעמבער וואס ברענגט זיין הצלה טראק יעדעס שבת און יו"ט אין ביהמ"ד, און נאכען דאווענען פארט ער אהיים, און די היתר דארף זיין פין איינער פין די גדולי ההוראה ר' שמואל אליעזר שטערען!
וואס גייט דא פאר?
אפאר שורות פריער שרייבטסו דעם תירוץ
איחוד פעלד האט געשריבן:כידוע האבען די היינטיגע פוסקים דורך געאקערט די שאלות, און זיי זענען דאס מתיר מיט היתרים....
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 12:35 pm
דורך אביגדור
יש לחלק בין כפר לעיר.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 9:58 pm
דורך איחוד פעלד
באמת?
א היתר צו דרייווען יעדעס וואך צום דאווענען מיט א הצלה טראק אהין און צוריק?
אנטשולדיגט, טאמער איז מען דאס טאקע מתיר, קען מען מתיר זיין פאר יעדעם איינעם צו דרייווען אין בית מדרש אריין, מיטען אויסרייד, אז אפשר וועט מען דארפען אנטלויפען פין א באמבע, אדער אפשר וועט ער דארפען העלפען רופען הצלה וכו'.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 10:02 pm
דורך זר זהב
א רב האט מיר טאקע מתיר געווען צו פארן שבת מיט מיין קאר צו קענען שנעל אוועקפליען פון מאלעסטער'ס
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 10:04 pm
דורך איחוד פעלד
איך טענה שוין פין לאנג אז די ביסט א זיס אינגעלע........
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 10:05 pm
דורך משולם שטיינפעלד
איינער זאגט מיר אז היינט צוטאגס דרייען זיך אסאך אינגעלייט וואס די ווייבער זענען אין ניינטן מיט סעללפאונס שבת.
איז דאס מותר?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 10:06 pm
דורך זר זהב
ערשטע מאל איך הער עס!
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 10:06 pm
דורך זר זהב
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:איינער זאגט מיר אז היינט צוטאגס דרייען זיך אסאך אינגעלייט וואס די ווייבער זענען אין ניינטן מיט סעללפאונס שבת.
איז דאס מותר?
די מיט מאושר פילטער איז נישט קיין שאלה
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 10:13 pm
דורך אביגדור
בשא"ד שאני.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 10:19 pm
דורך משולם שטיינפעלד
די דיו דעיט איז אנגענומען להלכה לקולא?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 10:25 pm
דורך איחוד פעלד
מען פלעגט אייביג מתיר זיין פאר א מאן אין דעם ניינטען מיטנעמען א ביפער, און דער היתר איז איבערגעגאנגען אויף א טעלעפאן.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 10:33 pm
דורך אביגדור
.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 10:59 pm
דורך איינער
[tag]איחוד פעלד[/tag] לויט חז״ל איז א קלות אין הצלת נפשות פיל הארבער ווי א קלות אין חילול שבת. און אפילו עס איז געווען רבנים וואס זייער OCD האט זיי געמאכט פארגעסן הלכה, האט דער פוסק הדור ר׳ משה פיינשטיין נישט פארגעסן דעם ״וחי בהם ולא שימות בהם״.
עס איז כדי צו
ברענגען דעם לשון פון רמב״ם פאר די וואס האבן די אזויגערופענע שיטה פון ר״מ
״כשעושים דברים אלו, אין עושין אותן לא על ידי גויים, ולא על ידי קטנים, ולא על ידי עבדים, ולא על ידי נשים--כדי שלא תהא שבת קלה בעיניהם; אלא על ידי גדולי ישראל וחכמיהם. ואין מורין לנשים לעשות דברים אלו. ואסור להתמהמה בחילול שבת, לחולה שיש בו סכנה, שנאמר "אשר יעשה אותם האדם וחי בהם" (ויקרא יח,ה), ולא שימות בהם. הא למדת, שאין משפטי התורה נקמה בעולם, אלא רחמים וחסד ושלום בעולם.
ואלו המינים שאומרים שזה חילול ואסור, עליהן הכתוב אומר "וגם אני נתתי להם, חוקים לא טובים; ומשפטים לא יחיו, בהם" (יחזקאל כ, כה).״
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 11:17 pm
דורך אביגדור
פשוט.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 11:26 pm
דורך היימישער
לויט ווי איך האב געהערט יארען ציריק אז ווען וויזניצער רבי האט פארפירט אויף די הצלה אויך נאך רבנים האבען פארפירט, דעמלץ אז געווען געפערליכע זילזילים און מען האט טאקע אויפגענימען רבנים און מען האט אונגעהויבען צי לערנען מער הלכות מיט די הצלה מעמבערס וואס יא און וואס נישט
עס איז נישט קיין פארגלייך היינט ווען יעדע געגענט האט זיינע רבנים וואס נעמען קעיר פון אלע פראבלעמען, עכ"כ אז א רב פון א געגענט האט געוואלט אז מען זאל ארויס ווארפן א מעמבער און מען האט געפוילט אז גייט נישט לויפן שבת און נישט האבען זיין רעדיאו שבת
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 12:23 am
דורך איינער
דאן דארף מען מוחה זיין אויף די קלות אליין.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 2:11 pm
דורך איחוד פעלד
איינער
די האלסט טאקע אז דרייווען מיט א הצלה טראק צו און פין דאווענען איז נאר צוליב הצלות נפשות?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 2:22 pm
דורך outspoken
איחוד פעלד האט געשריבן:איינער
די האלסט טאקע אז דרייווען מיט א הצלה טראק צו און פין דאווענען איז נאר צוליב הצלות נפשות?
ס'שטייט נישט אין שו''ע, ויכון שיהא לשם שמים בלי שום פניות...
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 2:44 pm
דורך איחוד פעלד
כ'הער.
ביסט גערעכט ווען א הצלה מעמבער פארט אויף א קאל און האט אינזין אז אלע קינדער זאלען זעהן זיינע לאלאס, מעג ער טאקע, אבער פארען צום דאווענען מיט א טראק?
לדעתי איז נישטא אין דעם קיין צד הצלות נפשות. און דאס האט נישט מיט הלכה, א איד וואס דאווענט דארט שרייט אויף דעם געוואלד, כלומר, עס איז נישט דארט קיין ספעציעל אלטער אדער קראנקע איד וואס דארף זיין טראק.
ווען עס געשעהט ווען אין דיין שוהל וואלט עס דיך אויך געבאדערט.
דער מעשה ווייזט אז ר' מאטעלע איז גערעכט געוועהן מעיקרא ווען ער האט געטענהט אז די הצלה לייט זענען קלים, און זענען מחלל שבת אהן קיין היתירים. אין הכי נמי, די זאך איז איינגעהאלטען אין בארא פארק און ווילי, אבער דא זעהט מען ווען א הצלה מעמבער איז א גבר אלים, טוט ער וואס ער וויל אונטער דער שירעם פין פיקוח נפש.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 2:50 pm
דורך לעיקוואד
לכאורה איז זיין סברא אז אויב באקומט ער א קאל ביים דאווענען זאל ער נישט דארפען אהיימלויפען נעמען דער טראק. נו וואס איז דאס אזוי אפגעפרעגט? פונקט ווי ער מעג ארומטראגען דיין ראדיא אדער טעלעפאן מעג ער דאף דאס אויכעט, ניין?
אויב ר' מאטעלע האלט אז הצלה לייט זענען קלים, איז אנשטאטס האקען אויף יענעם זאל ער הייסען פאר אפאר פון זיינע חאניאקישע יונגעלייט זיך לערנען זיין הצלה מעמבערס און זיך פירען כדין וע"פ כל החומרות. פאר עפעס א מיסטעריעזע סיבה האלטען די חאניאקעס פון די סארט פון ר' מאטעלע אז מצוות ווי הצלת נפשות זענען געמאכט פאר באמעס מיט לאלאס און נישט פון זיי רעדט זיך עס. זייער עבודה איז זיך שאקלען שטארק ביים דאווענען און מוחה זיין אויף אנדערע.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 2:52 pm
דורך שרייבער
איחוד פעלד האט געשריבן:כ'הער.
ביסט גערעכט ווען א הצלה מעמבער פארט אויף א קאל און האט אינזין אז אלע קינדער זאלען זעהן זיינע לאלאס, מעג ער טאקע, אבער פארען צום דאווענען מיט א טראק?
לדעתי איז נישטא אין דעם קיין צד הצלות נפשות. און דאס האט נישט מיט הלכה, א איד וואס דאווענט דארט שרייט אויף דעם געוואלד, כלומר, עס איז נישט דארט קיין ספעציעל אלטער אדער קראנקע איד וואס דארף זיין טראק.
ווען עס געשעהט ווען אין דיין שוהל וואלט עס דיך אויך געבאדערט.
דער מעשה ווייזט אז ר' מאטעלע איז גערעכט געוועהן מעיקרא ווען ער האט געטענהט אז די הצלה לייט זענען קלים, און זענען מחלל שבת אהן קיין היתירים. אין הכי נמי, די זאך איז איינגעהאלטען אין בארא פארק און ווילי, אבער דא זעהט מען ווען א הצלה מעמבער איז א גבר אלים, טוט ער וואס ער וויל אונטער דער שירעם פין פיקוח נפש.
איך זע דיין ציל דא איז מצדיק צו זיין ר' מאטעלע, נו כל הכבוד לך
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 9:46 pm
דורך נייגעריגער
איחוד פעלד האט געשריבן:....דער מעשה ווייזט אז ר' מאטעלע איז גערעכט געוועהן מעיקרא ווען ער האט געטענהט אז די הצלה לייט זענען קלים, און זענען מחלל שבת אהן קיין היתירים. אין הכי נמי, די זאך איז איינגעהאלטען אין בארא פארק און ווילי, אבער דא זעהט מען ווען א הצלה מעמבער איז א גבר אלים, טוט ער וואס ער וויל אונטער דער שירעם פין פיקוח נפש.
דאכטצעך אז וויזניצער רבי'ס טענות זענען בעיקר געוועזן אויף דעם וואס מ'פארט צו קאל'ס אויף אזעלכע זאכן וואס דארפן נישט urgent care ווי למשל א צעבראכענע האנט וכדו', און אויכעט אויף די מענטשן וואס רופן הצלה פאר יעדע קלייניקייט, איך געדענק אז א פלוג-בלעטל לצדו האט ציטירט פון אים אז פאר מ'רופט הצלה זאל מען טראכטן צו מ'וואלט געצאלט אפאר הונדערט דאלער צו באקומען יעצט הצלה?
לעיקוואד האט געשריבן:...אויב ר' מאטעלע האלט אז הצלה לייט זענען קלים, איז אנשטאטס האקען אויף יענעם זאל ער הייסען פאר אפאר פון זיינע חאניאקישע יונגעלייט זיך לערנען זיין הצלה מעמבערס און זיך פירען כדין וע"פ כל החומרות. פאר עפעס א מיסטעריעזע סיבה האלטען די חאניאקעס פון די סארט פון ר' מאטעלע אז מצוות ווי הצלת נפשות זענען געמאכט פאר באמעס מיט לאלאס און נישט פון זיי רעדט זיך עס. זייער עבודה איז זיך שאקלען שטארק ביים דאווענען און מוחה זיין אויף אנדערע.
ער האט געטון בערך אזוי [איך זאג בערך, ווייל כ'מיין נישט אז די דארפסט די חאניאקעס אין די הצלה....]! איך האב א ידיד אין די הצלה א וויזניצער חסיד וואס ער האט אים געהייסן לערנען די הלכות און ער האט אים פארהערט און דערנאך האט ער אים געלאזט לויפן צו קאל'ס וואוסענדיג אז ער ווייסט שוין וואס מ'מעג און וואס נישט!