בלאט 1 פון 2

***היום*** רבותי ''גייט'ס וואטען''!!!!!!!!! ***היום***

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 4:14 pm
דורך outspoken
מ'לעבט היינט אין א שווערע אקענאמישע צייט וואס אידן מיטשענען זיך צו לייגען עסען אויפען טיש.
געזעצליך קענען מיר באקומען וואטשערס פאר עלטערען וואס ארבייטען, וואס העלפט ארויס ארויס סיי די עלטערען אין סיי די ישיבה.
געזעצליך קענען מיר באקומען באסעס זונטאג,פארטאגס,ביינאכט נאך מתמידים. געזעצליך קענען מיר באקומען קאלעדז פראגרעם און TAP .
געזעצליך קענען מיר באקומען צענדליגע זאכען וואס זאל אינז ארויסהעלפען.

אבער איין זאך פעלט אויס אז מיר זאלען דאס טאקע באקומען, אז די פאלעטישען זאלען דאס אריינלייגען אין די בודזשעט.

די איינציגסטע וועג איז אז מיר גייען ארויס שטימען!!!!!!!!!!

אויב ביסטו א זלוני/פאפא/צעלים/וויען/שטום ווי זיי הייסען.

אויב ביסטו אן ארוני, שטום ווי זיי הייסען.

אויב ביסטו אן אויבער חכם, שטום פארקערט ווי דיין קהילה הייסט. אבער גיי ארויס שטימען!!!!!!!!!!!!!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 4:27 pm
דורך outspoken
.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 4:27 pm
דורך שמעקעדיג
איך הער שוין די תורות אזויפיל יאר! ביז דערווייל איז מיין עקאנאמישער מצב גארנישט בעסער געווארן, נאר שווערער.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 4:33 pm
דורך outspoken
אדרבה, גיי אריין צו דיין מוסדות, אפשר קענען זיי ארלעדיגען פאר דיר וואטשערס, אדער פאר דיין בחור קאלעדז פראגרעם און TAP

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 5:20 pm
דורך שמעקעדיג
יעצט אראפגעלייגט די פאון מיט מיין מוסד. די איינציגסטע וואס זיי קענען מיר צושטעלן איז א וועד האישור אפליקאציע פאר א סמארטפאון.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 5:37 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
נישט גיין וואטן עס האט אונז קיינמאל גארנישט געברענגט יעדעס מאל פאדרייט מען אונז דעים קאפ מיט א צווייטע פאדרייעניש אמאל מיט וואטשערס אמאל מיט מציצה בפה עס איז אלס א קאווער אפ די עסקנים ברויכן נאר אונזער וואטס צו גאנבענען נאך געלט און עפענען נאך א oda און ריזאנען נאך א לאט באט גלייבטס מיר אונז וועל מיר גארנישט מרוויח זיין

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 6:23 pm
דורך היסטאריקער
@WmsbgNews: Come &Meet the future Mayor of NYC at the Endorsement Rally tonight at Kent x Hooper 8:15, @BillDeBlasio will lay out his vision for Future!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 6:28 pm
דורך גאלד
באקומען דער מעסעדש

Major announcement tonight from DeBlasio in Williamsburg

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 7:33 pm
דורך גאלד
יעצט געהערט די א"ג "גרויסע" מודעה פון דעבלאזיא, נעמליך ער גייט אפציעל פארשפרעכן צו אינגאנצן מבטל זיין די מציצה בפה געזעץ,

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 7:34 pm
דורך זר זהב
LOL

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 7:36 pm
דורך גאלד
כ'מיין אז טאמפסאן האט אויך דאס פארשפראכן,

ווייסט איינער?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 7:54 pm
דורך outspoken
FROM THE ZALMAN'EITS

קול מלחמה במחנה.

דעם פארגאנגענעם ערב ראש השנה, ווען כלל ישראל האט זיך געגרייט צום הייליגן יום הדין, איז אריינגעקומען די נייעס אז א געוויסע מינאריטעט שפלינטער-גרופע דא אין וויליאמסבורג, האט באשלאסן זיך אפצורייסן פונעם כלל וכח הרבים פון יהדות החרדית איבער גאנץ ניו יארק סיטי, מיט׳ן אינדארסירן פאר מעיאר דעם קאנדידאט וואס שטייט יעצט די העכסטע אין די פאולס -- וואס זה דרכם כסל למו, זיך צו געבן א כאפ ארויף אויפ׳ן וואגן וואס זעט אויס די מערסטע זיגרייך, צו קענען דערנאך פייערן זיג און זינגען "דידן נצח."

דעריבער ווילן מיר געבן א קורצן קלארן אויפקלערונג פאר אנשי שלומינו אחים לדעה, צו פארשטיין די סיוטואציע און קריטישער חובת השעה אין דעם יעצטיגן מאמענט.

די אחריות׳דיגע, ערנסטע, ראשי העסקנים וראשי קהלה, וואס זענען שוין אין עסקנות העכער דרייסיג יאר באזירן נישט זייערע אינדארסירונגען אויף פאולס, און אונזער כח איז נישט מיטן פייערן זיג מיט א געווינער -- נאר בלויז מיטן אנהאלטן א מעכטיגן בלאק-וואוט וואס יעדער רעגירונגס באאמטער זאל רעספעקטירן און וועלן מיטארבעטן מיט דעם כח.

און אט דער אויסגעהאלטענער מהלך, האט זיך ארויסגעשטעלט אלס מורא׳דיג ווירקזאם און סוקסעספול אין די אלע צענדליגער יארן, בעת די אלע וואס זענען געלאפן אויסזיכן זיגער — וויקטארי-שאפערס ווי דער מיעוט המצוי ווערט גערופן אין די פרעסע — האבן גארנישט פארדינט "אפילו פון זייערע אייגענע קאנדידאטן."

און גענוי אזוי האט עס געארבעט יעצט ביי די מעיאר ענדארסמענטס. די אחריות'דיגע עסקנים וראשי קהלה האבן מיט קאפּ און מח, באזירט אויף פילע פאקטן, אינאיינעם מיט די ערנסטע עסקני הכלל פון "אלע שיכטן און קרייזן", האט מען געמאכט דעם אויסוואל צו אינדארסירן מר. טאמפּסאן, וואס האט שוין א יארן-לאנגע קאריערע פון העלפן דעם יהדות החרדית, ובפרט האט ער שארף זיך ארויסגעשטעלט קעגן גזירת ברית מילה, וואס דאס האט אים געמאכט אלס דער נאטירליכער אויסוואל, כדי צו שיקן דעם מעסעדזש אז דאס יהדות החרדית האט פארלאנגען, און ווער ס'קומט עס נאך, דער געווינט אונזער שטיצע.

יעצט, לאמיר א בליק טון וויאזוי איז צוגעגאנגען דער באשלוס ביי די כת המהרסים?

א ליצנות ממש!

דארט איז דאך נישטא קיין שיעבודים פאר קיינעם, ווייל זיי ארבעטן נישט מיט קיינעם, און בעטן נישט גארנישט פון קיינעם, אחוץ הילף פאר הירוס. ביי קיין שום גזירה ומערכה, ביי קיין שום עסקנות לטובת א איד בעת צרה, זענען זיי נישט צום געפינען, און דערפאר זענען די זאכן "בכלל נישט קיין אישו" ווען ס'קומט צו אינדארסירן א קאנדידאט. דארט איז בלויז דא איין מעסטל: ווער שטייט די העכסטע אין די פּאולס.

דאסמאל איז עס געווען אזוי קלאר און לעכערליך, אז אפילו די אייגענע ערנסטע מענטשן האבן זיך געשפּירט אפּגעפּאטשט און געשפּירט ווי דאס ליצנות שטינקט פון קאפּ.

ביז דער לעצטער רגע האט מען נישט אינדארסירט קיינעם, און געהאלטן דעם ציבור "געשפּאנט" אויף דעם גרויסארטיגן גילוי הקאנדידאטן… אין אייגענעם "בלאט", פינף טאג פאר די וואלן, האט מען נישט געקענט "אנטפּלעקן" די געווינער, ווייל די ענדגילטיגע אנקעטעס האבן נאך נישט געהאט אריינגעקומען. הערשט ממש ערב ראש השנה, בלויז איין שטונדע, נאכדעם וואס 'קוויניפּאק' האט ארויסגעגעבן זייער אנקעטע וואס האט געגעבן דעם צווייטן קאנדידאט אן אויבערהאנט לעת עתה, און… ויהי קולות וברקים… אויף אלע זייערע קאנאלן האט מען זיך גענומען באמבאדירן אז מ'האט ברוך ה' שוין געטראפן דעם פּאסיגן קאנדידאט צו אינדארסירן.


רבותי, דארפן מיר א בעסערע ראי' ווי די גאנצע זאך איז איין שטיק ליצנות פון קאפּ-ביז-פוס, אן קיין שום טראפּעלע ערנסטקייט?

איי דא שטייען עסקנים וואס בלוטיגן שוין העכער א יאר פאר א מערכה מיט מציצה בפה, און זיי בעטן זיך אז לתועלת המערכה פאדערט זיך אז דער גאנצער כלל זאל זיך שטעלן פאראייניגט אונטער איין קאנדידאט צו שיקן א מעסעדזש?; איי דא שטייט א יהדות החרדית פאראייניגט, אין שפּיץ פון גדולי ומנהיגי ישראל, צו שטיצן דעם קאנדידאט טאמפּסאן, און ווי טרויעט מען זיך צו ברעכן אזא קאאליציע און אריינשטעכן א מעסער אין דעם כלל ופרט?; איי דאס צעברעכט דאך און צעשמעטערט דאך דעם כח פון עסקנים וואס טוען מיט מסירת נפש פאר אידנ'ס וועגן, און "העלפן אן א שיעור פון זייערע אייגענע אידן בעת צר ומצוק"?!

די אלע רעכטפארטיגע טענות אבער ווערט בטל כאפס וכאין, ווען דער כח הדמיון מאלט אין זייערע פּיצינקע מוחות אויס אזעלכע הערליכע קאלירפולע בילדער ווי מ'האלזט זיך מיט א זיגרייכן קאנדידאט אין א פּראכטפולן זאל, אין די נאכט פון די שטימען, אזש ס'איז שוקל כנגד דעם גאנצן יהדות החרדית און דעם גאנצן אידישקייט ביינאזאם. אין זייערע טיפע דמיון-קאנאלן זעט מען שוין געל אויף ווייס א באמבאסטישן "מזל טוב וויליאמסבורג" קעפּל אין געלן בלאט, און די הערצער צעברייטערן זיך בלויז פון טראכטן ווי מ'וועט זיך דערמיט זעטיגן און פּאסמפאקעווען פאר א וואך צייט.

— נו, וואס איז דען שוין דער וואוילזיין פון אידן אין תפיסות, די הצלחה פון די מערכה קעגן גזירת הברית, די הצלחה פון אומצאליגע עסקנות-מיסיעס לטובת הכלל והפּרט, קעגן אזעלכע מעכטיגע נפש-רחבה'דיגע תאוות און טרוימען?….

יא, רבותי! מיר האבן גארנישט איבערגעטריבן. דאס איז ליידער דער מציאות, קלאר און דייטליך.

אלזא, זאל דער עולם פארשטיין קלאר און דייטליך: אונזער ציל איז איין זאך: האבן א ריזיגן בלאק-וואוט!! דאס איז דער איינציגסטער שפראך וואס באאמטע פארשטייען,אונזער ציל איז צו העלפן די קהלה ומוסדות; אונזערע עסקנים דארפן קענען שטיין אויפ׳ן פראנט למען שלימות ברית קדשינו, צו העלפן אידן אין תפיסות, צו ראטעווען אידן מיט לעגאלע פראבלעמען, צו העלפן די געגענט, צו העלפן דעם כלל ופרט יעדן איינציגסטן טאג פון יאר! און ס׳איז נישטא קיין שום פאליטישאן וואס וועט זאגן ניין פאר איינעם וואס שטעלט מיט זיך פאר צווישן זיבן און צען טויזנט שטימען!

דער קומענדיגער מעיאר, און דאס זעלבע אלע אנדערע אמטן, וועלן נישט העלפן די וואס האבן אינדארסירט, נאר די וואס האבן ארויסגעברענגט שטימען!!

אויב וועלן מיר ארויסברענגען יעדע איינציגסטע שטימע וואס מיר פארמאגן, וועלן אי״ה זיין אפן פאר אונז אלע טירן און טויערן, צו קענען אויפטון גדולות ונצורות למען הכלל והפרט, און טאמער חלילה נישט, וועלן מיר נישט אנערקענט ווערן אפילו אויס אונזער קאנדידאט וועט זיגן!!

דער צד שכנגד מאביליזירט זייערע מאקסימום קרעפטן אפּצושוואכן אונזער כח השתדלנות, און זיי זאגן קלאר אז זיי האבן יעצט פארשפּרעכונגען אויב ברענגען זיי ארויס א שטארקערן פּראצענט פון אונז ווי ביי די פאריגע עלעקשאנס, "וועלן זיי באקומען א גרינעם ליכט דורכצופירן פארשידענע היזקות קעגן אונזערע קהלה ומוסדות, אויף וואס זיי שטרעבן שוין לאנגע יארן." (היל"ת)
געדענקט!! ס׳איז אן היסטארישער אחריות אין די יעצטיגע שעה ארויסצוקומען שטימען, און שטארקן דעם פאראייניגטן ערליכן כח השתדלנות, און דעם עתיד פון קהלתינו ומוסדותינו הקדושים.
ווער ס'שטייט אין די זייט, דער גיט א האנט און א חיזוק, חלילה וחלילה, פאר די לצים-קליקע, וואס זוכט צו שעדיגן און חרוב מאכן אלעס מיט'ן כח הליצנות — מיר טארן דאס נישט דערלויבן!

כולנו דעם קומענדיגן דינסטאג, קיינער טאר נישט פעלן!!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 7:57 pm
דורך זר זהב
דברים כדורבנות!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 8:05 pm
דורך outspoken
ס'נישט ממש אזוי, די ארונים זענען גוט געשולט און האבן גוטע קאנעקשענס ביי די פעדארעל און סטעיט, יעצט הייבן זיי אן אין די סיטי מאכען זיי זיך משוגע, אבער ביז אפאר יאר וועלן זיי לכאורה איבערנעמען די סיטי פאלעטישען'ס

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 8:15 pm
דורך זר זהב
זיי האבן שוין איבערגענומען

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 8:23 pm
דורך outspoken
איצט אין HOOPER נאכן שבת(זונטאג) שובה דרשה

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 8:30 pm
דורך גאלד
כזעה נישט די גרויסע מציאה מיט דעם צדיק נידערמאן,
וועבערמאן איז אין דשעיל פאר 103 יאר,
מציצה בפה איז א געזעץ,
גלאנץ וואס האט שוין יא עפעס אויפגעטאן אין זיך פיזיש אריינגעווארפן אין מאראסט פאר ארעסטאנטן האט מען אויך אפגעמל'עט,
נו וואו איז די גרויסע "קאפ אין מח" פון די גרויסע עסקנים?
זיין קאפ אין מח איז וויזוי צו מנצח זיין די אהרונים גארנישט מער, זאל ער גיין האקן א טשייניק א צווייטן, מ'קען איהם נישט געטרויען פינטל,

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 8:45 pm
דורך מאטי
עסקנים / אנאימפלויד / וואנאביס , פראקטיצירן שוין מב"פ פער די לעצטע 20 יאהר מיטן ציבור ואין פוצה ..... און דא מאכט מען א בראטעל פון א גזירה קוים א יאהר אלט .

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 8:58 pm
דורך זר זהב
איך הער אז מ'גייט דארט אויך אינדארסן באראק אבאמא פאר פרעזידענט פון אמעריקע פאר די קומענדיגע 3 יאר. אויך גייט מען דארט אינדארסן שומער פאר סענעטאר פון ניו יארק פאר די איבערגעבליבענע יארן וואס ער האט ביז די קומענדיגע וואלן.

קומט'ס אין די מאסן!!!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 9:36 pm
דורך גאלד
וואס דעבלאזיא האט פריער געזאגט בין הדברים:

"מיר ברויכן דירות, אבער קיין איין קאמיוניטי ברויך עס נישט אזוי וויכטיג ווי די אידישע קאמיוניטי ווייל אייערע שוהלן זענען דא, אייערע ישיבות זענען דא, מיר ברויכן צו שטעלן דירות צו די משפחות וואס ברויכן צוקומען צו די סערוויסעס און די געגענט"

"אויב עס איז דא איין זאך וואס איך בין זיך מחולק מיט מעיאר בלומבערג איז דאס וויזוי מיר באהאנדלען קינדער, מעיאר בלומבערג פרובירט שוין פאר יארן צו אפהאקן טשיילד-קעיר וואוטשערס, ווי עס רופט זיך פרייאריטי 5 און 7 וואוטשערס, בפרט וואוטשערס פאר גרויסע משפחות, וואס האבן נישט קיין סאך געלט און ברויכן הילף, און דער מעיאר האט צוגענומען יעדער טשיילד-קעיר וואוטשער פאר גרויסע משפחות, פאר יארן האב איך מיך געשלאגן איבער דעם, אבער ליידער נאך יארן האט ער מצליח געווען, וויל איך איר זאלט וויסן, ווען איך בין אין סיטי-האלל קוק איך ארויס אויפן טאג וואס מיר שטעלן צוריק טשיילד-קעיר וואוטשער פאר גרויסע משפחות"

"איר וועט זעהן אז איר וועט מיר נישט דארפן מסביר זיין די אידישע געברויכן פאר מיר ווייל איך האב שוין די היסטארי די פריינדשאפט און קשר מיט די קאמיוניטי"

"איך ברויך אייער הילף! אבער איך וויל איר זאלט וואוטן פאר נאך א סיבה, פאר די כח פון אייער קאמיוניטי, ווייל עס איז זייער וויכטיג אז איר ווייזט ארויס אייער כח ביים שטום-בודקע"

"איך ברויך אייער הילף! ביטע! יעדער מעמבער פון אייער מעמבער פאמיליע, יעדן וועם איר קענט, זאגט איהם ווי שטארק אייער שטימע מאכט אויס!"

"איך בין דעמוטיגט און אייער שטימע, עס וועט זיין איינע פון די סיבות וואס איך וועל זיין מעיאר, און איך וועל קיינמאל פארגעסן די שטיצע איר האט מיר געגעבן!"

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 10:59 am
דורך outspoken
ער האט נישט דערמאנט וועגן מציצה בפה, אבער קען זיין אז שתיקה יפה להם.. עיין ערך עלילת 75

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 11:25 am
דורך גאנצל
outspoken האט געשריבן:FROM THE ZALMAN'EITS

קול מלחמה במחנה.

דעם פארגאנגענעם ערב ראש השנה, ווען כלל ישראל האט זיך געגרייט צום הייליגן יום הדין, איז אריינגעקומען די נייעס אז א געוויסע מינאריטעט שפלינטער-גרופע דא אין וויליאמסבורג, האט באשלאסן זיך אפצורייסן פונעם כלל וכח הרבים פון יהדות החרדית איבער גאנץ ניו יארק סיטי, מיט׳ן אינדארסירן פאר מעיאר דעם קאנדידאט וואס שטייט יעצט די העכסטע אין די פאולס -- וואס זה דרכם כסל למו, זיך צו געבן א כאפ ארויף אויפ׳ן וואגן וואס זעט אויס די מערסטע זיגרייך, צו קענען דערנאך פייערן זיג און זינגען "דידן נצח."

דעריבער ווילן מיר געבן א קורצן קלארן אויפקלערונג פאר אנשי שלומינו אחים לדעה, צו פארשטיין די סיוטואציע און קריטישער חובת השעה אין דעם יעצטיגן מאמענט.

די אחריות׳דיגע, ערנסטע, ראשי העסקנים וראשי קהלה, וואס זענען שוין אין עסקנות העכער דרייסיג יאר באזירן נישט זייערע אינדארסירונגען אויף פאולס, און אונזער כח איז נישט מיטן פייערן זיג מיט א געווינער -- נאר בלויז מיטן אנהאלטן א מעכטיגן בלאק-וואוט וואס יעדער רעגירונגס באאמטער זאל רעספעקטירן און וועלן מיטארבעטן מיט דעם כח.

און אט דער אויסגעהאלטענער מהלך, האט זיך ארויסגעשטעלט אלס מורא׳דיג ווירקזאם און סוקסעספול אין די אלע צענדליגער יארן, בעת די אלע וואס זענען געלאפן אויסזיכן זיגער — וויקטארי-שאפערס ווי דער מיעוט המצוי ווערט גערופן אין די פרעסע — האבן גארנישט פארדינט "אפילו פון זייערע אייגענע קאנדידאטן."

און גענוי אזוי האט עס געארבעט יעצט ביי די מעיאר ענדארסמענטס. די אחריות'דיגע עסקנים וראשי קהלה האבן מיט קאפּ און מח, באזירט אויף פילע פאקטן, אינאיינעם מיט די ערנסטע עסקני הכלל פון "אלע שיכטן און קרייזן", האט מען געמאכט דעם אויסוואל צו אינדארסירן מר. טאמפּסאן, וואס האט שוין א יארן-לאנגע קאריערע פון העלפן דעם יהדות החרדית, ובפרט האט ער שארף זיך ארויסגעשטעלט קעגן גזירת ברית מילה, וואס דאס האט אים געמאכט אלס דער נאטירליכער אויסוואל, כדי צו שיקן דעם מעסעדזש אז דאס יהדות החרדית האט פארלאנגען, און ווער ס'קומט עס נאך, דער געווינט אונזער שטיצע.

יעצט, לאמיר א בליק טון וויאזוי איז צוגעגאנגען דער באשלוס ביי די כת המהרסים?

א ליצנות ממש!

דארט איז דאך נישטא קיין שיעבודים פאר קיינעם, ווייל זיי ארבעטן נישט מיט קיינעם, און בעטן נישט גארנישט פון קיינעם, אחוץ הילף פאר הירוס. ביי קיין שום גזירה ומערכה, ביי קיין שום עסקנות לטובת א איד בעת צרה, זענען זיי נישט צום געפינען, און דערפאר זענען די זאכן "בכלל נישט קיין אישו" ווען ס'קומט צו אינדארסירן א קאנדידאט. דארט איז בלויז דא איין מעסטל: ווער שטייט די העכסטע אין די פּאולס.

דאסמאל איז עס געווען אזוי קלאר און לעכערליך, אז אפילו די אייגענע ערנסטע מענטשן האבן זיך געשפּירט אפּגעפּאטשט און געשפּירט ווי דאס ליצנות שטינקט פון קאפּ.

ביז דער לעצטער רגע האט מען נישט אינדארסירט קיינעם, און געהאלטן דעם ציבור "געשפּאנט" אויף דעם גרויסארטיגן גילוי הקאנדידאטן… אין אייגענעם "בלאט", פינף טאג פאר די וואלן, האט מען נישט געקענט "אנטפּלעקן" די געווינער, ווייל די ענדגילטיגע אנקעטעס האבן נאך נישט געהאט אריינגעקומען. הערשט ממש ערב ראש השנה, בלויז איין שטונדע, נאכדעם וואס 'קוויניפּאק' האט ארויסגעגעבן זייער אנקעטע וואס האט געגעבן דעם צווייטן קאנדידאט אן אויבערהאנט לעת עתה, און… ויהי קולות וברקים… אויף אלע זייערע קאנאלן האט מען זיך גענומען באמבאדירן אז מ'האט ברוך ה' שוין געטראפן דעם פּאסיגן קאנדידאט צו אינדארסירן.


רבותי, דארפן מיר א בעסערע ראי' ווי די גאנצע זאך איז איין שטיק ליצנות פון קאפּ-ביז-פוס, אן קיין שום טראפּעלע ערנסטקייט?

איי דא שטייען עסקנים וואס בלוטיגן שוין העכער א יאר פאר א מערכה מיט מציצה בפה, און זיי בעטן זיך אז לתועלת המערכה פאדערט זיך אז דער גאנצער כלל זאל זיך שטעלן פאראייניגט אונטער איין קאנדידאט צו שיקן א מעסעדזש?; איי דא שטייט א יהדות החרדית פאראייניגט, אין שפּיץ פון גדולי ומנהיגי ישראל, צו שטיצן דעם קאנדידאט טאמפּסאן, און ווי טרויעט מען זיך צו ברעכן אזא קאאליציע און אריינשטעכן א מעסער אין דעם כלל ופרט?; איי דאס צעברעכט דאך און צעשמעטערט דאך דעם כח פון עסקנים וואס טוען מיט מסירת נפש פאר אידנ'ס וועגן, און "העלפן אן א שיעור פון זייערע אייגענע אידן בעת צר ומצוק"?!

די אלע רעכטפארטיגע טענות אבער ווערט בטל כאפס וכאין, ווען דער כח הדמיון מאלט אין זייערע פּיצינקע מוחות אויס אזעלכע הערליכע קאלירפולע בילדער ווי מ'האלזט זיך מיט א זיגרייכן קאנדידאט אין א פּראכטפולן זאל, אין די נאכט פון די שטימען, אזש ס'איז שוקל כנגד דעם גאנצן יהדות החרדית און דעם גאנצן אידישקייט ביינאזאם. אין זייערע טיפע דמיון-קאנאלן זעט מען שוין געל אויף ווייס א באמבאסטישן "מזל טוב וויליאמסבורג" קעפּל אין געלן בלאט, און די הערצער צעברייטערן זיך בלויז פון טראכטן ווי מ'וועט זיך דערמיט זעטיגן און פּאסמפאקעווען פאר א וואך צייט.

— נו, וואס איז דען שוין דער וואוילזיין פון אידן אין תפיסות, די הצלחה פון די מערכה קעגן גזירת הברית, די הצלחה פון אומצאליגע עסקנות-מיסיעס לטובת הכלל והפּרט, קעגן אזעלכע מעכטיגע נפש-רחבה'דיגע תאוות און טרוימען?….

יא, רבותי! מיר האבן גארנישט איבערגעטריבן. דאס איז ליידער דער מציאות, קלאר און דייטליך.

אלזא, זאל דער עולם פארשטיין קלאר און דייטליך: אונזער ציל איז איין זאך: האבן א ריזיגן בלאק-וואוט!! דאס איז דער איינציגסטער שפראך וואס באאמטע פארשטייען,אונזער ציל איז צו העלפן די קהלה ומוסדות; אונזערע עסקנים דארפן קענען שטיין אויפ׳ן פראנט למען שלימות ברית קדשינו, צו העלפן אידן אין תפיסות, צו ראטעווען אידן מיט לעגאלע פראבלעמען, צו העלפן די געגענט, צו העלפן דעם כלל ופרט יעדן איינציגסטן טאג פון יאר! און ס׳איז נישטא קיין שום פאליטישאן וואס וועט זאגן ניין פאר איינעם וואס שטעלט מיט זיך פאר צווישן זיבן און צען טויזנט שטימען!

דער קומענדיגער מעיאר, און דאס זעלבע אלע אנדערע אמטן, וועלן נישט העלפן די וואס האבן אינדארסירט, נאר די וואס האבן ארויסגעברענגט שטימען!!

אויב וועלן מיר ארויסברענגען יעדע איינציגסטע שטימע וואס מיר פארמאגן, וועלן אי״ה זיין אפן פאר אונז אלע טירן און טויערן, צו קענען אויפטון גדולות ונצורות למען הכלל והפרט, און טאמער חלילה נישט, וועלן מיר נישט אנערקענט ווערן אפילו אויס אונזער קאנדידאט וועט זיגן!!

דער צד שכנגד מאביליזירט זייערע מאקסימום קרעפטן אפּצושוואכן אונזער כח השתדלנות, און זיי זאגן קלאר אז זיי האבן יעצט פארשפּרעכונגען אויב ברענגען זיי ארויס א שטארקערן פּראצענט פון אונז ווי ביי די פאריגע עלעקשאנס, "וועלן זיי באקומען א גרינעם ליכט דורכצופירן פארשידענע היזקות קעגן אונזערע קהלה ומוסדות, אויף וואס זיי שטרעבן שוין לאנגע יארן." (היל"ת)
געדענקט!! ס׳איז אן היסטארישער אחריות אין די יעצטיגע שעה ארויסצוקומען שטימען, און שטארקן דעם פאראייניגטן ערליכן כח השתדלנות, און דעם עתיד פון קהלתינו ומוסדותינו הקדושים.
ווער ס'שטייט אין די זייט, דער גיט א האנט און א חיזוק, חלילה וחלילה, פאר די לצים-קליקע, וואס זוכט צו שעדיגן און חרוב מאכן אלעס מיט'ן כח הליצנות — מיר טארן דאס נישט דערלויבן!

כולנו דעם קומענדיגן דינסטאג, קיינער טאר נישט פעלן!!


גענוי די זעלבע ווערטער וויינען די ק"י ווילידזש אקעגן די חסידי מהרז"ל/בני יואל
ווען ujo זאל ווען אזויפיל דערליווערן פאר ווימ"ס וויפיל ק"י ווילידזש שטעלט צו פאר'ן שטעטל וואלט איך אן א ספק געוואויט פאר די ujo קאנדידאטען ועכשיו וואס מ'האט פון זיי גארנישט און דערצו לייגן חסידי מהר"א ארויף די שולד פון די היינטיגע מצב פון די פראדזשעקט'ס אויף זיי -איך ווייס נישט צו ס'איז אמת אבער ס'מאכט סענס- און דאס איז לכאורה די סיבה פון די שרעקליכע מצב פון די דירות פרייזן ע"כ וועל איך וואויטן פאר וועם ס'געפעלט מיר

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 11:37 am
דורך outspoken
און דערצו לייגן חסידי מהר"א ארויף די שולד פון די היינטיגע מצב פון די פראדזשעקט'ס אויף זיי -איך ווייס נישט צו ס'איז אמת אבער ס'מאכט סענס- און דאס איז לכאורה די סיבה פון די שרעקליכע מצב פון די דירות פרייזן ע"כ וועל איך וואויטן פאר וועם ס'געפעלט מיר
גאנצל


ס'איז געווען א דיעל אז מ'נעמט ארויס אידן פון די פראדזשעקט'ס, מגעט זיי סעקשען 8 און מ'טוישט אויך די ZONINGS , א גוטע זאך? פאר איינעם יא און פאר איינעם נישט. כ'קען א שכן וואס האט באקומען סעקשען 8 און דאנקט די טאג וואס ער איז ארויס פון דזשונגעל (לשונו) ווידער די וואס זענען געבליבען, אדער די וואס האבן נישט אזוי מצליח געווען און מ'ווארפט זיי פון איין דירה צום צווייטען ליידען.

פון די אנדערע זייט האט מען געטוישט די ZONINGS און מ'האט צו באקומען טויזענטערׁ (טייערע) דירות.