בלאט 1 פון 8

דער עולם פאסט היינט???

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 5:51 pm
דורך [NAMELESS]
ווער עס פאסט נישט זאל זיך מעלדן, און די סיבה

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 5:52 pm
דורך יאיר
איך בין טראגעדיג.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 5:52 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
עס איז א נדחה

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 6:04 pm
דורך יידל
דאס לעבן זייגט מיר אויס, האב איך דעם היתר פון מינקת.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 6:06 pm
דורך קאווע טרינקער
איך געמאכט א נדר אז איך גיי נישט פאסטען צוויי מאל אין צען טעג, סאו אדער היינט אדער יום הכיפורים.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 6:06 pm
דורך לעיקוואד
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:עס איז א נדחה

כל זמן ער איז נישט א נפל בין איך רוהיג.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 6:07 pm
דורך זר זהב
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך געמאכט א נדר אז איך גיי נישט פאסטען צוויי מאל אין צען טעג, סאו אדער היינט אדער יום הכיפורים.

דערפאר מאכט מען התרת נדרים אין די טעג..

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 6:07 pm
דורך לעיקוואד
ווען איך פאסט שרייב איך שטותים אויף קאווע שטיבל, אפשר איז ענדערש אויסצופאסטען?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 6:08 pm
דורך לעיקוואד
ביי 'אונז' האט מען זיך געפירט מיקל זיין אין צום גדליה.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 6:10 pm
דורך רויטע וואנצעס
ס'איז זונטאג, די ווייב וויל איך זאל זיין א פרוי, דהיינו קלינען, בעביסיטינג, שהאפינג וכו. נא פארוואס מעג איך נאר זיין א דריי פערטעל א פרוי?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 6:12 pm
דורך נהורא נפישא
די וואס האבן צוויי ניקס איז גענוג אז זיי פאסטן א האלבען טאג.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 6:27 pm
דורך שמעקעדיג
זר זהב האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך געמאכט א נדר אז איך גיי נישט פאסטען צוויי מאל אין צען טעג, סאו אדער היינט אדער יום הכיפורים.

דערפאר מאכט מען התרת נדרים אין די טעג..

מיט התרת נדרים אויף קאווע שטיבל איז מען נישט מתיר די סארט נדרים.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 6:51 pm
דורך אביגדור
לעיקוואד האט געשריבן:ווען איך פאסט שרייב איך שטותים אויף קאווע שטיבל, אפשר איז ענדערש אויסצופאסטען?

לא אכילנא בישרא דתורא (ערגעץ אין בבא קמא).

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 6:56 pm
דורך נצבד
געהערט אמאל פון א זיס הינגעריג יודל,א טוץ מיט טענות נאך וואס ער ברויך פאסטען,ג'געדענק נאר יעצט אויף די מינוט, געציילטע דערפון.

וואס העלפט דאס גדלי'ן אז איך פאסט?
גדלי' וואלט שוין היינט צוטאגס ממילא שוין נישט געלעבט.
איך בין א קליין דארטשיק יודל,וואס וואלט איך אים ווען געקענט דאן העלפען?
גדלי' וואלט ווען אויך געפאסט ווען מהארגעט ווען מיך?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 7:06 pm
דורך רויטע וואנצעס
ס'איז טאקע א פלא ערענסט גערעדט, גדלי' האט געברענגט אויף זיך זיין אייגענע מיתה מיט די מיתה פון נאך אסאך אידן דורך א טעות אין הלכה. (עיין ירמיהו פרק מ' מיט די מפרשים)

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 7:12 pm
דורך ידען
איך פפאסט נאך. איך ווייס נישט פארוואס

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 7:15 pm
דורך גנדי
איך בין הונגעריג ווי א רויטען בער!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 7:19 pm
דורך [NAMELESS]
אקעי איך האב פארגעסן ווי איך בין די חידוש וועט זיין ווער פאסט יא.. נא רופטס ענק אן נישט זיך שעמען.. אה איינער האט שון תופס מחשבה געווען!, אבער מיט שטוילץ ביטע!!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 7:22 pm
דורך זר זהב
דער וואס פאסט נישט וועט זיך נישט אנרופן, אויב האט ער אביסלע ערענסטקייט. ווייל אפילו דער וואס האט א היתר אדער פיהלט סתם אזוי אז ער קענישט פאסטן (אן א היתר) טוט עס אויך נאר בצינעה. איז א שאד דאס ווארטן אז מ'זאל זיך אנרופן

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 8:43 pm
דורך הוגה
איך ווייס נישט ווער עס האט געפאסט און ווער נישט. איין זאך איז זיכער, אלע האבן יעצט אויסגעפאסט... :D

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 9:00 pm
דורך ידען
אינגעלע האסט געפאסט היינט?

נעבעך די רויטע אינגעל איז אנטלאפען מיט בושות.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 9:34 pm
דורך [NAMELESS]
ב"ה פיין געפאסט!!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 9:35 pm
דורך זר זהב
איך אויך. פיין מיט א פינטעל אין די פ